ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך מאטי » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:00 pm

בלייבן כמכחול, איז קיין איסור, נאר די יציאה איז אסור כמבואר קפ"ה סעיף ד']

כ'האב געטראכט פון דעם גראדע אבל שמא יש לחלק כשנכנס בהיתר והוי אונס על הנאת שהיה ועושה מעשה חדשה להנאות גופו באיסור.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:09 pm

איך וויל וויסן: וואס איז די דאטום וואס די ג' שבועות זענען גיגעבן גיווארן? אין וועלכן ''זאל'' איז דאס פארגעקומען? ווער האט דאס איבער געגעבן? דער אייבישטער אליינס, אדער ע''י נביא. וועלכע נביא? זענען אלע אידן דארט געווען? האבן זיי געהאט א ברירה צו זאגן ניין? קען א שבועה אריבער גיין בירושה לדורות?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:27 pm

ווען מ׳וועלט א נייע רעגורינג, איז מען פריש עובר. ווען איינער זיצט אין די רעגורינג און האלט עס אן, האט ער יעדע רגע א חלק אין העברה על השבועות.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:29 pm

מאטי האט געשריבן:איך וויל וויסן: וואס איז די דאטום וואס די ג' שבועות זענען גיגעבן גיווארן? אין וועלכן ''זאל'' איז דאס פארגעקומען? ווער האט דאס איבער געגעבן? דער אייבישטער אליינס, אדער ע''י נביא. וועלכע נביא? זענען אלע אידן דארט געווען? האבן זיי געהאט א ברירה צו זאגן ניין? קען א שבועה אריבער גיין בירושה לדורות?

זאג נאר, די גמרא איז נישט באגלייבט ביי דיר?...
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:32 pm

באשטעטיגט האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:ספר ישעיה כ״ז:

יב. והיה ביום ההוא יחבט ה' משבלת הנהר עד נחל מצרים ואתם תלקטו לאחד אחד בני ישראל.
יג. והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האבדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים והשתחוו לה' בהר הקדש בירושלים

רש"י
יחבט ה'. ת"י יתרמון קטילין, ואני אומר ב' לשונות הללו חיבוט ולקיטה נופלין זה על זה כחובט זיתיו וחוזר ומלקטן ואחרים מלקטין אותו מן הארץ כך הקב״ה יתחיל האסיפה כמו שנאמר יתקע בשופר גדול.


אני מאמין שהקב"ה התחיל האסיפה ! אין אתה מאמין שהוא מסבב כל הסיבת? אתה רוצה לראות אותו כביכול?
(אדרבה מזה משמע שאסיפה מתחיל והולך ואינו בבת אחת)

אני מאמין שהקב״ה רוצה שיחטאו! אין אתה מאמין שהוא מסבב כל הסיבות?........
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:38 pm

באשטעטיגט האט געשריבן:
מאיר האט געשריבן:
דעס אז מען האט עובר געווען איז ניטש קיין היתר, ממעג בלייבען וואוינען מיט אן אשת איש וויבאלד מהאט שוין עובר געווען?.

לויטען מהר"ל איז שלש שבועות ביהרג ואל יעבור. אויך מקען מאכען אופנים אז די יודען זאלן נישט געשעדיגט ווערן.



כתב הגרי"י קנייבסקי, הסטייפלר שהיה כידוע נגד הציונות והמדינה: 'עיקר טענת הרב הקדוש מסטמר שליט"א מחמת שלשת השבועות אינו מובן לענ"ד. בוודאי בתחילה היה שלא כדין, אבל עכשיו שאין שלטון אחר לכאורה ליכא איסור מצד הג' שבועות' (קריינא דאיגרתא, בני ברק תשמ"ו, סימן ר"ה, עמ' רכ"ג).

במחילות כ״ת, האט ער זיך טועה געווען. ווייל אז מ׳קוקט אריין אין ויוא״מ זעט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז יעדער וואס גייט צי די בחורות האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:42 pm

שוין ווייטער א פראבלעם מיט "די בחורות"? אמת'דיג?

אבי מיר האט זיך געדאכט אז דער ויואל משה איז נאר דן אין ענינים פון ציונות...
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:54 pm

קדש הילולים האט געשריבן:ווען מ׳וועלט א נייע רעגורינג, איז מען פריש עובר. ווען איינער זיצט אין די רעגורינג און האלט עס אן, האט ער יעדע רגע א חלק אין העברה על השבועות.
יעדע בחירות, אדער יעדע רגע כ'בין צעמישט.

מקורות ביטע.... די ציונים דא ברענגען מקורות, ביסט טאקע אנטי-ציונים, דארפסט אבער נאך אלס ברענגען "ציונים" צו דיינע ווערטער
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:59 pm

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:ספר ישעיה כ״ז:

יב. והיה ביום ההוא יחבט ה' משבלת הנהר עד נחל מצרים ואתם תלקטו לאחד אחד בני ישראל.
יג. והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האבדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים והשתחוו לה' בהר הקדש בירושלים

רש"י
יחבט ה'. ת"י יתרמון קטילין, ואני אומר ב' לשונות הללו חיבוט ולקיטה נופלין זה על זה כחובט זיתיו וחוזר ומלקטן ואחרים מלקטין אותו מן הארץ כך הקב״ה יתחיל האסיפה כמו שנאמר יתקע בשופר גדול.

נו, איז דאס נישט וואס איז גשען א אפנער יד ה'?
האסטו אין די גאנצע וועלט'ס היסטוריה נאך אזא פאסירונג ווי א פאלק קומט צוריק צו זיין היימלאנד, (אין די מיליונען!!) קרוב צו צוויי טוזנד יא שפעטער?!
(אויב יא, אדרבה, זאג מיר. איך רעד נישט נאר פון היינטיגע צייטן. איך גיב דיר א צעלענדש אויך צו טרעפן אזא פאסירונג אין דער פארגאנגענהייט)
קען דאס אויסגטייטש ווערן ווי עפס אנדערש חוץ יד ה'?

נעבעך נעבעך....

דאס איז ביי דיר די ווינדער???...

דאס אז כלל ישראל גייט שוין אן אין גלות אזויפיל יארן אן א לאנד, און איז זיך מוסר נפש אויף די תורה, שטייט ביי נסיונות פון אזעליכע וואס ווילן איר אומרענגען ברוחניות ובגשמיות, איז נישט גענוג ווינדער???...


איז נאכדעם וואס אונזערע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען אויף יודישקייט, און זיי זענען געבליבן א פאלק, איז עס א ״ווינדער״ אז מ׳קערט זיך צוריק צום לאנד?... די ווינדער איז ווי געזאגט אז זיי האבן זיך מוסר נפש געווען אן א לאנד!!!


יא, מיר יודן גייען אן מיט אלע צרות, מיר האבן א הבטחה אז מיר וועלן נישט בטל ווערן מיט אלע שווערעקייטן, און מיר וועלן זיך וויטער אויך האלטן. ביזן גאולה שלימה.

אבער וואס האט דאס מיט ״צורוקומען צו זייער היימלאנד״??...

די ווינדער איז אז מ׳איז ״צוריקגעקומען צום היימלאנד״, כאילו אויף דעם האט מען בעיקר ארויסגעקוקט... ניין מיר זענען יודן ווייל אונז היט מיר די תורה. און ״דאס״ איז די ווינדער. אז מיר זענען נאך יודן בכלל.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:03 pm

מאטי האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:ווען מ׳וועלט א נייע רעגורינג, איז מען פריש עובר. ווען איינער זיצט אין די רעגורינג און האלט עס אן, האט ער יעדע רגע א חלק אין העברה על השבועות.
יעדע בחירות, אדער יעדע רגע כ'בין צעמישט.


יעדע רגע. נאר כמובן איז סאך גרעסער די איסור נאכאמאל צי גיין בקום ועשה וועלן.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך באשטעטיגט » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:04 pm

קדש הילולים האט געשריבן:
באשטעטיגט האט געשריבן:
מאיר האט געשריבן:
דעס אז מען האט עובר געווען איז ניטש קיין היתר, ממעג בלייבען וואוינען מיט אן אשת איש וויבאלד מהאט שוין עובר געווען?.

לויטען מהר"ל איז שלש שבועות ביהרג ואל יעבור. אויך מקען מאכען אופנים אז די יודען זאלן נישט געשעדיגט ווערן.



כתב הגרי"י קנייבסקי, הסטייפלר שהיה כידוע נגד הציונות והמדינה: 'עיקר טענת הרב הקדוש מסטמר שליט"א מחמת שלשת השבועות אינו מובן לענ"ד. בוודאי בתחילה היה שלא כדין, אבל עכשיו שאין שלטון אחר לכאורה ליכא איסור מצד הג' שבועות' (קריינא דאיגרתא, בני ברק תשמ"ו, סימן ר"ה, עמ' רכ"ג).

במחילות כ״ת, האט ער זיך טועה געווען. ווייל אז מ׳קוקט אריין אין ויוא״מ זעט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז יעדער וואס גייט צי די בחורות האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.


ער זאגט אז עס נישט מובן דאס וואס שטייט אין ויואל משה!
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

ציטאט פון הרב טייכטאל ז"ל

הודעהדורך פלאוויוס » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:19 pm

מאיר האט געשריבן:אינטערעסנט די "קאאינסידענס" אז פינקט אין די זעלבע צייט (במשך 3000 יאר) איז געקימען א חרבן ממש אזוי עס שטייט אין גמרא. עס שטייט נישט אין גמרא נאך אזוי גרויסע עונש אויף אנדערע זאכען. "כצבאות ואילות השדה" יודען זענען אינטער מענטשען - היטלער ימ"ש.


די מקורות אונזערע ברענגען זייער ענליכע פארשטעלונגען בנוגע די חבלי משיח. שטעלט זיך דאך די קשיא, וויאזוי וועלן אידן וויסן צי די צרות זענען חבלי משיח, אדער ווייל עמיצער האט פרובירט אנצוארבעטן א פאלשע גאולה? איך וואלט געגלייבט אז דער תירוץ אויף דעם איז, מ'זאל פשוט ווארטן און זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס. ווען די שיבת ציון גיט זיך איין פאר'ן כלל ישראל איז עס אודאי א יד ה'.

נאר חוץ מזה וואלט גוט געווען צו ברענגען א וויכטיגן ציטאט פון הרב טייכטאל, וואס האט אן אנדערן בליק איבער די צרות פונעם וועלטס-קריג, און ער טייטשט אויס דעם שרעקליכן "צופאל" אויף אן אנדערן אופן, נעמליך א בחינה פון אן עונש קעגן דיבת הארץ. זיין סברא איז אייגנטליך אויסגעהאלטן לאגיש אויך, ווי ער ערקלערט דאס אין זיינע ווערטער, וויבאלד "אויב וואלטן אידן צוגעשטאנען צום ציונות און ארויף קיין ארץ-ישראל בעוד מועד, וואלט דאך נישט געווען וועמען אומצוברענגען ל"ע אין אייראפע"... דאס דערמאנט מיך אין די ווערטער פון איינעם די גרויסע ציוניסטישע דענקערס אין די יארן פאר'ן קריג, וואס האט זעענדיג ווי אייראפע הייבט אן ברענען אלץ מער קעגן אידן, געשריבן דאס פאלגנדע: "אויב אידן וועלן נישט גיין באצייטנס קיין ארץ-ישראל וועלן זיי ווערן אהינגעטריבן דורך די שרעקליכסטע אופנים, מיט בלוט און פייער". דאכט זיך אז די היסטאריע האט איבערגעוויזן ווער ס'איז ליידער גערעכט געווען. בכל אופן, דא איז דער ציטאט פון הרב טייכטאל אינעם ספר "אם הבנים שמחה":

ואילו היו החרדים נתנו ידם להעוסקים בזה המפעל הקדוש לפני ששים חמשים או ארבעים שנה והיו מלהיבים את לבות בנ״י להשתתף בזה אז כמה הי׳ הרחיב לנו בארץ וכמה וכמה אלפים מבני ישראל היו מתיישבים שמה והיו נצלים ממות לחיים והיו מקיימים בזה הצל לקוחים ממות, אבל כעת שהתנגדו לזה, ולא די בהתנגדותם לחוד עוד גרמו להעלות איזה שנאה בלבות הפשוטים מן החרדים לעסק בנין הארץ, עד שאם אחד פותח פיו לדבר ולהתלהב עצמו לבנין ארצינו הוא משוקץ ומתועב בעיניהם והכל גוערין בו אתה ציוניסט ושקץ ומתועב, וגרמו בזה באמת מיאוס ושיקוץ לארץ חמדה, ואיש הפשוט שאין לו דעת עצמו להכריע מדעת התורה אם זה אמת או לא ורוצה שיחזיקו אותו לחרד וחסיד הוא צועק ככרוכיא על הרוצה להתעסק בבנין הארץ אתה פושע וציוניסט, ובזה הוא מבאיש ריחו ואת ריח ארצינו הקדושה, ובאמת הוא רק תם ושאינו יודע לשאול ואינו יודע בין ימינו ושמאלו, ואם שכמה מן הת״ח אמיתיים הולכים בלבותיהם ומחשבים מחשבות טובות במפעל הקדוש הזה ומודים אמת בלבבם שרק זה תכליתנו לקומם ולכונן את בית חיינו ולחונן את ארצינו ולרצות את אבניה ועפריה, אבל נשאר רק מחשבה טובה בלב לבד כי לא ימלא נפשו להוציא מחשבתו בדבור כי ירא וחת מהגערות שיגערו בו ויעשו אותו לשיקוץ ומתועב ולציוניסט.

וכה היו מפיצים שנאה ושטנה בעולם החרדית נגד כת שנתנו לבם לבנות את ארצנו על תילה וממילא גרמו בזה גם מיאוס לארץ חמדה ונפלו בעבירת המרגלים שעליהם נאמר וידגנו באהליהם וימאסו בארץ חמדדה. ומה הי׳ סופם של המרגלים שגרמו עי״ז בכי׳ לדודות, וכן המה עוד הוסיפו בכי׳ על בכי׳ והגענו למה שהגענו היום שבבית ישראל ראינו שערוריה על שערוריה ובכי׳ על בכי׳ וכל זה הוא מפני שמאסנו בארץ חמדה כאשר הבאתי מדברי חז״ל בפנים להלן בספרי. ועיין בספר שפת אמת למרן מהר״מ חאגיז ד׳ נ״א ע״ב שכתב בגודל העונש של המדברים בגנות יושבי ארץ ישראל וזה לשונו בי יצאה הגזרה מלפניו יתברך דכשם שכל האנשים הרואים את כבודי דהיינו הדור ההוא אני גוזר עליה שלא יהיו רואין את הארץ כך לדודות הבאים כל מי שיוציא שם רע על הארץ ילקה בגופו ויכנס בעונש זה והיינו וכל מנאצי לא יראוה דקאי על העתיד ג״כ עיי״ש.

ואודה על האמת ואזכיר את חטאי שגם בעיני הי׳ לנמאס מפעל הזה של בנין הארץ מחמת ששמעתי כן מהרבה מנהיגי חרדים סתם ונשרש בלבי כך ולא התענינתי בזה כלל כי טרוד הייתי בגירסא בלימוד תלמידים ולחבר חיבורים בגפ״ת ובשו״ת להשיג לכל שואל בדבר ה׳ ורק אחר שלקינו בגלות החל הזה עיינתי בהלכה זו והאיר ה' עיני שטעות הי׳ בידי וביד אשר התנגדו לזה ואני מודה ואומר כמו שמצינו בש״ס מרבא ובכמה גדולי חכמנו ז״ל שהודו ואמרו דברים שאמרתי לכם טעות היו בידי ומודים דרבנן היינו שבחייהו, וב״ה אני אינו חת משום אדם לומר בפומבי דברים אמת שבלבי, כי אני ב"ה שמשתי גדולים וצדיקי עולם, ונתגדלתי בין חכמי דור קדושי עליונים אמיתיים...
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 9:00 pm

קדש הילולים האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:ספר ישעיה כ״ז:

יב. והיה ביום ההוא יחבט ה' משבלת הנהר עד נחל מצרים ואתם תלקטו לאחד אחד בני ישראל.
יג. והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האבדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים והשתחוו לה' בהר הקדש בירושלים

רש"י
יחבט ה'. ת"י יתרמון קטילין, ואני אומר ב' לשונות הללו חיבוט ולקיטה נופלין זה על זה כחובט זיתיו וחוזר ומלקטן ואחרים מלקטין אותו מן הארץ כך הקב״ה יתחיל האסיפה כמו שנאמר יתקע בשופר גדול.

נו, איז דאס נישט וואס איז גשען א אפנער יד ה'?
האסטו אין די גאנצע וועלט'ס היסטוריה נאך אזא פאסירונג ווי א פאלק קומט צוריק צו זיין היימלאנד, (אין די מיליונען!!) קרוב צו צוויי טוזנד יא שפעטער?!
(אויב יא, אדרבה, זאג מיר. איך רעד נישט נאר פון היינטיגע צייטן. איך גיב דיר א צעלענדש אויך צו טרעפן אזא פאסירונג אין דער פארגאנגענהייט)
קען דאס אויסגטייטש ווערן ווי עפס אנדערש חוץ יד ה'?

נעבעך נעבעך....

דאס איז ביי דיר די ווינדער???...

דאס אז כלל ישראל גייט שוין אן אין גלות אזויפיל יארן אן א לאנד, און איז זיך מוסר נפש אויף די תורה, שטייט ביי נסיונות פון אזעליכע וואס ווילן איר אומרענגען ברוחניות ובגשמיות, איז נישט גענוג ווינדער???...


איז נאכדעם וואס אונזערע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען אויף יודישקייט, און זיי זענען געבליבן א פאלק, איז עס א ״ווינדער״ אז מ׳קערט זיך צוריק צום לאנד?... די ווינדער איז ווי געזאגט אז זיי האבן זיך מוסר נפש געווען אן א לאנד!!!


יא, מיר יודן גייען אן מיט אלע צרות, מיר האבן א הבטחה אז מיר וועלן נישט בטל ווערן מיט אלע שווערעקייטן, און מיר וועלן זיך וויטער אויך האלטן. ביזן גאולה שלימה.

אבער וואס האט דאס מיט ״צורוקומען צו זייער היימלאנד״??...

די ווינדער איז אז מ׳איז ״צוריקגעקומען צום היימלאנד״, כאילו אויף דעם האט מען בעיקר ארויסגעקוקט... ניין מיר זענען יודן ווייל אונז היט מיר די תורה. און ״דאס״ איז די ווינדער. אז מיר זענען נאך יודן בכלל.

וואס איז דיין ענטפער?
איך פרעג דיר איז "יד ה'" דווקא שינוי הטבע, אדער אויך אן אויסטערליש פאסירונג בתוך הטבע?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 7:08 am

מע״כ שרייבט ״אפענער יד השם״...

אונז וויסן אז אלעס איז יד ה׳, אבער ״אפענער יד ה׳״, מיינט שלא כדרך הטבע...
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:29 am

דיין גאנצע לאנגע ענטפער איז גווען אפצופרעגן דאס אז איז האב גשריבן "אפענער יד ה'"? איך הער...
דאס מיינט אז דו ביסט מודה אז יד ה' איז דאס יא? און איך מיין נישט דאס אז אלעס איז צוגפירט דורך דעם עילת כל העילות סיבת כל הסיבות, נאר באמת א דירעקט גשעעניש וועלכע ה' האט צוגפירט. איז דאס נישט עפס וואונדערליך אויסערגווענטליך?
נס פורים איז גווען א יד ה', אדער אפענער יד ה'?
איינער וואס האלט אז די קבוץ גליות לארץ ישראל איז א אפנער יד ה', איז א כופר?
איינער וואס האלט אז די קבוץ גליות לארץ ישראל ועלכע איז א אפנער יד ה', ממילא איז א ראיה אז ה' איז כביכול מודיע אז די שלש שבועות איז שוין מותר גווארן. (אן אריינגיין צו דאס איז גרעכט אדער א טעות - )איז א כופר?

ביטע ענטפער אויף אלע שאלות
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:08 am

נעבעך נעבעך
פארוואס קען דער קדוש נישט רעדען ווי א מענש. אפי ווען ר זאגט גוט איז'ס ווי נזם זהב באף
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך diff אום זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:43 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:29 am

אן זיך באפאסן מיט אלע שאלות, וויל איך ענטפערן אין קורצן:
יא, איך בין מודה אז ס׳איז געווען א ״ספעציעלע יד השם״.
אזויווי אלע צדיקים האבן פראויסגעזאגט, איז אים דעם שוואכן דור, עיקבתא דמשיחא, ארפגעקומען א מבול פון מינות וכפירה, צי זען מי ומי ההולכים. ווער וועט קענען זוכה זיין צום גאולה שלימה. דאס איז א חלק פונעם נסיון פון פאר ביאת המשיח. און דאס איז טאקע מיט א ״ספעציעלן יד השם״, צו אונז מנסה זיין.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:35 am

היימישער ליטוואק האט געשריבן:ערוך לנר מסכת ראש השנה דף יא עמוד ב "דגאולה וביאת המשיח תרי מילי נינהו דכן מוכח במגילה (יז ב) מסדר ברכות שמו"ע דאמרינן שם וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין וכו'. והיכן מתרומם קרנם בירושלים וכיון שנבנית ירושלים בא דוד וכו' ע"ש. הרי שקיבוץ גליות קודם לביאת דוד"


זייט מוחל, ברענגט דעם גאנצן שטיקעל... אויך ווי ער שרייבט אז מען קען נישט זאגן אזוי ף, וויל אין זוהר שטייט פארקערט...
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:39 am

היות עס זענען דא געוויסע וואס האלטן אז ס׳קען זיין א גאולה אן משיח. און אז מען איז נישט קיין כופר פארן זאגן אזוי. און זיי פאדערן נאך בכל התוקף אז איך זאל ברענגען א ראי׳ צי דעם. וויל איך דא מעתיק זיין די לשון הרמב״ם פון פרק י״א מהל׳ מלאכים. ווי ס׳שטייט קלאר ארויסגעשריבן ברחל בתך הקטנה.
(ס׳איז נאר א שטיקל פלא אויף די אלע גרויסע חכמים דא וואס האבן שוין מעתיק געווען חלקים דערפון, (כדרכם בקודש, ברצונם מרחיב וברצונם מקצר... אלעס וויאזוי ס׳פעלט אויס לצורך הענין...) און זיי טענהן נאך אז ״דערווייל״ האבן זיי נאך נישט געטראפן קיין מקור...)

דארט ווי ס׳איז שטארק ארויסגעברענגט א נקידה (וואס כ׳וועל שפעטער מפרש זיין) האב איך געמאכט רויט.


רמב״ם הל׳ מלאכים פרק י״א:

הלכה א
המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל וחוזרין כל המשפטים בימיו כשהיו מקודם מקריבין קרבנות ועושין שמטין ויובלות ככל מצותה האמורה בתורה וכל מי שאינו מאמין בו או שאינו מחכה לביאתו לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר אלא בתורה ובמשה רבינו שהרי התורה העידה עליו שנאמר ושב ה׳ אלהיך את שבותך ורחמך ושב וקבצך וגו׳ אם יהיה נדחך בקצה השמים וגו׳ והביאך ה׳. ואלו הדברים המפורשים בתורה הם כוללים כל הדברים שנאמרו על ידי כל הנביאים. אף בפרשת בלעם נאמר ...

הלכה ב
אף בערי מקלט הוא אומר .... אבל בדברי הנביאים, אין הדבר צריך ראיה, שכל הספרים מלאים מדבר זה.

הלכה ד
ואם יעמוד מלך מבית דוד, הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף בה כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות יי – הרי זה בחזקת שהוא משיח. אם עשה והצליח, ונצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל – הרי זה משיח בוודאי.
ואם לא הצליח עד כה, או נהרג – בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו. ולא העמידו הקדוש ברוך הוא אלא לנסות בו רבים, שנאמר: "ומן המשכילים יכשלו לצרוף בהם, ולברר וללבן עד עת קץ, כי עוד למועד" (דניאל יא לה).
אף ישוע הנצרי ... שכל הנביאים דיברו שהמשיח גואל ישראל ומושיעם, ומקבץ נדחיהם ומחזק מצוותן ...
עכל״ק פונעם רמב״ם.


היוצא לנו (לויטן סדר אין רמב״ם):

• משיח גייט זיין מקבץ נדחי ישראל.

• ווער עס גלייבט נישט אין משיח (דהיינו, אז ער גייט טון די אלע זאכן מש״כ הרמב״ם), איז א כופר בכל התורה.

• משיח וועט זיין פון די קינדער פון דוד המלך.

• ער וועט זיין, הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה.

• ויכוף בה כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה.

• אלע נביאים האבן געזאגט אז משיח גייט זיין גואל ישראל ומושיעם, ומקבץ נדחיהם ומחזק מצוות.


נו, פעלט נאך א מקור צי מיינע ווערטער?! משיח וועט אונז אויסלייזן פון גלות, און ווער ס׳גלייבט נישט, איז א כופר.


יעצט א צווייטע נקידה.

ס׳זענען דא וואס טענהן אז די מדינה איז די גאולה, ווייל ס׳איז שוין נישט דא קיין שעובד מלכיות, און די רמב״ם זאגט דאך אין בין וכו׳ אלא שעובד מלכיות. במילא קען זיין אז דאס זאל זיין די גאולה.

אויסער וואס ווי אראפ געברענגט די רמב״ם אז זאגן אז ס׳קען זיין א גאולה אן משיח איז כפירה, וויל איך דא מעתיק זיין א לשון הרמב״ם אין פירוש המשניות אין מס׳ סנהדרין פרק חלק, וואס דער רמב״ם האט דארט א גאנצע אריכות בענין עולם הבא וימות המשיח, און נאך אסאך ענינים, ס׳איז כדי סתם אזוי צי דורכלערנען.

איז בתוך הדברים זיין הייליגע לשון:

אמנם ימות המשיח הוא זמן שתשוב המלכות לישראל ויחזרו לארץ ישראל, ויהי אותו המלך גדול מאוד, ובית מלכותו בציון יגדל שמו וזכרו יהיה מלא הגויים יותר מן המלך שלמה, וישלימו אתו כל האומות ויעבדוהו כל הארצות לצדקו הגדול ולנפלאות שיהא על ידו. וכל מי שיקום עליו, יאבדהו השם יתעלה וימסור אותו בידו. וכל פסוקי המקרא מעידים על הצלחתו והצלחתנו עמו.
ולא ישתנה במציאות שום דבר ממה שהוא עתה, אלא שהמלכות תחזור לישראל, וזהו לשון החכמים (ברכות לד.) "אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד". ויהיו בימיו עשירים ואביונים, גיבורים וחלשים כנגד זולתם.

אבל באותם הימים יהיה נקל מאוד על בני אדם למצוא מחייתם, עד שבעמל מעט שיעמול אדם יגיע לתועלת גדול. וזהו שאמרו (שבת ל ע"ב) "עתידה ארץ ישראל להוציא גלוסקאות וכלי מילת". לפי שבני אדם אומרים כשימצא אדם דבר מוכן ומזומן, "פלוני מצא פת אפוי ותבשיל מבושל".
והראיה על זה מה שנאמר "ובני נכר איכריכם וכורמיכם", להודיע שיש שם זרע וקציר. ולכן קצף החכם הזה, שאמר המאמר הזה, על תלמידו (שם) כשלא הבין דברו, וחשב שהוא על פשוטו, והשיבו כפי השגתו. ולא הייתה אותה התשובה תשובה האמיתית. והראיה על שלא השיב לו על אמיתתו מה שהביא ראיה "אל תען כסיל כאולתו".

והתועלת הגדול אשר תהיה באותם הימים הוא שננוח משעבוד מלכיות שהוא מונע אותנו מעשיית המצוות כולם, ותרבה החכמה כמו שנאמר כי מלאה הארץ דעה, וישבתו המלחמות כמו שנאמר ולא ישא גוי אל גוי חרב, ויהיה נמצא בימים ההם שלימות רבה ונזכה בו לחיי העולם הבא.


היוצא לנו:
א. ביי ביטול שעבד מלכיות וועט זיין וישלימו אתו כל האומות ויעבדוהו כל הארצות.

ב. די אויפטוה פון ביטול שעבד מלכיות וועט זיין, אז מיר וועלן האבן מנוחה פון די מלכיות וועליכע לאזן אוז נישט טון די מצות השם, ס׳זאל פארמערט ווערן די חכמה, און ס׳זאל נישט זיין קיין מלחמות.

איבריג צי זאגן אז ביי קיין איינס פון די 2 האלטן מיר נישט היינט... ניטאמאל נאנט דערצו...

אויב וועט איינער זיך וועלן מתעקש זיין אז די צווייטע איז יא דא, אז ס׳איז רואיג, מ׳קען דינען דעם אויבערשטן אנע מניעות פון די פעלקער. דאן וויל איך אים פרעגן, וואס איז אנדערש אין אמעריקא, ענגלאנד, קאנאדע, וועליכע לאזן יודן דינען דעם אויבערשטן רואיג?! מיט וואס איז אין א״י בעסער?!
נאך מער, וויאזוי קען זיין אז אט די ״ביטול שעבד מלכיות״ וואס דארף ברענגען צי קענען דינען דעם אויבערשטן אנע מניעות, ווי קען זיין אז ס׳זאלן בכלל זיין גזירות על הדת אין אזא ״ביטול שעובד מלכיות״?...
וויאזוי קען זיין אז א בחור וואס וויל נישט גיין אין מיליטער, ער וויל יא בלייבן אין ביהמ״ד מקיים זיין דעם ״ותרבה החכמה״, דעם ״וישבתו המלחמות״ וואס דער רמב״ם שרייבט, זאל אויף אזא בחור דרויען תפיסה?! בו בזמן וואס אין קיין איין פון די דערמאנטע לענדער איז נישטא אזא געזעץ?!

א שטארקע קשיא...

היוצא לנו מכל זה, אז צי זאגן אז די מדינה איז א גאולה, איז א פשוטע כפירה, און טעות. ווער ס׳קיקט אריין אין די אלע ראשונים, אחרונים, וועליכע רעדן פון גלות וגאולה, זעט און פארשטייט גראד אז ס׳איז בכלל נישט שייך אפילו אזוי צי זאגן, אויסער אויב מ׳גלייבט נישט אין די ווערטער פון די תורה, אזויווי די רשעים ואפקורסים די ציונים ימ״ש.

וכל זה שכתבתי, איז מבלי די אלע אנדערע טעמים וואס זענען דא, ווי ס׳ווערט שוין אויסגעשמועסט אין ויוא״מ, אבער יעצט באצי איך מיך נאר צי דעם פרט: אז ס׳איז נישט שייך פאר א יוד א מאמין זיך צי איינרעדן אז דאס איז א גאולה.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:40 am

אייניקעל האט געשריבן:קודש, משיח מיט גאולה זענען צוויי באזונדערע מושגים, געדענק דאס גוט און חזר עס איבער
גאולה איז די פאקט פון כלל ישראל צוריקקומען קיין ארץ ישראל און צוריקבאקומען די שלטון, פטור צו ווערן פון שעבוד מלכיות, דאס געשעהט נישט אין איין מינוט אדער דורך איין מענטש
ס'איז א פראצעס פון שלבים צוביסלעך קמעא קמעא
די אתחלתא דגאולה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאכן חורבן בית שני מיט כרם ביבנה, מיט די עליה פון די בעלי תוספות, ראשונים, מקובלים, תלמידי אור החיים, תלמידי רמח"ל, תלמידי בעש"ט, תלמידי הגר"א, ועוד ועוד און שפעטערדיגע מאסן עלייות פון פשוטע אידן וכו' וכו' עד לימינו אלה
משיח, מלחמת גוג ומגוג, בנין בית המקדש, תחיית המתים, אחרית הימים די אלע זענען שלבים וואס דארפן געשעהן ביי די ענדע פון די גמר הגאולה



ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און למעשה, האט מען נאך נישט קיין שום מקור אז משיח גייט זיכער נישט קומען צו א פארטיגע זאך. שטייט נישט אין חז"ל אז משיח מוז קומען צו א גשמיותדיג'ע וויסטעניש, און אוודאי גייט משיח טוהן זיינ'ס, און כפי הנראה פעלט נישט וואס צו טוהן פאר איהם.


אין מיין פאריגע תגובה האב איך ציטירט פונעם לשון הרמב״ם, אז אזעליכע ווערטער זענען כפירה.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:58 am

הלכה א
המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל

מקבץ נדחי ישראל" טייטשט: ער קלייבט צוזאם פארווארפענע אידן.
קען גאר מיינען די אידן וואס זענען נישט ארויף "בשיטה" אין אר"י. שטייט נישט אז משיח איז דער איינציגער וואס נעמט אוועק שיעבוד מלכיות.

מי שאינו מאמין בו או שאינו מחכה לביאתו לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר אלא בתורה..
קען מיינען "בו" פשוט אין משיח'ן, מוז נישט מיינען די פונקטליכע השתלשלות הדברים, וואס ע"פ דקדוק וואלט מער געפאסט דעם לשון "בכל זה". און נישט "בו". (הגם אפילו ס'וואלט יא געמיינט אלעס, שטייט נישט אז שעבוד מלכיות גייט זיך אויפהערן בלויז מיט משיח.
איך פארשטיי די רעכט צו האלטן וועלכע שיטה מ'וויל אין אריינלערנן פשט אין די מפרשים גענוי. איך פארשטיי אבער נישט ווי אזוי מ'באצווינגט א צווייטן און באטיטלט יענעם א כופר בלויז ווייל ער האלט נישט פונקט ווי דו, פשט אינעם רמב" ם אדער אנדערע מפרשים כשיטת סאטמאר.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

יעצט איז אייער רייע.............

הודעהדורך ישראל קאפקע » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:17 am

מאטי האט געשריבן:
הלכה א
המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל

מקבץ נדחי ישראל" טייטשט: ער קלייבט צוזאם פארווארפענע אידן.
קען גאר מיינען די אידן וואס זענען נישט ארויף "בשיטה" אין אר"י. שטייט נישט אז משיח איז דער איינציגער וואס נעמט אוועק שיעבוד מלכיות.

צו קריכן אויף גראדע ווענט!
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2309 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:58 am

מאטי האט געשריבן:
הלכה א
המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל

מקבץ נדחי ישראל" טייטשט: ער קלייבט צוזאם פארווארפענע אידן.
קען גאר מיינען די אידן וואס זענען נישט ארויף "בשיטה" אין אר"י. שטייט נישט אז משיח איז דער איינציגער וואס נעמט אוועק שיעבוד מלכיות.

מי שאינו מאמין בו או שאינו מחכה לביאתו לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר אלא בתורה..
קען מיינען "בו" פשוט אין משיח'ן, מוז נישט מיינען די פונקטליכע השתלשלות הדברים, וואס ע"פ דקדוק וואלט מער געפאסט דעם לשון "בכל זה". און נישט "בו". (הגם אפילו ס'וואלט יא געמיינט אלעס, שטייט נישט אז שעבוד מלכיות גייט זיך אויפהערן בלויז מיט משיח.
איך פארשטיי די רעכט צו האלטן וועלכע שיטה מ'וויל אין אריינלערנן פשט אין די מפרשים גענוי. איך פארשטיי אבער נישט ווי אזוי מ'באצווינגט א צווייטן און באטיטלט יענעם א כופר בלויז ווייל ער האלט נישט פונקט ווי דו, פשט אינעם רמב" ם אדער אנדערע מפרשים כשיטת סאטמאר.

נדחי ישראל מיינט די יודן וואס זענען געווארן פארוואגלט אין גלות. אויב ווילסטו אריינלערנען זאכן וואס שטימען נישט מיטן פשוטן שכל, דאן לאז אונז ביטע ארויס, מאך דיך צי דיינע אויגן, און חזר דיך איין שטארק דיינע ווערטער, ביז די וועסט שוין טאקע מיינען אז ס׳איז טאקע אזוי!...

דאס וואס די רמב״ם שרייבט מי שאינו מאמין בו, לכאורה וואס הייסט יא מאמין בו, אז ער גלייבט אז ער גייט קומען, און שוין?! יעדער פארשטייט אז איינער וואס גלייבט נישט אין די אלע זאכן, דהיינו אז ער וועט מקבץ זיין נדחי ישראל, אויפשטעלן מלכות בי״ד, אפילו אויב גלייבט ער אז ער וועט קומען, אבער וואס האב איך פון דעם?! אויב ער גלייבט אז ער וועט קומען און למשל געבען געלט וכדומה... פארשטייטסטו אז ער איז א פשוטער כופר. מען דארף גלייבן אז ער וועט קומען טון דאס וואס שטייט אין רמב״ם.
קוק אריין אינעוויייג, די רמב״ם לערנט דאך פשוט פשט אין פסוק, אז ושב ה אלקיך גייט ארויף אויף משיח. נו, ווער ס׳גלייבט נישטאין א פסוק איז א כופר.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:34 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:
הלכה א
המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל

מקבץ נדחי ישראל" טייטשט: ער קלייבט צוזאם פארווארפענע אידן.
קען גאר מיינען די אידן וואס זענען נישט ארויף "בשיטה" אין אר"י. שטייט נישט אז משיח איז דער איינציגער וואס נעמט אוועק שיעבוד מלכיות.

צו קריכן אויף גראדע ווענט!

אוי. ר' קאפקע: אויב דו באמערקסט. איך בין שוין לאנג צוריק ארויס פון די דעבאטע. איך בין שוין מיעד פון די טענות און ראיות, לכאן או לכאן. מצדי, זאללן אלע אידן זיין געזונט און שטארק. און גערעכט, אויך... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9198 מאל

הודעהדורך באשטעטיגט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:20 pm

מ"ג זכריה י ח
אֶשְׁרְקָה לָהֶם וַאֲקַבְּצֵם כִּי פְדִיתִים וְרָבוּ כְּמוֹ רָבוּ.

רש"י
"אשרקה להם" - כדרך השורקים לסימן אות לבא אליו הטועה בדרך
"ואקבצם" - לעת הקץ לעתיד "כי פדיתים" - כשאפדם "ורבו" - בגולה כמו שרבו במצרים


מצודת דוד
"אשרקה להם" - אצפצף לבני הגולה לרמז שיבואו ובזה אקבצם ר"ל אעיר לבם לשוב לארצם כי אז אפדם מהגולה ויתרבו בבנים ובבנות כמו שרבו מאז במצרים
הקב"ה מקבץ,ע"י רמז שמעיר לבם לשוב לארצם(מי שלא מבין הרמז יבא בע"ה ע"י משיח)
נ"ב השנה ב"ה באו 25000 עולים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך באשטעטיגט אום זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:34 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט