ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך מאטי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:32 pm

רש"י מגילה י"ז עמוד ב'
אתחלתא דגאולה היא - ואע"ג דהאי גאולה לאו גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד דהא ברכת קיבוץ ובנין ירושלים וצמח דוד יש לכל אחת ואחת ברכה לעצמה לבד מגאולה זו אפילו הכי כיון דשם גאולה עלה קבעוה בשביעית:

לפי דעת קודש הילולים בשיטת הרמב"ם, ברש"י הלז יש כפירה ח"ו.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4391 מאל

הודעהדורך מבקר » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:36 pm

קדש הילולים האט געשריבן:רמב״ם הל׳ מלאכים פרק י״א:
הלכה ד
ואם יעמוד מלך מבית דוד, הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף בה כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות יי – הרי זה בחזקת שהוא משיח. אם עשה והצליח, ונצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל – הרי זה משיח בוודאי.
ואם לא הצליח עד כה, או נהרג – בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו. ולא העמידו הקדוש ברוך הוא אלא לנסות בו רבים, שנאמר: "ומן המשכילים יכשלו לצרוף בהם, ולברר וללבן עד עת קץ, כי עוד למועד" (דניאל יא לה).

אגב וואס דו האסט פארזעהן דא איז אז דער רמב"ם האלט נישט פון די עבירה פון שלש שבועות, ווייל אויב יא וויאזוי קען זיין איינער וואס איז נישט משיח זאל זיין "ככל מלכי בית דוד הכשרים" כאטש ער איז געווען א מתגרה באומות?
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:11 pm

מאטי האט געשריבן:רש"י מגילה י"ז עמוד ב'
אתחלתא דגאולה היא - ואע"ג דהאי גאולה לאו גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד דהא ברכת קיבוץ ובנין ירושלים וצמח דוד יש לכל אחת ואחת ברכה לעצמה לבד מגאולה זו אפילו הכי כיון דשם גאולה עלה קבעוה בשביעית:

לפי דעת קודש הילולים בשיטת הרמב"ם, ברש"י הלז יש כפירה ח"ו.

#טיפשות

רש״י זאגט, זאלסט זיך נישט ווינדערען, וויאזוי קען זיין א גאולה אן קיבוץ גליות, אן משיח? די ברכה פון קיבוץ גליות שטייט דאך שפעטער?
ענטפערט רש״י, אז מ׳רעדט טאקע נישט דא פון גלות! מ׳רעדט סתם פון צרות, און ביי דעם איז יא שייך צי ווערן אויסגעלייזט אן משיח.
און טאקע פון גלות איז נישטא קיין הו״א אז ס׳איז שייל גאולה אן משיח.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:21 pm

אין דאס רופט רש"י אן מיט דעם מאוס'ער ווארט "אתחלתא דגאולה".
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4391 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:36 pm

קדש הילולים האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:רש"י מגילה י"ז עמוד ב'
אתחלתא דגאולה היא - ואע"ג דהאי גאולה לאו גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד דהא ברכת קיבוץ ובנין ירושלים וצמח דוד יש לכל אחת ואחת ברכה לעצמה לבד מגאולה זו אפילו הכי כיון דשם גאולה עלה קבעוה בשביעית:

לפי דעת קודש הילולים בשיטת הרמב"ם, ברש"י הלז יש כפירה ח"ו.

#טיפשות

רש״י זאגט, זאלסט זיך נישט ווינדערען, וויאזוי קען זיין א גאולה אן קיבוץ גליות, אן משיח? די ברכה פון קיבוץ גליות שטייט דאך שפעטער?
ענטפערט רש״י, אז מ׳רעדט טאקע נישט דא פון גלות! מ׳רעדט סתם פון צרות, און ביי דעם איז יא שייך צי ווערן אויסגעלייזט אן משיח.
און טאקע פון גלות איז נישטא קיין הו״א אז ס׳איז שייל גאולה אן משיח.

עיין בגמרא שם, מ'רעדט נישט סתם א גאולה פון צרות, מ'רעדט פון די מלחמת השיחרור וואס לייזט אויס פון צרות הגלות און ענדיגט זיך מיטן אנקום פון בן דוד.

נ.ב ס'איז מיר א כבוד אז דו רופסט מיינע ווערטער טיפשות, יש"כ.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4391 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:40 pm

צו אלע אידן וואס זענען דוגל בשיטת בעל ויואל משה וויל איך פרעגן א שאלה. איך זע אז מ'איז זייער פארנומען דא אז די נבואות און תנאים פון רמב"ם זענען נישט מקויים געווארן. מיין שאלה איז, לו יצוייר מען זאל עווענטועל שלום מאכן מיט די פאלעסטינער (פונקט ווי מ'האט שלום געמאכט מיט עגיפטן און ירדן), און מ'וועט זוכה זיין צו שלום ושלוה אין ארץ ישראל, די עקאנאמיע און היי טעק וועט וואקסן ביז'ן הימל, און מען וועט נישט דארפן אויסגעבן ביליאנען אויף די מיליטער. אזוי אויך לאמיר אננעמען אז די מדינה וועט ווערן מער אידיש געשטימט און די חוקי התורה וועלן ווערן שטרענג אינפארסירט. אין אזא פאל וועט איר מודה זיין אז מיר האבן ענדליך זוכה געווען צו די גאולה שלימה?
אויב דאס איז אויך נישט גענוג, דאן ערלויבט מיר פארצושטעלן נאך איין שאלה, אז איך, אומוויסנדער יונג, זאל פארשטיין דעם ענין. וואס פעלט אויס כדי מיר זאלן וויסן אז די גאולה איז שוין אנגעקומען?
להוי ידוע אז איך פרעג נישט צו טריצן, איך וויל באמת וויסן וואס איר האלט, ווייל איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען דאס ארויסצוהאבן על בוריה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:52 pm

מאטי האט געשריבן:א זייטיגע נקודה חוץ די אלע ראשונים ואחרונים וואס זענען מתיר, רמב"ן, רמב"ם, בית יוסף, אבני נזר, אור שמח ועוד. וואס מאיר האט פארזען אינעם לינק אויבן, איז געווארן אזא מין תורה חדשה אז די שלש שבועות זענען טאקסיק צו א יעדע זאך וואס האט צו טון מיט אר"י.

אפילו לויט די שיטת האוסרים האבן שוין בן גוריון וחבריו עובר געווען דערויף זעכציג יאהר צוריק און פערטיג, וואו שטייט אז די גאנצע אויר אר"י באקומט בליעות פון דעם איסור און ווערט קיינמאהל נישט בטל אפילו במשהו..

וואו שטייט דאס אפילו לשיטת האוסרים אז יעדער וואס האלט אז פאליטיש איז דאס געווען א גוטע זאך און שטיצט דאס היינט צוטאגס, איז עובר במחשבה אויף הירהור איסור שלש שבועות וואס די אויר אר"י האט קולט געווען.

ואפילו את"ל אז די אלע זאכן זענען יא אסור איז דער פאקט אז היינט צוטאגס איז דער מצב אז די אראבער ווילן שעדיגן דאס לאנד און אלס פיקוח נפש איז דא א חיוב צו באשיצן די אידן על כל צרה שלא תבוא און שלש שבועות מוז נישט מחייב זיין אז די מדינה דארף בטל ווערן (פארשטייט זיך אנע שלעכטס פאר קיין שום איד בדרך הטבע בלא בלא בלא) וואס איז דאס עפעס א אזא מין ריבאאט קנעפל וואס רייניגט אויס די בליעות איסור שלש שבועות. דער אייבישטער קען עפעס נישט ברענגען משיח און א שלש שבועות פאר'סמ'טע לאנד?

לכאורה דארף דאס פארענטפערן דיין פראגע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4391 מאל

הודעהדורך באשטעטיגט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:07 pm

גאולה שלימה זיכער נישט
בנין הבית , סנהדרין ,קיבוץ נדחי ישראל(כולל הסטמורים 8-))
משיח מלך ישראל(בקיצור כל מה שמתפללים שלש פעמים ביום)

אבער קיבוץ גליות האט זיך שוין אנגעפאנגען (www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=225249#p225249)
און א רוח פון תשובה הערשט און א"י
[אין נאך א ביסל גייט זיין א ראש ממשלה שומר תורה ומצוות בע"ה]

אנטשילדיגט איך בין נישט דוגל בשיטת ויואל משה(אבל למדתי רובו)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך באשטעטיגט אום זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:23 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:12 pm

ווער איז דער הרב אהרן בן לוי רב ירושלים וואס האט אנגעבליך מכריז געווען די גאולה נאך בימי נאפאליאן בונאפארטה ?
http://www.kotar.co.il/kotarapp/index/C ... D=95328765
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2230 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:14 pm

יאיר האט געשריבן:צו אלע אידן וואס זענען דוגל בשיטת בעל ויואל משה וויל איך פרעגן א שאלה. איך זע אז מ'איז זייער פארנומען דא אז די נבואות און תנאים פון רמב"ם זענען נישט מקויים געווארן. מיין שאלה איז, לו יצוייר מען זאל עווענטועל שלום מאכן מיט די פאלעסטינער (פונקט ווי מ'האט שלום געמאכט מיט עגיפטן און ירדן), און מ'וועט זוכה זיין צו שלום ושלוה אין ארץ ישראל, די עקאנאמיע און היי טעק וועט וואקסן ביז'ן הימל, און מען וועט נישט דארפן אויסגעבן ביליאנען אויף די מיליטער. אזוי אויך לאמיר אננעמען אז די מדינה וועט ווערן מער אידיש געשטימט און די חוקי התורה וועלן ווערן שטרענג אינפארסירט. אין אזא פאל וועט איר מודה זיין אז מיר האבן ענדליך זוכה געווען צו די גאולה שלימה?
אויב דאס איז אויך נישט גענוג, דאן ערלויבט מיר פארצושטעלן נאך איין שאלה, אז איך, אומוויסנדער יונג, זאל פארשטיין דעם ענין. וואס פעלט אויס כדי מיר זאלן וויסן אז די גאולה איז שוין אנגעקומען?
להוי ידוע אז איך פרעג נישט צו טריצן, איך וויל באמת וויסן וואס איר האלט, ווייל איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען דאס ארויסצוהאבן על בוריה.

די ענטפער אויף דיין ערשטע קשיא, איז געוויס ניין, ווי מיר זעען אין אלע פסוקים, אז נישט אויף דעם ווארט כלל ישראל שוין אזויפיל יאר. ס'ליגט דא אסאך טיפער.

דו פרעגסט וואס ס'איז יא די גאולה.

כלל ישראל איז באשאפן געווארן ביי מתן תורה, און די ציל איז געווען צו אריינגיין אין ארץ ישראל תיכף נאך קבלת התורה. מ'זעט דאס קלאר אין פסוק, נאר ווייל מ'האט געזינדיגט מיט די מרגלים איז מען געבליבן פערציג יאר אין מדבר. אבער די ציל איז געווען: קבלת התורה - ארץ ישראל. אזויווי ס'שטייט אין אן א שיעור מאמחז"ל אז ארץ ישראל האבן יודן באקומען פונעם אויבערשטן מיט די תורה אינאיינעם. ס'גייט צוזאמען. תורה און ארץ ישראל. (תהילים ויתן להם ארצות גוים וגו' בעבור ישמרו חקיו וגו'. ועוד ועוד.)
מ'זעט אן א שיעור טעמים און סיבות פארוואס מ'דארף האבן ארץ ישראל, זייער אסאך זענען גאר הויעכע טעמים. עכ"פ יודן - מיט די תורה - קומען מיט ארץ ישראל - מיט א בית המקדש, א סנהדרין, וכו'.
זייער פיל מצות התורה זענען פארבינדען מיט ארץ ישראל, בית המקדש, די שלימות פון כלל ישראל איז כשהן שרויים על אדמתן.

דאס איז נישט סתם אזוי ווייל מ'זאל האבן א אייגן לאנד מיט א אייגענע נאציאן ח"ו, דאס פעלט בכלל נישט אויס פאר יודישקייט. כלל ישראל איז כלל ישראל אויך אן ארץ ישראל שוין באלד צוויי טויזענט יאר, און צו זאגן אז כלל ישראל ווערט עפעס ווייניגער כלל ישראל אנעם בית המקדש איז כפירה. די תורה איז א תנאי אויף די יודישקייט, און ארץ ישראל נישט. נאר וואס דען? עס פעלט פון די שלימות פון יודן, ווי געזאגט, די ערגענצונג פון כלל ישראל איז ארץ ישראל. עס פעלט די גלאנץ פון יודישן פאלק, עס פעלט די נחת רוח וואס כביכול השי"ת האט פון די קרבנות, די נח"ר פון די ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. וואס דער אויבערשטער לאזט איבער אלע עולמות עליונים, און קומט אראפ זיך משתשע זיין כביכול מיט זיין באליבט פאלק. עס איז זאכן וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין דעם, און מיר קענען עס נישט פארשטיין.

אן א שיעור פסוקים זענען דא וואס שילדערן די חילוק פון יא בית המקדש ביז נישט, זיי לייגן אראפ ווי פינסטער עס איז נעבעך פאר כלל ישראל אן א ביהמ"ק - זייט דעם חורבן. אז עס איז בכלל נישט מעגליך צו פארשטיין, ווייל מיר זענען נישט געווען בשעת ווען ס'איז יא געווען, ווייסן מיר ניטאמאל וואס מיר האבן פארלוירן. אזוי זאגן די פסוקים, גמרא, מדרש, וואס רעדן פונעם חורבן.

ווייל מיר האבן ליידער געזינדיגט, זיך נישט צוגעהערט צום באשעפער וואס האט אונז געווארנט אז דאס וועט פאסירן אויב מען וועט נישט תשובה טון באצייטענס. איז ליידער געקומען דער חורבן און דער גלות, וואס איז אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה.

ניין, מיר זענען נישט אינגאנצן פארלוירן!! השי"ת האט אונז צוגעזאגט אז ער וועט אונז צוריקברענגען קיין ירושלים, אויפבויען די בית המקדש, און צוריק משרה זיין שכינתו בתחתונים. ס'וועט זיין ממש עולם התיקן, מ'וועט נישט האבן די אלע נסיונות וואס מיר האבן היינט - וואס דאס איז אלעס א חלק פונעם עונש פונעם ביטערן גלות, מען וועט דינען השי"ת מיט א ריין הארץ, מען וועט מקריב זיין קרבנות, אלעס וועט זיין אויפן שענסטן אופן ווי ס'איז די רצון העליון געווען מעיקרא.

אבער דאס אליין וואלט שוין אויך געווען איבער גענוג צו ארויסקוקן און האפן און ווארטן אויף דעם. אבער השי"ת האט אונז צוגעזאגט אז די יעצטיגע גאולה וועט זיין נאך פיל מער. ס'וועט זיין די תכלית פון בריאת שמים וארץ. ישמחו השמים ותגל הארץ. יהי כבוד ה' לעולם ישמח ה' במעשיו. יכירו וידעו כל יושבי תבל כי לך תכרע כל ברך. אן א שיעור פסוקים, מאמרי חז"ל, ספרים הקדושים, וואס זענען עוסק און אראפגעבען פאר אונז וואס ס'וועט זיין ביים עולם התיקן. מ'קען מיר נישט משיג זיין קיין אפס קצהו, כיתרון האור מן החושך, וואס וועט זיין דעמאלס. אויף דעם זענען מיר מתפלל יעדן טאג אן א שיעור מאל, און בפרט אין די הייליגע טעג, און מיר האפן און קוקן ארויס אויף דעם טאג, ווען די אלע נביאות וועלן שוין מקויים ווערן בימינו בקרוב אכי"ר.

דאס איז ממש בקיצור נמרץ אויף וואס מיר ווארטן און האפן, כ'האף אז כ'האב עס גענוג קלאר ארויסגעברענגט אז דו זאלסט פארשטיין.

צו ארויסהאבן מער ברייט און קלאר, דארפסטו עוסק זיין אין די פסוקי תנ"ך, אין די גמרות, מדרשים, ספרים וואס רעדן פון גלות-גאולה, און פון תקופות הבית המקדש. א גוטע זאך איז צו לערנען שיר השירים, וואס דארט ווערט ארויסגעברענגט מורא'דיג די קשר פון כנסת ישראל צום רבש"ע, און די השתוקקות צו בנין בית המקדש.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:21 pm

געווען א מאל א בעל דרשן, וואס האט ארומגערעדט פון די גרויסע מחלוקת ווער ס'קומט פריער אליהו צו משיח, רופט זיך אן א זקן: הערט זיך איין, אויב קריגט מען זיך קומט קיינער נישט, פארשטאנען !
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2230 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:37 pm

מאטי האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:רש"י מגילה י"ז עמוד ב'
אתחלתא דגאולה היא - ואע"ג דהאי גאולה לאו גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד דהא ברכת קיבוץ ובנין ירושלים וצמח דוד יש לכל אחת ואחת ברכה לעצמה לבד מגאולה זו אפילו הכי כיון דשם גאולה עלה קבעוה בשביעית:

לפי דעת קודש הילולים בשיטת הרמב"ם, ברש"י הלז יש כפירה ח"ו.

#טיפשות

רש״י זאגט, זאלסט זיך נישט ווינדערען, וויאזוי קען זיין א גאולה אן קיבוץ גליות, אן משיח? די ברכה פון קיבוץ גליות שטייט דאך שפעטער?
ענטפערט רש״י, אז מ׳רעדט טאקע נישט דא פון גלות! מ׳רעדט סתם פון צרות, און ביי דעם איז יא שייך צי ווערן אויסגעלייזט אן משיח.
און טאקע פון גלות איז נישטא קיין הו״א אז ס׳איז שייל גאולה אן משיח.

עיין בגמרא שם, מ'רעדט נישט סתם א גאולה פון צרות, מ'רעדט פון די מלחמת השיחרור וואס לייזט אויס פון צרות הגלות און ענדיגט זיך מיטן אנקום פון בן דוד.

נ.ב ס'איז מיר א כבוד אז דו רופסט מיינע ווערטער טיפשות, יש"כ.

״ואע״ג דהא גאולה לאו גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד״
אזוי זאגט רש״י...
איז א קלארע ראי׳ פון רש״י, אז די סתם צרות וואס יודן מאכן מיט אין גלות הייסט עס נישט די גאולה אויף וואס מיר ווארטן. נאר ביאת משיח, בנין ירושלים, קיבוץ גליות הייסט ״גאולה דגלות״.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:42 pm

@קדש הילולים זייער שיין ארויסגעברענגט (איך מיין דערמיט דיין פריערדיגע לענגערע רעאקציע).

פערזענליך גלייב איך אז די יעצטיגע שיבת ציון איז אויך א נחמה פאר אידן, כאטש מ'האלט נאך ווייט פון דער גאולה שלימה (בפרט נאך פונעם אלוועלטליכן סאציאלן תיקון, ווי פארגעזאגט דורך ישעיה הנביא), דאך איז מיר שטארק צום הארצן צו ליינען ווי שיין דו האסט ארויסגעשריבן דיינע געדאנקען. און ווי געזאגט, זענען מיר אלע סיי ווי איינשטימיג אז די ענדגילטיגע וויזיע איז דאס וואס דו האסט פארגעשריבן. אונזער מחלוקת איז נאר לגבי דעם וועג ביז אהין.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:45 pm

@מאטי: אגב, אז די רעדסט פון די גמרא אין סנהדרין.
קוק אריין דארט אין רש״י.
רש״י סנהדרין צ״ז ע״א:
בששית קולות - יצאו קולות שבן דוד בא ל"א קולות מתקיעת שופר שנאמר יתקע בשופר גדול (ישעיהו כז):
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:50 pm

פלאוויוס האט געשריבן:@קדש הילולים זייער שיין ארויסגעברענגט (איך מיין דערמיט דיין פריערדיגע לענגערע רעאקציע).

פערזענליך גלייב איך אז די יעצטיגע שיבת ציון איז אויך א נחמה פאר אידן, כאטש מ'האלט נאך ווייט פון דער גאולה שלימה (בפרט נאך פונעם אלוועלטליכן סאציאלן תיקון, ווי פארגעזאגט דורך ישעיה הנביא), דאך איז מיר שטארק צום הארצן צו ליינען ווי שיין דו האסט ארויסגעשריבן דיינע געדאנקען. און ווי געזאגט, זענען מיר אלע סיי ווי איינשטימיג אז די ענדגילטיגע וויזיע איז דאס וואס דו האסט פארגעשריבן. אונזער מחלוקת איז נאר לגבי דעם וועג ביז אהין.

נישט אריינגייענדיג אין די איסורים און קולקולים ס׳זענען דא מיט א מדינה פאר ביאת המשיח, וויל איך אבער ארויסברענגען אז ס׳איז מיר בכלל נישט פארשטענדליך וואס ס׳איז אזוי צום הארצן די א״ג שיבת ציון.
פארוואס איז עס ביי דיר מער ווי אז יודן וואוינען אין אמעריקא?...
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:03 pm

איך שפיר באמת שלעכט פאר דיר, הרב קודש, אבער דער ד"ה פון רש"י איז "אתחלתא דגאולה" און רש"י איז מסביר וואס איז דאס "אתחלתא דגאולה". אלזא ענטפער מיר; פארוואס מעג רש"י זאגן אויף א געוויסע טיפ גאולה "בלי משיח" אתחלתא דגאולה און ער בלייבט א קדוש וטהור, ווייל זיין לעצטע נאמען איז נישט געווען קוק? אויב וואלט דאס געווען א שטיקל "אורות הקודש" וואלסטו דאס אויך אזוי שיין פארטייטשט?

והשנית דו קענסט פארטייטשן אין רש"י ווי אזוי ס'שמעקט דיר לויט דיין רעליגיע, אבער רש"י גייט ארויף אויף א שטיקל גמרא, וואס רעדט פון א "מלחמה פאר משיח וועט קומען", און די גמרא פרעגט אויב ס'איז "מלחמה" פארוואס רופט מען דאס "גאולה" ?אויף דעם ענטפערט די גמרא "אתחלתא דגאולה הוא" דאס הייסט; די מלחמה" - וואס גייט זיך ענדיגן מיטן קומען פון בן דוד, הייסט אן "אתחלתא דגאולה", און אויף דעם איז רש"י מסביר; אז כאטשיג ס'איז נאך נישט גאולה פונעם גלות, ווייל ס'איז נאך אינמיטן די מלחמה און בן דוד איז נאכנישט דא, דאך הייסט דאס אתחלתא דגאולה. ווייל די צרות זענען שוין נישטא.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4391 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:31 pm

קדש הילולים האט געשריבן:נישט אריינגייענדיג אין די איסורים און קולקולים ס׳זענען דא מיט א מדינה פאר ביאת המשיח, וויל איך אבער ארויסברענגען אז ס׳איז מיר בכלל נישט פארשטענדליך וואס ס׳איז אזוי צום הארצן די א״ג שיבת ציון.
פארוואס איז עס ביי דיר מער ווי אז יודן וואוינען אין אמעריקא?...

זיי מיר מוחל, אבער איך גלייב אז אזא שאלה וואלט נישט געקענט געפרעגט ווערן דורך א טראדיציאנעלן איד אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר ביז צום אויפקום פון ציונות. דער אנטי-ציוניסטישער טרענד צווישן חרדישע אידן האט ווירקליך אפגעטרייסלט אידן פון ארץ-ישראל אויף אן אופן וואס מ'האט נישט געהערט ווען עס איז פריער אין אונזער היסטאריע, מחמת פחד אז מ'וועט אסאציאירן חיבת ציון מיט ציוניזם. ס'איז א שאד אז דו לאזסט זיך אריינפאלן אין דעם נסיון.

קיין למעשה'דיגע תשובה אויף דיין שאלה קען איך נישט געבן וויבאלד ס'איז טאקע אן ענין וואס איז תלוי אינעם געפיל. אויב דו פילסט נישט קיין חילוק צווישן דעם וואס אידן וואוינען אויף פרעמדער ערד און אידן וואס וואוינען אינעם לאנד פון אונזערע אבות, וואו יעדער טריט און יעדע ווינקל רעדט אויף אונזער אייגענעם מאמע לשון (הייסט דאס אויפ'ן לשון פון תנ"ך), דאן קען איך גארנישט זאגן. פאר מיינע אויגן זע איך מיינע געשוויסטער וועלכע קערן זיך אום צו דער מאמע'ס שויס, נאך אפאר טויזנט יאר פון וואלגערן זיך אין לענדער וואו "מיר האבן שטענדיג געפילט די פרעמדקייט", און דאס הארץ וואקסט מיר פון באגייסטערונג. אויב דו טיילסט נישט מיט מיר (און מיט נאך מיליאנען אידן) דאס געפיל, בלייבט מיר נאר צו ווייטאגן אויף דעם וואס א שטיק אידישקייט איז אוועקגעריסן געווארן פון אידישע הערצער (כאטש טאקע נאר א מינאריטעט) א דאנק דעם אנטי-ציוניזם.

מיין טרייסט איז אבער אודאי דאס אז דער ציוניזם האט צוריקגעברענגט אסאך מער אידן צום אידישן פאלק און צו אידישקייט, ווי דאס וואס דער אנטי-ציוניזם האט אוועקגענומען פון אידן. ובכן תהא בזאת נחמתנו.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:35 pm

קודש, זייער א שיינע שלשידעס תורה, אבער דו האסט מיר קיין משהו נישט קלארער געמאכט. איך האב שוין דורכגעלערנט תנ"ך און מאמרי חז"ל איבער די גאולה, און אויך ויואל משה, און למעשה בין איך געבליבן צומישט ווי אזוי מיר דארפן וויסן ווען די גאולה איז דא לפי שיטת בעל ויואל משה. ממילא פרעג איך איבער, וואס דארף געשען אז מיר זאלן וויסן די גאולה איז דא? אמעריקאנער קריסטן זאלן זאגן די אידן זענען די עם הנבחר? אז אידן זאלן תשובה טון? מען זאל צוברעכן אלע עבודה זרות פון אינדיע? די פאלעסטינער זאלן אונז איבערגעבן ירושלים בחפץ לב?
איך האף דו פארשטייסט אז אזעלכע אומקלארע פראזן ווי "משרה זיין שכינתו בתחתונים" מאכן נישט קלארער דעם ענין.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:37 pm

קדש הילולים האט געשריבן:
פלאוויוס האט געשריבן:@קדש הילולים זייער שיין ארויסגעברענגט (איך מיין דערמיט דיין פריערדיגע לענגערע רעאקציע).

פערזענליך גלייב איך אז די יעצטיגע שיבת ציון איז אויך א נחמה פאר אידן, כאטש מ'האלט נאך ווייט פון דער גאולה שלימה (בפרט נאך פונעם אלוועלטליכן סאציאלן תיקון, ווי פארגעזאגט דורך ישעיה הנביא), דאך איז מיר שטארק צום הארצן צו ליינען ווי שיין דו האסט ארויסגעשריבן דיינע געדאנקען. און ווי געזאגט, זענען מיר אלע סיי ווי איינשטימיג אז די ענדגילטיגע וויזיע איז דאס וואס דו האסט פארגעשריבן. אונזער מחלוקת איז נאר לגבי דעם וועג ביז אהין.

נישט אריינגייענדיג אין די איסורים און קולקולים ס׳זענען דא מיט א מדינה פאר ביאת המשיח, וויל איך אבער ארויסברענגען אז ס׳איז מיר בכלל נישט פארשטענדליך וואס ס׳איז אזוי צום הארצן די א״ג שיבת ציון.
פארוואס איז עס ביי דיר מער ווי אז יודן וואוינען אין אמעריקא?...

ווייל מען איז מקיים מצוות ישוב ארץ ישראל, און דעם מאמר חז"ל כל הדר בחוץ לארץ דומה למי שאין לו אלוה.
סארי, כ'האב פארגעסן דער צמח ה' לצבי זאגט אז ארץ ישראל איז שוין אוועקגעפארן, מסתם האט עס געלאנדעט אויף 550 בעדפארד עוועניו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאיר אום זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:42 pm

באשטעטיגט האט געשריבן:גאולה שלימה זיכער נישט
בנין הבית , סנהדרין ,קיבוץ נדחי ישראל(כולל הסטמורים 8-))
משיח מלך ישראל(בקיצור כל מה שמתפללים שלש פעמים ביום)

אבער קיבוץ גליות האט זיך שוין אנגעפאנגען (www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=225249#p225249)
און א רוח פון תשובה הערשט און א"י
[אין נאך א ביסל גייט זיין א ראש ממשלה שומר תורה ומצוות בע"ה]

אנטשילדיגט איך בין נישט דוגל בשיטת ויואל משה(אבל למדתי רובו)

איך וויל מעורר זיין אן אינטערעסאנטע נקודה. לכאורה פונקט ווי ביי יעדע מצוה, איז דא דער כח הבחירה ביי יעדן איד צו אנטייל נעמען אין די גאולה שלימה. אויב למשל משיח קומט, און א מנין אידן אין וויליאמסבורג אדער קראון הייטס פאר'עקשנ'ען זיך אז די גאולה איז נאכנישט דא, און זיי ווילן נישט פארן קיין ארץ ישראל. צו וועט מען זאגן אז קיבוץ נדחי ישראל איז נאכנישט מקויים געווארן וויבאלד א מנין פאר'עקשנ'טע אידן ווילן בלייבן אין ראדני אדער 770? אדער זאגט מען אז ניין, אויב דער רוב הניכר פון כלל ישראל אנערקענט אין די גאולה שלימה, איז פארהאן א כח הבחירה ביי יעדן איד ארויסצופאלן דערפון און נישט אנטייל נעמען, און דאס איז נישט משפיע קיין כי הוא זה אויף די עצם גאולה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:49 pm

יאיר האט געשריבן:

יאיר: איך ווייס נישט אויב מיין משיח איז שוין געקומען. איך וויל נאר וויסן איין זאך אויב ווען דער אמת'דיג'ער משיח, דער עני ורוכב על החמור. נישט אין א קעדדי, וועט קומען, וועט מען מעיגן נוצן אינטערנעט (געפילטערטע, פארשטייצעך.). אויב יא. ביניך שוין מסכים אז ער זאלל קומען. נאך אפילו פאר ראש השנה... :? :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:51 pm

יאיר האט געשריבן:איך וויל מעורר זיין אן אינטערעסאנטע נקודה. לכאורה פונקט ווי ביי יעדע מצוה, איז דא דער כח הבחירה ביי יעדן איד צו אנטייל נעמען אין די גאולה שלימה. אויב למשל משיח קומט, און א מנין אידן אין וויליאמסבורג אדער קראון הייטס פאר'עקשנ'ען זיך אז די גאולה איז נאכנישט דא, און זיי ווילן נישט פארן קיין ארץ ישראל. צו וועט מען זאגן אז קיבוץ נדחי ישראל איז נאכנישט מקויים געווארן וויבאלד א מנין פאר'עקשנ'טע אידן ווילן בלייבן אין ראדני אדער 770? אדער זאגט מען אז ניין, אויב דער רוב הניכר פון כלל ישראל אנערקענט אין די גאולה שלימה, איז פארהאן א כח הבחירה ביי יעדן איד ארויסצופאלן דערפון און נישט אנטייל נעמען, און דאס איז נישט משפיע קיין כי הוא זה אויף די עצם גאולה.

האלסט באמת אז ווען משיח וועט קומען וועלן נאך בלייבן פאר'עקשנ'טע אידן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15313
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18560 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:55 pm

דער פאקט אז דער אשכול פארט נאך אלץ אויף רעדער (בליעה"ר) איז א סימן אז משיח איז נאכנישט געקומען... :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :oops: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:56 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:האלסט באמת אז ווען משיח וועט קומען וועלן נאך בלייבן פאר'עקשנ'טע אידן?

אדרבה, פרוביר ארויסצוהעלפן. ווי אזוי וועט משיח קענען איבערצייגן דעם איד פון ראדני סטריט אז ער איז ווירקליך משיח? אין מופתים גלייבט ער נישט, און א ציוני טאר מען נישט זיין. און ווי אזוי וועט משיח קענען איבערצייגן אז ער איז טאקע משיח פאר דעם משיחיסט פון 770 (על צד אז רמ"מ איז נישט משיח)?
אפשר איז דא אן אויסוועג אז ווען משיח וועט קומען וועט געשען עפעס א נס און גאנץ כלל ישראל וועט אנהייבן גלייבן אז ער איז משיח, און ווילאנג דאס פאסירט נישט מוז בעל כרחך זיין אז משיח איז נאכנישט געקומען. דארפסט אבער פארשטיין אז אזא נס ווערט אין ערגעץ נישט דערמאנט אין חז"ל, ודברי הרמב"ם ועובדא דבר כוכבא זענען זיך אודאי סותר דערצו.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:03 pm

מילא אין סאטמאר האלט מען אז משיח איז נאכנישט געקומען. אבער אין ליובאוויטש האלט מען דאך אז די רבי איז משיח. און ער איז חי וקיים. פארוואס איז מען איהם נישט מכבד מיט הגבהה, אמאל א שבת אדער יו"ט?!... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט