מיין רויע שטיקל בשר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

מיין רויע שטיקל בשר

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]אנגעהויבן האט זיך עס א קנאפע וואך נאך די שבע ברכות ווען מיין נייע, קוים-געווארענע ווייב'ל האט מיר געמאלדן מיט עקסטאז אז צוליב אירע מורא'דיגע קוואליפיקאציעס אין תחום פון קאכן, גיימער עסן נאכטמאל אינדערהיים אנשטאט גיין צום שוויגער ווי געווענליך. כ'האב גראדע הנאה געהאט פונעם פלאן ווייל נאך ביי די אינפארמאציע איידער'ן שליסן שידוך האב איך געהערט פון די חבר'טעס ווי גוט זי קאכט און באקט. דאס איז אין פאקט אפיציעל געוועהן איינע פון אירע גרעסטע מעלות, עכ"פ אזוי האב איך געמיינט.

ס'ליגט מיר נאך אין קאפ ווי כ'בין ארומגעגאנגען מיט איר אין געשעפט איינקויפן די אינגרידיענס.
שוין אין גראסערי האב איך געכאפט אז כ'בין אין פעקל. זי האט אנגעהויבן אראפנעמען פון שאפע די מאדנע'סטע סחורה, דברים אשר לא שערום אבותינו. איך, ווי א וואויל אינגל , האב פארשטייט זיך גארנישט געזאגט נאר מיט געשמייכלט און געקראכט קארני וויצן ווי ס'פארלאנגט זיך פון א קוים פארהייראטער אכצען-יעריגר חסיד.

אנקומענדיג אהיים האב איך געהאלפן גרייטן דעם טיש און געצינדען ראמאנטישע קאלירטע ליכט. כ'האב צוגעגרייט די געשיר בשעת וואס איך הער חלילה נישט אויף מאכן די שנה ראשונה-סטיל וויצען (יוי, דו דארפסט ארבעטן אין א קעיטירינג... #חחחח; כ'האב געוויסט כ'באקום א מאדעל אבער א קעכער אויך?! #חחחח).
מחמת חוסר הפנאי קען איך נישט מאריך זיין אבער וואס איז געשעהן איז אז בשעת'ן אריינבייסן אינעם טשיקן באדדעם האב איך געכאפט אז כ'בין מעססט אפ פור לייף. אויסער דעם וואס ס'איז נישט געוועהן אין מויל אריינצונעמען, טריקן און טעם-לאז, איז עס נישט מער געדאכט געוועהן רוי. כ'האב פרובירט מיין בעסטע צאמצוקלויבן מיינע מחשבות, און ווי א גוסס אויפ'ן טויט בעט האב איך אנגעהויבן באוואשן מיין יענצל מיט קאמפלימענטס.
כ'האב אנגעהויבן מספיד זיין דעם שטיקל מאכל בן דרסאי ווי א מומחה, ווי גוט ס'איז און וואספארא גוטע קעכער'טע זי איז. אבער דאן האב איך געמאכט א פאטאלע טעות וואס טראגט נאך קאנסיקווענצן עד עצם היום הזה. מיין פרוי, ברוב פקחתה, גיבט מיר א זאג "סאו כ'זע דו האסט עס נישט ליעב צו פארברענט", אויף וואס איך, ווי א חולה מסוכן, האב רעאגירט "יא".

מער האב איך נישט געדארפט און מיין לעבן איז רואנירט געווארן.

מענטשן פרעגן מיר אפט "אפטע, גייסט מיר זאגן זי מאכט יעדן איינציגסטן טאג רויע סחורה?!" און די תירוץ שאקירט אפילו ערשט-קלאסיגע טערעפיסטן. "יא מיין קינד, י-ע-ד-ן א-י-י-צ-י-ג-ס-ט-ן טאג. טאג איין טאג אויס.

החיים והמוות ביד הלשון. זייט יענער גורל'דיגער טאג זענע שוין פאריבער א שיינע פאר יאר, און פון די פילע צרות בין איך שוין כמעט ווייס געווארן. אבער די אלע צרות זענען גארנישט קעגן דארפן צוקומען צו גריל אן לי יעדעס מאל איך דארף עפעס צלי ומבושל.

לייף איז ע מעסס, אבער אזא מעסס צו זיין???[/justify]

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר