ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:37 am

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:ווי?

דא

דא ווערט ״שיין גענטפערט״ ווער ס׳איז די משיח פון די יעצטיגע (א״ג) גאולה?!
איך זעה נישט...
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך אייניקעל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:17 am

קודש, משיח מיט גאולה זענען צוויי באזונדערע מושגים, געדענק דאס גוט און חזר עס איבער
גאולה איז די פאקט פון כלל ישראל צוריקקומען קיין ארץ ישראל און צוריקבאקומען די שלטון, פטור צו ווערן פון שעבוד מלכיות, דאס געשעהט נישט אין איין מינוט אדער דורך איין מענטש
ס'איז א פראצעס פון שלבים צוביסלעך קמעא קמעא
די אתחלתא דגאולה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאכן חורבן בית שני מיט כרם ביבנה, מיט די עליה פון די בעלי תוספות, ראשונים, מקובלים, תלמידי אור החיים, תלמידי רמח"ל, תלמידי בעש"ט, תלמידי הגר"א, ועוד ועוד און שפעטערדיגע מאסן עלייות פון פשוטע אידן וכו' וכו' עד לימינו אלה
משיח, מלחמת גוג ומגוג, בנין בית המקדש, תחיית המתים, אחרית הימים די אלע זענען שלבים וואס דארפן געשעהן ביי די ענדע פון די גמר הגאולה

גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט, מען דארף דאס דורכלערנען מיט די הבנת הראשונים (וואס האבן פארשידענע אנדערע מהלכים)
כגון רב סעדיה גאון, רמב"ם, רמב"ן, אבן עזרא, ספר העקרים, אברבנאל, וכו' וכו' וואס א טייל האבן געשריבן ספעציעלע עקסטערע ספרים וואס געבן זיך אפ מיט די נושא
וכולם פה אחד (פארשטייט זיך דערווייל לויט וויפיל איך האב געזעהן עד מקום שידי מגעת) זענען מודה אז עס קמעא קמעא ווי די ירושלמי, און אז אלע חלקים פון די גאולה זענען באזונדערע זאכן פאר זיך

איך וועל דיר אנצייכענען צוויי אינטערעסאנטע דוגמאות
דער אברבנאל זאגט אז ר' עקיבא האט געזאגט אז בר כוכבא איז משיח נישט ווייל ער האט באמת געהאלטן אזוי נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
דער חתם סופר זאגט ענדליך אז דער רמב"ם האט גערעכנט ביאת המשיח פון די עקרי אמונה נישט ווייל עס איז א עיקר נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה

וועגן דיין "ראיה מפורשת" פון ופתאום יבוא אל היכלו, זאלסטו מיר קודם מסביר זיין די סתירה פון ופנה דרך לפני ופתאום יבוא ד.ה. אז ער וועט אנגרייטן א וועג און קומען פלוצלינג, איז עס אנגעגרייט אדער פלוצלינג??? און אויך וואס מיינט בפתע פתאום וואס מ'טרעפט אסאך מאל אין פסוק?
http://www.tora.us.fm/tnk1/messages/prqim_t25b29_0.html
אויכעט ווי אזוי שטימט דאס מיטן פסוק: כִּי לֹא בְחִפָּזוֹן תֵּצֵאוּ וּבִמְנוּסָה לֹא תֵלֵכוּן כִּי-הֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם ה' וּמְאַסִּפְכֶם אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל (ישעי נ"ב י"ב)
יא פלוצלינג? נישט פלוצלינג? שטאט אדער שנעל?

ווען האסט דאס פארענטפערט וועלן מיר מיט געדולד ווארטן צו הערן א תירוץ מספיק אויף מיינע אנדערע פראגעס
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:59 pm

אייניקעל האט געשריבן:גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט,

ועאכו"כ קען מען נישט זאגן אויף דער וואס זאגט א משהו אנדער ווי דיין הבנה אז יענר איז א כופר, און נאך א כופר גמור
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:48 pm

אייניקעל האט געשריבן:קודש, משיח מיט גאולה זענען צוויי באזונדערע מושגים, געדענק דאס גוט און חזר עס איבער

איך חזר זייער אסאך מאל... גאולה: אויסלייזינג. משיח: געזאלבטער... אבער איך גלייב באמונה שלימה אז די צוויי מושגים וועלן זיין אויף איינמאל.
אוי... בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו... אוי... אוח אפינו משיח השם...



גאולה איז די פאקט פון כלל ישראל צוריקקומען קיין ארץ ישראל און צוריקבאקומען די שלטון, פטור צו ווערן פון שעבוד מלכיות, דאס געשעהט נישט אין איין מינוט אדער דורך איין מענטש
ס'איז א פראצעס פון שלבים צוביסלעך קמעא קמעא
די אתחלתא דגאולה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאכן חורבן בית שני מיט כרם ביבנה, מיט די עליה פון די בעלי תוספות, ראשונים, מקובלים, תלמידי אור החיים, תלמידי רמח"ל, תלמידי בעש"ט, תלמידי הגר"א, ועוד ועוד

איך זיך א מקור אז די כרם ביבנה, עליה פון בעלי התוספות וכו׳ איז א אתחלתא דגאולה... אויך דארף מען פארשטיין די הפסק פון הונדערטער יארן וואס א״י האט געפיסטעוועט פון יודן. איז דאס אויך א חלק פונעם אתחלתא דגאולה?!...


און שפעטערדיגע מאסן עלייות פון פשוטע אידן וכו' וכו' עד לימינו אלה
משיח, מלחמת גוג ומגוג, בנין בית המקדש, תחיית המתים, אחרית הימים די אלע זענען שלבים וואס דארפן געשעהן ביי די ענדע פון די גמר הגאולה

עי׳ בתשובות הרדב״ז ח״ב סי׳ תתקל״ט (אראפגעברענגט אויבן) אז ס׳וועט יא זיין תחיית המתים אנהויב פונעם גאולה.



גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט, מען דארף דאס דורכלערנען מיט די הבנת הראשונים (וואס האבן פארשידענע אנדערע מהלכים)
כגון רב סעדיה גאון, רמב"ם, רמב"ן, אבן עזרא, ספר העקרים, אברבנאל, וכו' וכו' וואס א טייל האבן געשריבן ספעציעלע עקסטערע ספרים וואס געבן זיך אפ מיט די נושא

דער רמב״ם שרייבט אין הל׳ מלאכים פי״ב אז מ׳זאל *נישט* עוסק זיין אין די אלע מדרשים, ווייל מען ווייסט סייווי נישט וויאזוי ס׳וועט זיין, און ס׳ברענגט נישט גארנשט.
א גוטע ראי׳ אז דיר רמב״ם איז געווען גערעכט(מ׳דארף נישט קיין ראי׳), ביסטו...


וכולם פה אחד (פארשטייט זיך דערווייל לויט וויפיל איך האב געזעהן עד מקום שידי מגעת) זענען מודה אז עס קמעא קמעא ווי די ירושלמי, און אז אלע חלקים פון די גאולה זענען באזונדערע זאכן פאר זיך

די פסוק פון ופתאום יבא האסטו נאך נישט געזען?!..,


איך וועל דיר אנצייכענען צוויי אינטערעסאנטע דוגמאות
דער אברבנאל זאגט אז ר' עקיבא האט געזאגט אז בר כוכבא איז משיח נישט ווייל ער האט באמת געהאלטן אזוי נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
דער חתם סופר זאגט ענדליך אז דער רמב"ם האט גערעכנט ביאת המשיח פון די עקרי אמונה נישט ווייל עס איז א עיקר נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה

וועגן דיין "ראיה מפורשת" פון ופתאום יבוא אל היכלו, זאלסטו מיר קודם מסביר זיין די סתירה פון ופנה דרך לפני ופתאום יבוא ד.ה. אז ער וועט אנגרייטן א וועג און קומען פלוצלינג, איז עס אנגעגרייט אדער פלוצלינג??? און אויך וואס מיינט בפתע פתאום וואס מ'טרעפט אסאך מאל אין פסוק?
http://www.tora.us.fm/tnk1/messages/prqim_t25b29_0.html
אויכעט ווי אזוי שטימט דאס מיטן פסוק: כִּי לֹא בְחִפָּזוֹן תֵּצֵאוּ וּבִמְנוּסָה לֹא תֵלֵכוּן כִּי-הֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם ה' וּמְאַסִּפְכֶם אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל (ישעי נ"ב י"ב)
יא פלוצלינג? נישט פלוצלינג? שטאט אדער שנעל?

דיינע קשיות ווערן פארענטפערט מיטן רמב״ם הנ״ל, אז מיר ווייסן סייווי נישט וויאזוי ס׳וועט אויסזען דעמעלטס, און ס׳איז א שאד צי פארברענגען צייט צי זיך איינרעדן אז מ׳פארשטייט, און נאכזאגן ווערטער וואס מ׳האט נישט קיין מושג דערון.


ווען האסט דאס פארענטפערט וועלן מיר מיט געדולד ווארטן צו הערן א תירוץ מספיק אויף מיינע אנדערע פראגעס
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:17 pm

@אייניקל,@אתא, עפעס א עם הארץ׳ישע ניגון...




אין א שיינעם העלען טאג
דער סוחר ביי דעם וואג
און דער שניידער אין מיטן נייען,
דער טרעגער מיט דעם פאק
דער לויפער מיט דעם זאק
און דער גערטנער אין מיטן זייען.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען,
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.



די זיצערן אין די גאס
דער שענקער ביי דער פאס
און דער שמיד ביי דעם האמער,
דער מילנער אין מיטן מאלן
דער בארבער אין מיטן גאלן
און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער.

פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה,
אז משיח קומט שוין באלד
ער פירט אונז אין די אלטע דירה.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


דער מלמד מיט'ן טייטש
דער בעל עגלה מיט'ן בייטש
און דער בלעכער אויפן דאך,
דער שלייפער ביי דעם ראד
דער בעדער אין באד
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.

פלוצלינגוועט מען הערן א קלאנג
אז די צייט איז שוין געקומען
עטס מעגט שוין זינגען א נייעם געזאנג
עטס ווערט פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

דער פויער מאנט פאר אייער
דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער
און דער סעליסיטער ברענגט א קלאגע,
די קעשענע איז לעהר
דאס געמיד איז נעבעך שווער
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.

פלוצלינג וועט מען הערן א קול
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן,
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך אייניקעל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:24 pm

[quote="קדש הילולים"]@אייניקל,@אתא, עפעס א עם הארץ׳ישע ניגון...

א בפירושע ניגון, נא!
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:32 pm

האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:44 pm

איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??

וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:

"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:52 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:51 pm

@קדש הילולים מילא וואס מיר האבן מדרשים לכאן לכאן, אויף דעם זאגט דאך דער רמב"ם אז מ'זאל ווארטן צו זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס למעשה. קעגן דעם ניגון אבער איז טאקע שווער צו ענטפערן... מה נענה אנן זבובים קצוצי כנפיים?

קדש הילולים האט געשריבן:האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....


---------------------------------------------!!
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:00 pm

מאטי האט געשריבן:איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??

וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:

"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''

מאטי: וואס איז מיט דיר? דו ווייסט נישט אז פון רמב"ם קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. ער איז דאך א חב"ד'סקער. פון 770. און פאררשטייצעך אויכעט א ציוני, וועלכער גלייבט אין שלימות הארץ. נישט ווי די נטורי חרתא. די פריינט פון די פאלעסטינער און איראנער... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:11 pm

אבער ווען דער רמב"ם קומט אים אויס גוט דאן נוצט ער אים יא! דאס איז מיין וואונדער.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:20 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??

וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:

"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''

מאטי: וואס איז מיט דיר? דו ווייסט נישט אז פון רמב"ם קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. ער איז דאך א חב"ד'סקער. פון 770. און פאררשטייצעך אויכעט א ציוני, וועלכער גלייבט אין שלימות הארץ. נישט ווי די נטורי חרתא. די פריינט פון די פאלעסטינער און איראנער... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

דאס איז דער רמב״ם וואס רעדט ארום וועגען די מנורה וי אזוי עס האט אויסגעקוקט צו בעיגול צו באלכסון?
אויך אין וויי זענען דאך די חברה הייליג גערעכט דער רמב״ם איז געוועהן נישט מער וי א ציוני, ווייל ער רעדט פון די סימבאל פון די ציונים!
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:40 pm

מאטי האט געשריבן:אבער ווען דער רמב"ם קומט אים אויס גוט דאן נוצט ער אים יא! דאס איז מיין וואונדער.

מאטי: מיין וואונדער איז, אז ער ווייסט בכלל צו זאגן פון רמב"ם. אינז ערליכע אידן לערנען נישט א סאך זאכן. כדאמרן. למשל משנה ברורה איז מען אויכעט מבזה אין אונזערע קרייזן מכמה טעמים. אויך ווייל ער איז געוועין אין אגודה... :? 8-) :lol: :twisted: :evil: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך אייניקעל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:31 pm

כ'האב זיך דערמאנט פון אפאר פסוקים אין אונזער הייליגע תורה

מלכים ב' כג בשנת חמש-עשרה שנה, לאמציהו בן-יואש מלך יהודה--מלך ירבעם בן-יואש מלך-ישראל, בשמרון, ארבעים ואחת, שנה. כד ויעש הרע, בעיני ה': לא סר, מכל-חטאות ירבעם בן-נבט, אשר החטיא, את-ישראל. כה הוא, השיב את-גבול ישראל, מלבוא חמת, עד-ים הערבה--כדבר ה' אלהי ישראל, אשר דבר ביד-עבדו יונה בן-אמתי הנביא, אשר מגת החפר. כו כי-ראה ה' את-עני ישראל, מרה מאד; ואפס עצור ואפס עזוב, ואין עזר לישראל. כז ולא-דבר ה'--למחות את-שם ישראל, מתחת השמים; ויושיעם, ביד ירבעם בן-יואש. כח ויתר דברי ירבעם וכל-אשר עשה, וגבורתו אשר-נלחם, ואשר השיב את-דמשק ואת-חמת ליהודה, בישראל: הלא-הם כתובים, על-ספר דברי הימים--למלכי ישראל. כט וישכב ירבעם עם-אבתיו, עם מלכי ישראל; וימלך זכריה בנו, תחתיו. {פ}
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:41 pm

פלאוויוס האט געשריבן:@קדש הילולים מילא וואס מיר האבן מדרשים לכאן לכאן, אויף דעם זאגט דאך דער רמב"ם אז מ'זאל ווארטן צו זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס למעשה. קעגן דעם ניגון אבער איז טאקע שווער צו ענטפערן... מה נענה אנן זבובים קצוצי כנפיים?

קדש הילולים האט געשריבן:האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....


---------------------------------------------!!

אויף די אלע פינטעלעך האב איך שוין טאקע נישט וואס צי ענטפערן...
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך אייניקעל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:09 pm

קודש וואס למעשה איז דיין אפשאצונג אויף הרב טייכטל איז ער געווען א גדול בישראל?
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:05 am

קודש, איינער וואס גלויבט נישט אין דעם ניגן איז א כופר אדער א כופר גמור?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:49 am

וואס וויל מען פון מיר? איך האב געזאגט אז קיין איין גדול בישראל האט נישט מסכים געווען מיט די סאטמארער מהלך פון איגנארירען דער מדינה אין גאנצען. אלע האבען געהאלטען מ'דארף זיך שלאגען מיט זיי דורך אריינגייען אין זייערע פלעצער וכו', ווי מ'האט שוין גערעדט. @ישראל קאפקע האט טענות אז דער קהלה פונ'ם עדה חרדית האבען אויך אזוי געהאלטען. טענו בחיטין והודה לו בזכר קדשו. איך זאג גדולים, דו זאגסט קהלות.
אחוץ טאמער יעדער רב וואס האלט ווי סאטמאר איז שוין פאר דעם א גדול בישראל. דעמאלס ביסטו גערעכט.
און פאר דער וואס האט געפרעגט וויאזוי מעסט מען א גדול בישראל, לכאורה דער ענטפער איז א מענטש (פארשטייט זיך קודם כל אי ער א תלמיד חכם מופלג) וואס ווערט אנגעפרעגט די גרויסע שאלות פונ'ם דור, וואס תלמידי חכמים און אנשי מעשה רעכענען זיך מיט זיין דעה, א מענטש וואס אפילו נאכ'ן פטירה ווערט דערמאנט זיין פסקים, הנהגות און דעות, ער איז אריינגערעכענט. דאס וואס טייל מענטשען ווילען מכתיר זיין יעדער איינער וואס האלט ווי זיי אלס א גדול בישראל, א שטייגער ווי די מזרחניק'עס וועגען הרב טייכטאל, און די סאטמארער אויף די קנאיש'ע רבנים, דארף בכלל נישט אויסמאכען פאר א בר דעת.
און למעשה, האט מען נאך נישט קיין שום מקור אז משיח גייט זיכער נישט קומען צו א פארטיגע זאך. שטייט נישט אין חז"ל אז משיח מוז קומען צו א גשמיותדיג'ע וויסטעניש, און אוודאי גייט משיח טוהן זיינ'ס, און כפי הנראה פעלט נישט וואס צו טוהן פאר איהם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9129 מאל

הודעהדורך מאיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:57 am

אייניקעל האט געשריבן:צוויי פראגערס צום טייערן "נטורי קרתא עסקן" אדער בדומה לו עסקנים וואס היטן די שטאט און ראטעווען יודן פון כפירה


א)לויט מיין ארעמע ידיעות שטעלט זיך ארויס פון חז"ל פארקערט אז דאס איז די איינציגסטע מצות פון אלע דרייצן מצות וואס זענען שוקל כנגד כל המצוות וואס מען מעג עובר זיין א שבות אום שבת, לכאורה איז עס די שטערקסטע מצוה גאר פון אלע מצות אינאיינעם, א מצוה וואס כמה ראשונים ואחרונים האבן זיך אריינגעלייגט אין א זיכערע סכנה בכדי עס מקיים צו זיין


ב) וואס האט דע פלייער, זורח אדער בכלל מצות ישוב ארץ ישראל איינגעלייגט מיט ציונות? אזוי ווייט אז מען זאל דארפן יענעם באטיטלען מיט עמלק'ס טיטל פון ימ"ש אדער יענעם אנרופן כופר אפיקורוס וכדומה




א) ישוב א"י איז שוקל קעגען אלע מצות? WOW די רעדסט שוין עקסטרעם אויף די אנדערע זייט. לויט געוויסע ראשונים איז עס א דאורייתא לויט אסאך ראשונים דרבנן, אין לויט געוויסע ראשונים גייט עס נישט אן היינט.
דאס אז א שבות איז מותר אין שבת איז נישט קיין ראיה אז עס איז א גרויסע מצוה, ממעג מחלל שבת זיין א שבות פאר א גוי אין שבת וועגן דרכי שלום, אבער דרכי שלום וועגט נישט איבער אלע מצות. (אגב דארף מען דן זיין אויב ישוב א"י איז דוחה דרכי שלום מיט די אראבער, ביידע זענען אייניג שטארק לכאורה).

ב) ישוב א"י האט נישט מיט ציונות, אבער אין אינזערע צייטען איינער וואס איז ביזי מיט ישוב א"י (אין איז א פלענער מענטש וואס איז נישט ספעציעל מדקדק זיין אויף אנדערע הלכות במסירות נפש) קימט עס פין ציונות. זיי מודה....

ג) די צדיקים וואס האבען מקיים געוען ישוב א"י מיט מסנ"פ האבען אויך אזוי געטיען מיט אנדערע מצות דרבנן קלים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאיר אום דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:04 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:12 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:00 pm

@ליטוואק פון בודאפעסט,
וועלכע ווארט פון "אכציג פראצענט 'חרידישע רבנים' אין ארץ ישראל" איז דיר נישט קלאר?
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2309 מאל

הודעהדורך מאיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:20 pm

די אישו מיט ציונות איז אפאר נקודות:

א) שלש שבועות וואס ווערט אראפגעברענגט אלס א פשטות אין ראשנים ואחרונים ובכללם החת"ס. די אברבנאל שרייבט אז רבי עקיבא "טעות" אין בר כוכבא האט גורם געווען אז ער איז נהרג געווארען דורך רוים אויף שרעקליכען אופן רח"ל.

אינטערעסנט די "קאאינסידענס" אז פינקט אין די זעלבע צייט (במשך 3000 יאר) איז געקימען א חרבן ממש אזוי עס שטייט אין גמרא. עס שטייט נישט אין גמרא נאך אזוי גרויסע עונש אויף אנדערע זאכען. "כצבאות ואילות השדה" יודען זענען אינטער מענטשען - היטלער ימ"ש.

ב) די מיינוג פין כלל ישראל (יונג אין אלט) אלע דורות איז געוען אז משיח גייט מאכען די גאולה.

ג) רוב גדולי ישראל פארען קריג האבען געהאלטען עס איז אסור. ("גדול בישראל" מיינט אז רוב שומרי תומ"צ האלטען דעם מענטש פאר א גדול בישראל)

ד) מרשעים יצא רשע, קען זיין אז די טובה פאר כלל ישראל קימט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים (הערצעל וכו')?.


איך בין אויך א שטיקל ציוני אין הארץ, פארפאלען עס איז א גרויסע תאוה, אין איך בין א פשוטער יוד. אבער איך וואטש אז מיינע געפיעלן זאלען נישט איבער דרייען די פאקטען. אז איך וויל עפעס, עס מאכט מיך פילען גיט, מיינט נישט אז דאס איז דער אמת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאיר אום דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:12 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:30 pm

דו קומסט מיר פאר וואו א מים שלנו שעפער אחרון של פסח, כאילו דיינע פונקטן זענען נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן אין די פריערדיגע בלעטער.

פאר א סטארט:

איינער וואס האט ליב ארץ ישראל און מאכט עלייה, וואו פונקטליך בעגעגנט ער זיך מיט די שלש שבועות? זאגסטו אז אזא איינער איז נעמליך געשלאגן מיט ציונות.
הייסט עס "שלש שבועות" איז מען עובר במחשבה?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך מאיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:33 pm

איך האב נאר געוואלט "סאמערייזען" אלע פינטקען.

איינער וואס האט ליב א"י (אזוי ווי געוויסע מענשטען האבען ליב למשל מאנסי מער ווי בארא פארק וכו') אין מאכט עליה מיז נישט זיין ציונות. איינער וואס איז ביזי מיט מצות ישוב א"י אין איז א פשוטער מענטש ווי איך אין די וואס איז נישט ספציעל מדקדק אויף מצות, קימט פין ציונות.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:12 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:40 pm

האסט אבער צוזאמגעקליבן 50% איינזייטיג צו דיין אידעלאגיע.

אויף דיין צווייטן פאראגראף האב איך דיר נאכגעגעבן, כ'האב נאר געפרעגט; את"ל ס'איז אמת, ווי אזוי שפינסטו דערמיט א העברה אויף ג שבועות.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך מאיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:17 pm

מאטי האט געשריבן:האסט אבער צוזאמגעקליבן 50% איינזייטיג צו דיין אידעלאגיע.



אדרבה ברענג מיר 1 ראשון אדער גדול שבאחרונים וואס זאגעט אז ש"ש איז נישט אקוטעל. דאס וואס עס שטייט אין געוויסע פלעצער "קמעא קמעא" איז נישט קיין סתירה צי שלש שבועות פארשטייט זיך
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:12 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט