יוריקא הילכט אפ איבער וויליאמסבורגע גאסן!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

יוריקא הילכט אפ איבער וויליאמסבורגע גאסן!

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]די "יוריקא!" געשריי איז מיוחס צו דעם אלטען גריכישער געלערנטער ארכימעדעס. דער לעגענדע פארציילט אז ער האט פראקלאמירט "יוריקא!" ווען ער איז אריין אין א וואנע און באמערקט אז די וואסער לעוועל האט זיך געהעכערט און ער האט פלוצלינג פארשטאנען אז די מאס וואסער וואס איז ארויף מוז זיין גלייך צו די מאס פון די טייל פון זיין גוף וואס איז אריין אין וואנע. ער האט דעמאלט איינגעזען אז דער מאס פון א נישט-געווענטליכן אבדזשעקט קען מען מעסטן מיט א פינטלעכקייט, ביז דאן אן אומלייזבארן פּראָבלעם. ער איז געווען אזוי להוט צו טיילן זיין אנטדעקונג אַז ער איז גלייך ארויס פון וואנע און נאקעטערהייט געלאפן דורך די גאסן פון סיראקוסע שרייענדיג דערביי יוריקא! יוריקא! וואס אין גריכיש באדייט "איך האב דאס געטראפן".

זינט דאן איז שוין אריבער צוויי טויזענט יאר אבער דאס געשריי יוריקא איז נאך אלץ חי וקים. צוויי טויזענט יאר גלות האט נישט פארמינערט כן כי הוא זה פונעם סקרוך און עקסטאז וואס דער געשריי ברענגט מיט זיך א יעדעס מאל ווען עס ווערט אויסגעשריגן ערגעץ ווי אין דער וועלט. עס איז געבליבן א סימבאל פון א דורכברוך אויף לאנג אומגעלייזטע פראבלעמען. א יעדע שטיק צייט הערט זיך א געשריי יוריקא ערגעץ אנדערש וואו אויף דער וועלט וואס קלינגט אפ מסוף העולם ועד סופו, אמאל איז עס ווען איינער טרעפט א רפואה פאר א פארשאלטענע מחלה און אמאל ווען איינער לייזט אן ערנסטן לאנג-פארצויגענע מאטעמאטישן פראבלעם.

כלפי מה דברים אמורים? נישט לאנג צוריק האט אפגעהילכט א יוריקא איבער די ווילימסבורגע גאסן אזאנס וואס האט אויפגעשוידערט אלע קעץ פון גאנץ העוועמייער און דעוויזישן. ומעשה שהיה כך היה, זיצט זיך דער ר' מנשה פילאפ איבערגעבויגן איבער א בארג ספרים וואס ווערט גרעסער און גרעסער מיט יעדן פארבייגייענדן שעה, ער זוכט א תשובה אויף א שאלה וואס דערקוטשעט אים שוין א לענגערע צייט. די שאלה איז: על מה יצא הקצף? וואס וויל דער אב הרחמן פון זיין סטאדע שאף? איעדע שטיק צייט הערט מען פרישע שוידערלעכע בשורה ווי נאך א אינגע נפש ווערט פריצייטיג פארשניטן און דער פילאפ דערגייט נישט די אורזאך, ער האט שוין מתקן געווען די מחיצות אין עטרת אברהם, פארראכטן די קמץ מרובועות אין די ארטסקרול חומשים וואס דאס אליין איז בכח געווען בכח צו ברענגן א מגפה און אפווישן האלב כלל ישראל היל"ת, ער האט שוין אפילו מגלה געווען אין די ראמען פונעם צייטונג לכל העמים אז מיר נעמען נישט און שטיצן נישט קיין מדינה פאר די צייט. איז וואס וויל גאטניו פון אונז? וואס לאזט ער דער מלאך המוות זיך צופירן זיינער הענט איבער צאן מרעיתו?

ביז איין דינסטאג, צוויי אויף דער נאכט, נאכן פאסטן א דרייערל און נישט גיין אין מרחץ פאר דריי וואכן האט אים אריינגעבליצט דעם געדאנק און סאיז אים פלוצלינג אלעס קלאר געווארן עס האט זיך ארויסגעריסן פון אים א געשריי "יוריקא!!" אזש אז אלע ציין איז אים ארויסגעפלויגן. ס'דאך קלאר ווי די נאכט! ס'דאך א בפירוש'ע גמרא עס שטייט כל המעביר שנים מקרא ואחד תרגום מאריכין לו ימים ושנותיו, און די עוז והדר נאציס האבן דאך משנה געווען די תרגום פון אונזער מסורה, יעצט האלט קאפ, קומט דאך אויס אז א גרויסע פראצענט כלל ישראל זאגט נישט קיין תרגום ביי מעביר סדרה זיין, ווייל א תרגום נישט ווי די מסורה איז דאך קיין תרגום נישט, נו אוודאי צופירט זיך דער מאלאך המוות די הענט, ער זעט דא א גאלדענע געלעגנהייט וואס קומט נאר אראפ איינמאל און א טויזענט יאר! ס'טייטש אידן זאגן נישט קיין תרגום און שטייצעך אז פון דארט ביז א האלאקאסט איז שוין א שפאן ספאנגט.
די איינציגסטע שאלה איז אים געבליבן ווי קען זיין אז ער געווען אזא טיפש אין נישט געכאפט ביז יעצט דעם פשוטן חשבון פון איינס פלוס איינס? ווי פלעגט דער רבי זאגן עס קען נישט געמאלט זיין נאר אז דאס איז די כח פון סטרא אחרא אליינס עס מוז זיין די שטן אליין אליינס האט געשיקט דעם מלאך הממונה על השכחה צו הרב פילאפ'ן ער זאל פארגעסן די בפירושע גמרא, ווייל אנדערש האט עס נישט קיין הסבר .

אויב מיינט איר אז די מעשה האב איך געבאקן לכבוד חמין במוצאי שבת, איבערצייגט אייך אליין הלא הם כתובים בהסכמתו על ספר שאל אביך.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר