בלאט 1 פון 1

מכתב קכ"ז: וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט די באנק

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:33 pm
דורך דריידל
לאור די אשכולות ווי חברינו @משיב לשואל האט ארויפגעשטעלט זיינע בריוון וואס ער האט געענטפערט לשואליו, האב איך אויך אפירגעקראצט פון מיינע ארכיוון א בריוו וואס כ'האב געענטפערט בשעתו פאר איינעם פון די פילע משכימים לפתחי.

לכבוד ידידי הנגיד הנכבד מו"ה נחום.......... (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) חונה בק"ק דאלאס טעקסעס

זייענדיג זייער טריד מיט מיינע פארצווייגטע געשעפטן בין איך נישט אנגעקומען ביז היינט צו ענטפערן אויף דיינע שאלות. יעצט האב איך מיך אראפגעגנבעט אביסול צייט בין גברא לגברא - צווישן איין מיטינג און צווייטן, דיך צו ענטפערן אויף איינע פון דיינע שאלות, ועוד חזון למועד דורכציטון די איבריגע שאלות.

איבער דיין שאלה וויאזוי מ'גיט זיך אן עצה מיט די בענק וואס טשארדזשען כל מיני fees פאר קלאוזן א מארדגעדזש. להוי ידוע אז איך בין שוין געזעצן מיט מערערע לאיערס איבער דעים און איך האלט אינמיטן צאמשטעלן א ליגעל טיעם פון געניטע אדוואקאטן (קרעדיט:קול מבשר) וואס וועט באשטיין פון די גרעסטע לאיערס איבער די וועלט.

מ'האמיר פראבירט צו פארהאנדלן מיט די בענק און ערשט פאריגע וואך האמיר געהאט א מיטינג מיט די סי אי או'ס פון טשעיס, סיטי און בענק אוו אמעריקא. די פארטרעטער פון די בענק האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען שטארק פאראינטערסירט און די ביזנעס פון די היימישע עולם. איך האב ארויסגעברענגט די ווייגעשריי פון אונזער קאמיוניטי איבער די אומדערהערטע גניבות וואס די בענק טוען מיט'ן כלומפערשטע שיינע נעמען ווי קאמיטמענט פי, עסיימענט פי, עקזיט פי וכו'.

איינער פון די לאיערס האט געזאגט אז ער וואלט נישט געווען סורפרייזט אויב איין טאג זעהט ער א " וואט די העק פי" אויף א קלאוזינג סטעיטמענט. די סי אי או פון סיטי בענק האט זיך פראבירט צו פארטיידיגן זאגענדיג אז די גאווערמענט איז שילדיג אויף דעם צוליב די פילע רעגולאציעס וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די בענק.

אויף דערווייל האלט עס אז מ'גיימיר זיך טרעפן מיט די גאווערנערס אפיס און שתדל'ן אביסול גרינגער צו מאכן פאר אחב"י. אויך האמיר געסקעדשועלט א קאנפרענס מיט זשענען יעלען - די טשירוואמען פון די פעדערעל רעזערוו ווי ס'וועלן אויך אנוועזענד זיין פארטרעטער פון די SEC און פון די פרעזידענטס אפיס. מיר האבן שוין אויך קאנטעקטעט די פארשטייער פון די אגו"י אפיס אין וואשינגטאן און אויך די ארטיגע חב"ד שליח.

איך דארף יעצט מפסיק זיין ווייל איך האלט ביים אפפליען קיין ענגלאנד זיך צו טרעפן מיט טאני בלעיר איבערצושמועסן די לעצטיגע אנטוויקלונגען איבער די מדינת ישראל - חאמאס שלום פארהאנדלונגען.

בשורות טובות, והצלחה

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:36 pm
דורך בשבילי!
איך גיי דיר נישט טשארדזשן א פי, אבער כ'מוז דאך פרעגן: וואט דע העק?
:lol: :lol:

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:43 pm
דורך קאפקעיק
דרעזנער: וויאזוי האט איר געפילט בשעת ווען די געניטע אדוואקאטן האבן זיך אריין געשלענגעלט אין אייער אפיס?
ת. בלא בלא בלא ...
דרעזנער: אהא!

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:45 pm
דורך כוכב
בין איך דער איינציגער וואס האלט אז משיב לשואל'ס בריוון זענען ב'ש ואין כאן לא רב ולא תלמיד און ער האט סתם געטראפן אן אינטערעסאנטע סגנון וויאזוי צו לופטערן זיינע מיינונגען.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:46 pm
דורך קאפקעיק
ניין

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
כוכב האט געשריבן:בין איך דער איינציגער וואס האלט אז משיב לשואל'ס בריוון זענען ב'ש ואין כאן לא רב ולא תלמיד און ער האט סתם געטראפן אן אינטערעסאנטע סגנון וויאזוי צו לופטערן זיינע מיינונגען.


נא, איז וואס אויב יא? אבי ער ליפערט.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:59 pm
דורך בשבילי!
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:בין איך דער איינציגער וואס האלט אז משיב לשואל'ס בריוון זענען ב'ש ואין כאן לא רב ולא תלמיד און ער האט סתם געטראפן אן אינטערעסאנטע סגנון וויאזוי צו לופטערן זיינע מיינונגען.


נא, איז וואס אויב יא? אבי ער ליפערט.

אקעי, אבער טויש כאטש נישט די נעמען און פרטים. לאז עס כאטש ארגינעל....

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:02 pm
דורך ראשעקאל
כוכב האט געשריבן:בין איך דער איינציגער וואס האלט אז משיב לשואל'ס בריוון זענען ב'ש ואין כאן לא רב ולא תלמיד און ער האט סתם געטראפן אן אינטערעסאנטע סגנון וויאזוי צו לופטערן זיינע מיינונגען.

פאר מיר קיקט עס גראדע אויס עכט, און איך כאפ נ ישט פארוואס די דארפסט אזא זאך שרייבן. אפילו אויף די טשענס אז עס איז נישט 100% אמת איז דאך דא א טשענס אז ס'איז יא אמת. פארוואס זאלסטו סתם בארעדן און אפשר מאכן אז ער זאל נישט האבן קיין חשק ווייטער צו שרייבען?

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:03 pm
דורך בשבילי!
מיר איז אויך נישט בייגעפאלן אז ס'איז פאלש. לאז לויפן

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:07 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר איז עס יא אמת נאר דער שואל און משיב איז דער איינער און זעלבער? למען האמת איז דאך זיין ניק שואל ומשיב, נו האט ער דאך א רעכט צו זיין ביידע, נאר מחמת גילוי טוישט ער זיין נאמען!

חברה, לאמיר נישט פארפאטשקען, מיר האבן א פיינעם שרייבער, זייט נישט בודק די ציצית... וכדברי וואנצעס הנ"ל, האט הנאה און די זייטיגע זאכן האלטס אין בויך, לא באלה דרכינו צו מקבל פנים זיין א גאסט אזוי אומהעפליך.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:29 pm
דורך פארוואס?
לאמיר ווארטן ביז ער וועט האלטן ביי מכתב קכ״ז, און דעמאלס וועלן מיר עס באהאנדלען.
דרך אגב, ידוע אז דער בעל תרומת הדשן האט געשריבן זיינע תשובות בדרך שאלה ותשובה, כאטש עס איז נישט געווען קיין אמת׳ע שואלים. (מקור: איך געדענק נישט).

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:44 pm
דורך יין שרף
פארוואס? האט געשריבן:לאמיר ווארטן ביז ער וועט האלטן ביי מכתב קכ״ז, און דעמאלס וועלן מיר עס באהאנדלען.
דרך אגב, ידוע אז דער בעל תרומת הדשן האט געשריבן זיינע תשובות בדרך שאלה ותשובה, כאטש עס איז נישט געווען קיין אמת׳ע שואלים. (מקור: איך געדענק נישט).

ועיין ערך שו"ת תורה לשמה

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:49 pm
דורך דריידל
אויפ'ן שער בלאט פונעם תרומת הדשן ווערט עס געברענגט בשם די ש"ך און ט"ז.

די ספר שערי יצחק (איינער געדענקט עס נאך?) און אזוי אויך די ספרים פון רי"ד הארפענעס זענען אויך בדרך שאלה ותשובה. אבער ס'איז נאר אלס אן הקדמה אז דער וואס ליינט זאל וויסן וואס ס'גייט ווערן אויסגעשמועסט. וועסט אבער נישט טרעפן ווי זיי זיכן צו מאכן דעם אנשטעל כאילו ס'איז באמת געווען א שואל.

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:07 am
דורך יין שרף
בעצם בין איך נאכנישט אינגאנצן קאנווינסט אז דו הייסט באמת דריידל! און אפילו אויב יא האסטו זיכער עפעס א שווינדל וויאזוי די דריידל פאלט אלץ אויפן גימעלע...
איך גלייב ניטאמאל אז דו האסט שוין געאימעילט איינער פון דאלאס טעקסעס, און ניטאמאל אז דו האלטס אז מען זאל לערנען מיט קינדער סימן ר"מ...

קאם אן, דא איז א אנליין פארום וואו "בדידי הוא עובדא" מיינט אז ער האט אזוי גע'דמיונ'ט, און גרימפיגזא איז טאקע אומשעדליך...
יעדער פארשטייט אז דו שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך אשכול איז אמת לאמיתו...
ער שרייבט פיין, לופטער זיך מיט צוזאמען, אדער לאז אים אליין לופטערן...

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:10 am
דורך כוכב
איך האב קיינעם נישט בארעדט און זייער א קלוגע זאך אויסצושטעלן א מאמר בדרך שאלה ותשובה, און ער האט פון קיינעם נישט גע'גנב'ט. איך האב אים געלייקט און איך האב אויך הנאה פון זיינע מאמרים.
מיין אפשאצונג אז ער האט עס געשריבן ווי דער תרומת הדשן איז באזירט אויף דריי נקודות. א' א מגיד שיעור ענטפערט אין לשון הק', ב' דער סגנון הדברים זענען נישט ווי דער געווענליכער מגיד שיעור וואלט געענטפערט, ג' אפילו מיט'ן טוישן די נעמען וואלט ווען געדארפט זיין אן ערנסטע חשש גילוי ..
כה לחי הרב שואל מיר האבן אלע הנאה פון דיינע מאמרים, און אויב עפעס בין איך גרייט צו זיין דער תלמיד...

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:59 pm
דורך קפנדריא
איך בין שאקירט אז ס'איז געווען דא אפילו איינער וואס האט באמת געקלערט אז עס זיצט זיך א ניק'עלע באהאלטן פארקוועטשט אין זיין אפיס קיוביקל בין תנור לכירים, און אידן פון איבער דער וועלט האבן זיך דערוואוסט אז ער איז א חכם מחוכם וואס מאכט עליית נשמה און שאלת חלום און מ'האט אים מיטאמאל גענומען באהאגלען מיט שאלות אין אלע ענינים רוחניות וגשמיות, און ד' חלקי שו"ע..

ניטאמאל האט ער פרובירט אזוי איינרעדן, ס'איז גראדע זייער אייגנארטיג און א גוטע אידעע ארויסצוברענגען די מאמרים בדרך שאלת תם ותשובת חכם הרזים... דו"ק והבן, ודי בזה..

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:10 pm
דורך קפנדריא
איך בין גראדע געגאנגען צו א גרויסן לויער אנפרעגן בנוגע "מכתב קכ"ז" והמסתעף, דער לויער האט מיר געענטפערט בנשימה אחת, אז אויף מכתב קכ"ז איז די איינציגסטע עצה צו גיין מיט "קאפיטל י"א", (טשעפטער 11 בלע"ז), וחושבנא דדין כחושבנא דדין...

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:18 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:לאמיר ווארטן ביז ער וועט האלטן ביי מכתב קכ״ז, און דעמאלס וועלן מיר עס באהאנדלען.
דרך אגב, ידוע אז דער בעל תרומת הדשן האט געשריבן זיינע תשובות בדרך שאלה ותשובה, כאטש עס איז נישט געווען קיין אמת׳ע שואלים. (מקור: איך געדענק נישט).

ועיין ערך שו"ת תורה לשמה

דער זיסער ספר "שערי יצחק" פון ר' יצחק זאלער, ז"ל, וועלכער איז געוועין א מלמד. ער האט געשריבן זיין ספר בלשון שאלות ותשובות, פון א רבי צו א תלמיד... :? 8-) :lol: :roll: :x :oops: ;) :o

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:22 pm
דורך דריידל
יא יא ר' בערל. איך האב פריער דערמאנט דעם ספר און געפרעגט ווער עס געדענקט עס נאך. איך האב עס נאך געהאט אין חדר און ס'מיר א חידוש אז קיינער ווייסט מיטאמאל דערפון.

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:08 pm
דורך יאיר
די ניינצן בריוו זענען אויך אויסגעשטעלט בדרך שאלה ותשובה, אוון אזוי אויך לאן, ספר כוזרי און אסאך קירוב ספרים. אסאך מאל איז דאס וויבאלד דער קירוב עקספערט קען נאר ענטפערן שאלות וואס ער אליין פרעגט.

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:11 pm
דורך נהורא נפישא
:lol: :lol: :lol:

הודעהפורסם: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:06 am
דורך שמעקעדיג
דריידל האט געשריבן:יא יא ר' בערל. איך האב פריער דערמאנט דעם ספר און געפרעגט ווער עס געדענקט עס נאך. איך האב עס נאך געהאט אין חדר און ס'מיר א חידוש אז קיינער ווייסט מיטאמאל דערפון.

ס'ארא שאלה צי איך געדענק נאך. כ'בין דאך אויפגעוואקסן דערמיט. איי גירסא דינקותא.