מרס. שינדער ביים שכר לימוד פענסטער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

מרס. שינדער ביים שכר לימוד פענסטער

שליחה דורך קפנדריא »

- אזויפיל? איר דארפט פארשטייין אז מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה איז דאס זייער זייער אסאך געלט..
- אונז זעמיר עניוועי פול, נישט פול, איבערגעפולט! איך ווייס נישט צו...
- און ווייל ס'איז מיר שווער צו צאלן די הויכע שכר לימוד און איך פרוביר צו האנדלען נעמט מען נישט אן מיין קינד?
- ס'איז נישט די געלט, אונזער מוסד צייכנט זיך גראדע זייער אויס מיט רעכענען מיט מענטשן און זייערע שוועריקייטן, דער אדמיניסטראטאר מר. פרעשור קוקער איז זייער א ווארעמע און סענסיטיוו מענטש..
- נו פארוואס דעמאלס באקום איך אזא הארד טיים? איך האב שוין איינגעשריבן זאת חנוכה, ס'לויפט שוין באלד חודש אלול, מ'הייבט שוין כמעט אן די נייע יאר, איך באקום אייביג אן אייז קאלטע ענטפער, און מיין קינד איז ביז יעצט נאך אלס נישט אנגענומען?
- איר דארפט פארשטיין מר. אונטערטעניגער, ס'איז די פלאץ, אונז זעמיר מורא'דיג געענגט אין פלאץ, אונז זעמיר פשוט איבערגעפולט..
- מיינט עס אז איך פארברענג פשוט די צייט דא?, פארוואס זאגט מען מיר נישט גראד, "אונז זעמיר איבערגעפולט און מיר האמיר נישט קיין פלאץ פאר דיר"?
- הממממ.. נישט עכט, דארפסט פארשטיין, איך מיין, די וואס האלטן דא אלע קינדער קען מען דאך נישט אפזאגן, ווי נישט א גאנצע משפחה איז נישט איין קינד.. איך מיין נישט צו פראמאוטן אדער פרעשורן דו זאלסט דא אריבערשרייבן אלע קינדער, אונז זעמיר קעניינע הארע איבערגעפולט פון אונטן ביז אויבן, אונז ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון צודרוקעניש, אבער דאך.. ווייסט, דאס איז בעיסיקלי די רול, איך מיין.. און די "מאגערע" שכר לימוד איז ממש נישט שייך צו מאכן ווייניגער, די מוסד איז שוין אין דעפיציט..
- סאו אויב למשל איך שרייב אריבער אהער די אנדערע קינדער אויך וועט עס מיר מאכן פלאץ?
- איך מיין, איך.. יו קען קאלל איט דיס וועי אר ענאדער.. בעיסיקלי, יא, און די שכר לימוד.....
אוקעי, אריבער טוישן אלע קינדער פון יין מינוט אויף די אנדערע? איך מוז עס גיין איבעררעדן מיט די שטוב..
-------------------------
נעקסט אן ליין..

- גוד מארנינג מרס. גאלליבל!
- גוד מארנינג מרס. שינדער!
- איך קען נישט גלייבן ס'איז שוין דורך נאך א יאר, ממש דא האמיר גערעדט א יאר צוריק, די זעלבע צייט, לוקס לייק איט וואז דזשאסט יעסטערדעי..
- יעעע, נאך געווען א עיבור'דיגע יאר אויך, אנבעליוועבל..
- סאו, "ווי יעדע יאר" ווילסטו יעצט צולייגן נאך א קינד?
- יעס, מיין יענטעלע, שי'ז סאו קיוט, באט זי איז אויך אזא טראבל מעיקער, איך מיין איך וואלט געסטאפט שארט פון איר רופן א "דעוויל", אבער קיין מינוט זיצט זי נישט איין, שוין, נאר נחת זאלמיר אלע האבן, דעטס די מעין, זי איז דזשאסט געווארן צוויי יאר אלט פאר'ן זומער, אבער איך קען איר שוין פשוט נישט האלטן אינדערהיים, איך דארף איר נאכגיין אגאנצן טאג, נאכגיין? נאכלויפן!..
- עכט איז די רול אז מ'מוז זיין צוויי אהאלב, איך מיין..
- נאו, זי איז אזוי מעטשור, נישט פלעין, הע, נעכטען ביי סאפער וואס זי האט זיך אנגערופן, איי מיען, סאו קיוט ענד סאו מעטשור.... זי איז אנדערש..
- טאקע, ניינע הארע, אפשר אויף נאך סוכות, יעצט איז אומפאסיבל..
- שוין, זאל זיין, סאו וויפיל דארף איך געבן אויף רעדזשיסטרעישאן?
- רעגיסטראציע 250, טראנספארטעישאן 150, אינשורענס נאר 75, קרן הבנין בלויז א איינמאליגע טשארדזש 300, און די ערשטע חודש שכר לימוד 300..
- מרס. שינדער! דאס...?
- יא, דאס איז די גאנצע! אונז זעמיר זייער פעירלי פרייסד עקארדינגלי.. איר קענט עס געבן טשעק אדער קרעדיט קארד, הע, קעש נעמיר אויך, הע הע הע ככ אוכ ככ... באט איך מוז שוין פינישן, שטייען דא מענטשן אין די ליין..
- יוי, איך וואלט איר עכט געהאלטן אינדערהיים, זי איז אזוי קיוט און פרעשוס, ס'איז מיר אזוי שווער זיך צו שיידן פון איר אפילו פאר נאר אפאר שעה, אבער איך בין זיכער אז זי וועט אזוי צוגעבן צו די קלאס, זי איז אזא עסעט, א דזשעם, א אוצר, זי איז אפילו ווערט מ'זאל צו צאלן.. אוקעי, איך גיי נישט בעטן פאר פרי, אבער פליז זעה אז די נאמבערס זאלן מאכן מער סענס..
- איים סאו סאררי מרס. גאלליבל, אבער די מוסד דערלייגט געלט אויף יעדע קלאס און יעדע קינד..
- אבער די קליינע, אזויפיל פראגרעמס, און אזויפיל..
- און אזויפיל סטעף! טאקע די קליינע קאסטן סאך סאך מער ווי מ'מיינט, ס'איז א פשוט'ע דרעין, ס'קאווערט נישט! ביי די וועי, איר האט נאך א אווערדיו באלאנס פון פאראיאר פון די אנדערע קינדער אין די אמאונט פון 2,348 וואס דארף באצאלט ווערן יעצט, אז די "סיסטעם" זאל מיך אדורכלאזן אריינשרייבן נייע קינדער..
אוקעי, ווער איז נעקסט?
- העלאו מרס. שינדער..
- אה, העלאו מרס. געבינדענער,
- וואטס מיי בעלענס?
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר