דא ווערט ״שיין גענטפערט״ ווער ס׳איז די משיח פון די יעצטיגע (א״ג) גאולה?!
איך זעה נישט...
אייניקעל האט געשריבן:גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט,
אייניקעל האט געשריבן:קודש, משיח מיט גאולה זענען צוויי באזונדערע מושגים, געדענק דאס גוט און חזר עס איבער
איך חזר זייער אסאך מאל... גאולה: אויסלייזינג. משיח: געזאלבטער... אבער איך גלייב באמונה שלימה אז די צוויי מושגים וועלן זיין אויף איינמאל.
אוי... בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו... אוי... אוח אפינו משיח השם...
גאולה איז די פאקט פון כלל ישראל צוריקקומען קיין ארץ ישראל און צוריקבאקומען די שלטון, פטור צו ווערן פון שעבוד מלכיות, דאס געשעהט נישט אין איין מינוט אדער דורך איין מענטש
ס'איז א פראצעס פון שלבים צוביסלעך קמעא קמעא
די אתחלתא דגאולה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאכן חורבן בית שני מיט כרם ביבנה, מיט די עליה פון די בעלי תוספות, ראשונים, מקובלים, תלמידי אור החיים, תלמידי רמח"ל, תלמידי בעש"ט, תלמידי הגר"א, ועוד ועוד
איך זיך א מקור אז די כרם ביבנה, עליה פון בעלי התוספות וכו׳ איז א אתחלתא דגאולה... אויך דארף מען פארשטיין די הפסק פון הונדערטער יארן וואס א״י האט געפיסטעוועט פון יודן. איז דאס אויך א חלק פונעם אתחלתא דגאולה?!...
און שפעטערדיגע מאסן עלייות פון פשוטע אידן וכו' וכו' עד לימינו אלה
משיח, מלחמת גוג ומגוג, בנין בית המקדש, תחיית המתים, אחרית הימים די אלע זענען שלבים וואס דארפן געשעהן ביי די ענדע פון די גמר הגאולה
עי׳ בתשובות הרדב״ז ח״ב סי׳ תתקל״ט (אראפגעברענגט אויבן) אז ס׳וועט יא זיין תחיית המתים אנהויב פונעם גאולה.
גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט, מען דארף דאס דורכלערנען מיט די הבנת הראשונים (וואס האבן פארשידענע אנדערע מהלכים)
כגון רב סעדיה גאון, רמב"ם, רמב"ן, אבן עזרא, ספר העקרים, אברבנאל, וכו' וכו' וואס א טייל האבן געשריבן ספעציעלע עקסטערע ספרים וואס געבן זיך אפ מיט די נושא
דער רמב״ם שרייבט אין הל׳ מלאכים פי״ב אז מ׳זאל *נישט* עוסק זיין אין די אלע מדרשים, ווייל מען ווייסט סייווי נישט וויאזוי ס׳וועט זיין, און ס׳ברענגט נישט גארנשט.
א גוטע ראי׳ אז דיר רמב״ם איז געווען גערעכט(מ׳דארף נישט קיין ראי׳), ביסטו...
וכולם פה אחד (פארשטייט זיך דערווייל לויט וויפיל איך האב געזעהן עד מקום שידי מגעת) זענען מודה אז עס קמעא קמעא ווי די ירושלמי, און אז אלע חלקים פון די גאולה זענען באזונדערע זאכן פאר זיך
די פסוק פון ופתאום יבא האסטו נאך נישט געזען?!..,
איך וועל דיר אנצייכענען צוויי אינטערעסאנטע דוגמאות
דער אברבנאל זאגט אז ר' עקיבא האט געזאגט אז בר כוכבא איז משיח נישט ווייל ער האט באמת געהאלטן אזוי נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
דער חתם סופר זאגט ענדליך אז דער רמב"ם האט גערעכנט ביאת המשיח פון די עקרי אמונה נישט ווייל עס איז א עיקר נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
וועגן דיין "ראיה מפורשת" פון ופתאום יבוא אל היכלו, זאלסטו מיר קודם מסביר זיין די סתירה פון ופנה דרך לפני ופתאום יבוא ד.ה. אז ער וועט אנגרייטן א וועג און קומען פלוצלינג, איז עס אנגעגרייט אדער פלוצלינג??? און אויך וואס מיינט בפתע פתאום וואס מ'טרעפט אסאך מאל אין פסוק?
http://www.tora.us.fm/tnk1/messages/prqim_t25b29_0.html
אויכעט ווי אזוי שטימט דאס מיטן פסוק: כִּי לֹא בְחִפָּזוֹן תֵּצֵאוּ וּבִמְנוּסָה לֹא תֵלֵכוּן כִּי-הֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם ה' וּמְאַסִּפְכֶם אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל (ישעי נ"ב י"ב)
יא פלוצלינג? נישט פלוצלינג? שטאט אדער שנעל?
דיינע קשיות ווערן פארענטפערט מיטן רמב״ם הנ״ל, אז מיר ווייסן סייווי נישט וויאזוי ס׳וועט אויסזען דעמעלטס, און ס׳איז א שאד צי פארברענגען צייט צי זיך איינרעדן אז מ׳פארשטייט, און נאכזאגן ווערטער וואס מ׳האט נישט קיין מושג דערון.
ווען האסט דאס פארענטפערט וועלן מיר מיט געדולד ווארטן צו הערן א תירוץ מספיק אויף מיינע אנדערע פראגעס
קדש הילולים האט געשריבן:האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....
מאטי האט געשריבן:איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??
וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:
"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''
berlbalaguleh האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??
וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:
"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''
מאטי: וואס איז מיט דיר? דו ווייסט נישט אז פון רמב"ם קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. ער איז דאך א חב"ד'סקער. פון 770. און פאררשטייצעך אויכעט א ציוני, וועלכער גלייבט אין שלימות הארץ. נישט ווי די נטורי חרתא. די פריינט פון די פאלעסטינער און איראנער...![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
מאטי האט געשריבן:אבער ווען דער רמב"ם קומט אים אויס גוט דאן נוצט ער אים יא! דאס איז מיין וואונדער.
פלאוויוס האט געשריבן:@קדש הילולים מילא וואס מיר האבן מדרשים לכאן לכאן, אויף דעם זאגט דאך דער רמב"ם אז מ'זאל ווארטן צו זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס למעשה. קעגן דעם ניגון אבער איז טאקע שווער צו ענטפערן... מה נענה אנן זבובים קצוצי כנפיים?קדש הילולים האט געשריבן:האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....
---------------------------------------------!!
אייניקעל האט געשריבן:צוויי פראגערס צום טייערן "נטורי קרתא עסקן" אדער בדומה לו עסקנים וואס היטן די שטאט און ראטעווען יודן פון כפירה
א)לויט מיין ארעמע ידיעות שטעלט זיך ארויס פון חז"ל פארקערט אז דאס איז די איינציגסטע מצות פון אלע דרייצן מצות וואס זענען שוקל כנגד כל המצוות וואס מען מעג עובר זיין א שבות אום שבת, לכאורה איז עס די שטערקסטע מצוה גאר פון אלע מצות אינאיינעם, א מצוה וואס כמה ראשונים ואחרונים האבן זיך אריינגעלייגט אין א זיכערע סכנה בכדי עס מקיים צו זיין
ב) וואס האט דע פלייער, זורח אדער בכלל מצות ישוב ארץ ישראל איינגעלייגט מיט ציונות? אזוי ווייט אז מען זאל דארפן יענעם באטיטלען מיט עמלק'ס טיטל פון ימ"ש אדער יענעם אנרופן כופר אפיקורוס וכדומה
מאטי האט געשריבן:האסט אבער צוזאמגעקליבן 50% איינזייטיג צו דיין אידעלאגיע.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט