יאיר האט געשריבן:באשטעטיגט האט געשריבן:גאולה שלימה זיכער נישט
בנין הבית , סנהדרין ,קיבוץ נדחי ישראל(כולל הסטמורים)
משיח מלך ישראל(בקיצור כל מה שמתפללים שלש פעמים ביום)
אבער קיבוץ גליות האט זיך שוין אנגעפאנגען (www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=225249#p225249)
און א רוח פון תשובה הערשט און א"י
[אין נאך א ביסל גייט זיין א ראש ממשלה שומר תורה ומצוות בע"ה]
אנטשילדיגט איך בין נישט דוגל בשיטת ויואל משה(אבל למדתי רובו)
איך וויל מעורר זיין אן אינטערעסאנטע נקודה. לכאורה פונקט ווי ביי יעדע מצוה, איז דא דער כח הבחירה ביי יעדן איד צו אנטייל נעמען אין די גאולה שלימה. אויב למשל משיח קומט, און א מנין אידן אין וויליאמסבורג אדער קראון הייטס פאר'עקשנ'ען זיך אז די גאולה איז נאכנישט דא, און זיי ווילן נישט פארן קיין ארץ ישראל. צו וועט מען זאגן אז קיבוץ נדחי ישראל איז נאכנישט מקויים געווארן וויבאלד א מנין פאר'עקשנ'טע אידן ווילן בלייבן אין ראדני אדער 770? אדער זאגט מען אז ניין, אויב דער רוב הניכר פון כלל ישראל אנערקענט אין די גאולה שלימה, איז פארהאן א כח הבחירה ביי יעדן איד ארויסצופאלן דערפון און נישט אנטייל נעמען, און דאס איז נישט משפיע קיין כי הוא זה אויף די עצם גאולה.
יאיר האט געשריבן:קודש, זייער א שיינע שלשידעס תורה, אבער דו האסט מיר קיין משהו נישט קלארער געמאכט. איך האב שוין דורכגעלערנט תנ"ך און מאמרי חז"ל איבער די גאולה, און אויך ויואל משה, און למעשה בין איך געבליבן צומישט ווי אזוי מיר דארפן וויסן ווען די גאולה איז דא לפי שיטת בעל ויואל משה. ממילא פרעג איך איבער, וואס דארף געשען אז מיר זאלן וויסן די גאולה איז דא? אמעריקאנער קריסטן זאלן זאגן די אידן זענען די עם הנבחר? אז אידן זאלן תשובה טון? מען זאל צוברעכן אלע עבודה זרות פון אינדיע? די פאלעסטינער זאלן אונז איבערגעבן ירושלים בחפץ לב?
איך האף דו פארשטייסט אז אזעלכע אומקלארע פראזן ווי "משרה זיין שכינתו בתחתונים" מאכן נישט קלארער דעם ענין.
פארוואס דארפן 'מיר' נאכאמאל און נאכאמאל איבערווייזן אז ציוניזם/מדינת ישראל איז נישט קיין גאולה, ווען
משיח בן דוד איז נישט דא,
אליהו הנביא האט זיך נאך נישט באוויזן,
רוב יראי ה' זעען נישט קיין גאולה
ישראל קאפקע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:קודש, זייער א שיינע שלשידעס תורה, אבער דו האסט מיר קיין משהו נישט קלארער געמאכט. איך האב שוין דורכגעלערנט תנ"ך און מאמרי חז"ל איבער די גאולה, און אויך ויואל משה, און למעשה בין איך געבליבן צומישט ווי אזוי מיר דארפן וויסן ווען די גאולה איז דא לפי שיטת בעל ויואל משה. ממילא פרעג איך איבער, וואס דארף געשען אז מיר זאלן וויסן די גאולה איז דא? אמעריקאנער קריסטן זאלן זאגן די אידן זענען די עם הנבחר? אז אידן זאלן תשובה טון? מען זאל צוברעכן אלע עבודה זרות פון אינדיע? די פאלעסטינער זאלן אונז איבערגעבן ירושלים בחפץ לב?
איך האף דו פארשטייסט אז אזעלכע אומקלארע פראזן ווי "משרה זיין שכינתו בתחתונים" מאכן נישט קלארער דעם ענין.
דו ווארפסט סתם זאמד אין די אויגן, קריסטן אין אמעריקע זענען די גאנצע 'געטליכקייט' וואס ליגט אונטער מדינת ישראל,
די גרינדער פון ציוניזם, די פירער פון ציוניזם בשעתן געבורט פון מדינת ישראל, די ארגאניזירער פון דיין 'געטליכע ניסים' פון דיין 'קיבוץ גלויות,' די היינטיגע פירער פון דעם ציוניסטישן לאנד, זענען געווען און זענען עד היום הזה כופרים באלוקי ישראל, מחללי שבת בגאווה, אוכלי נבילה וטריפה,
אתחלתא דציונות זענען געווען אידן וואס האבן נישט געהאלטן קיין איין מצוה פון די תורה, געהייראט גויאישע פרויען, די התעוררות פון דיין ראשית צמיחת ציונותיכם, זענען געווען קריסטליכע גלחים פון ענגלאנד, די 'ניסים' פון די קיום פון מדינת ישראל (טראץ אלע אירע מלחמות) זענען די צענדליגע מיליאנען עוואנגעליקן אין אמעריקע וואס האלטן יאשקע פאר זייער גאט, און די אידישע איינוואוינער אין ארץ ישראל אלס די ציל פאר זייער ענטגילטיגער מיסיאן פראיעקט,
רוב מנין ורוב בנין פון די ארטאדאקסישע אידנטום האט נישט געזען אין ציוניזם קיין גאולה, און נישט אנגענומען די גרינדונג פון מדינת ישראל פאר אתחלתא דגאולה,
פארוואס דארפן 'מיר' נאכאמאל און נאכאמאל איבערווייזן אז ציוניזם/מדינת ישראל איז נישט קיין גאולה, ווען
משיח בן דוד איז נישט דא,
אליהו הנביא האט זיך נאך נישט באוויזן,
רוב יראי ה' זעען נישט קיין גאולה,
די פאטער/נביא פון ציוניזם האט געהייראט א גויע, (אזוי אויך זיינע צוויי קינדער)
אין איר די פינף אין זעכציג יעריגער עקזיסטעץ האט מדינת ישראל נישט געזען קיין איין פרידליכע טאג,
מאטי האט געשריבן:איך שפיר באמת שלעכט פאר דיר, הרב קודש, אבער דער ד"ה פון רש"י איז "אתחלתא דגאולה" און רש"י איז מסביר וואס איז דאס "אתחלתא דגאולה". אלזא ענטפער מיר; פארוואס מעג רש"י זאגן אויף א געוויסע טיפ גאולה "בלי משיח" אתחלתא דגאולה און ער בלייבט א קדוש וטהור, ווייל זיין לעצטע נאמען איז נישט געווען קוק? אויב וואלט דאס געווען א שטיקל "אורות הקודש" וואלסטו דאס אויך אזוי שיין פארטייטשט?
והשנית דו קענסט פארטייטשן אין רש"י ווי אזוי ס'שמעקט דיר לויט דיין רעליגיע, אבער רש"י גייט ארויף אויף א שטיקל גמרא, וואס רעדט פון א "מלחמה פאר משיח וועט קומען", און די גמרא פרעגט אויב ס'איז "מלחמה" פארוואס רופט מען דאס "גאולה" ?אויף דעם ענטפערט די גמרא "אתחלתא דגאולה הוא" דאס הייסט; די מלחמה" - וואס גייט זיך ענדיגן מיטן קומען פון בן דוד, הייסט אן "אתחלתא דגאולה", און אויף דעם איז רש"י מסביר; אז כאטשיג ס'איז נאך נישט גאולה פונעם גלות, ווייל ס'איז נאך אינמיטן די מלחמה און בן דוד איז נאכנישט דא, דאך הייסט דאס אתחלתא דגאולה. ווייל די צרות זענען שוין נישטא.
יאיר האט געשריבן:ישראל, ביטע בארואיג דיך און ליין איבער די גאנצע שמועס. איך האב געפרעגט על צד אז די ראשי המדינה טוען תשובה און ווערן שומרי תורה ומצוות, און מען מאכט שלום מיט די פאלעסטינער.
אדרבה, לאמיר הערן דיין מיינונג, אין דעם פאל וואס איך רעד וועלן רוב מנין בנין וקנין פון ארטאדאקסן מודה זיין אז דאס איז די גאולה שלימה און יעדער איד איז מחוייב ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל און אויפבויען דעם בית המקדש? אויב נישט, ווען וועלן זיי יא מודה זיין?
פלאוויוס האט געשריבן:קדש הילולים האט געשריבן:נישט אריינגייענדיג אין די איסורים און קולקולים ס׳זענען דא מיט א מדינה פאר ביאת המשיח, וויל איך אבער ארויסברענגען אז ס׳איז מיר בכלל נישט פארשטענדליך וואס ס׳איז אזוי צום הארצן די א״ג שיבת ציון.
פארוואס איז עס ביי דיר מער ווי אז יודן וואוינען אין אמעריקא?...
זיי מיר מוחל, אבער איך גלייב אז אזא שאלה וואלט נישט געקענט געפרעגט ווערן דורך א טראדיציאנעלן איד אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר ביז צום אויפקום פון ציונות. דער אנטי-ציוניסטישער טרענד צווישן חרדישע אידן האט ווירקליך אפגעטרייסלט אידן פון ארץ-ישראל אויף אן אופן וואס מ'האט נישט געהערט ווען עס איז פריער אין אונזער היסטאריע, מחמת פחד אז מ'וועט אסאציאירן חיבת ציון מיט ציוניזם. ס'איז א שאד אז דו לאזסט זיך אריינפאלן אין דעם נסיון.
קיין למעשה'דיגע תשובה אויף דיין שאלה קען איך נישט געבן וויבאלד ס'איז טאקע אן ענין וואס איז תלוי אינעם געפיל. אויב דו פילסט נישט קיין חילוק צווישן דעם וואס אידן וואוינען אויף פרעמדער ערד און אידן וואס וואוינען אינעם לאנד פון אונזערע אבות, וואו יעדער טריט און יעדע ווינקל רעדט אויף אונזער אייגענעם מאמע לשון (הייסט דאס אויפ'ן לשון פון תנ"ך), דאן קען איך גארנישט זאגן. פאר מיינע אויגן זע איך מיינע געשוויסטער וועלכע קערן זיך אום צו דער מאמע'ס שויס, נאך אפאר טויזנט יאר פון וואלגערן זיך אין לענדער וואו "מיר האבן שטענדיג געפילט די פרעמדקייט", און דאס הארץ וואקסט מיר פון באגייסטערונג. אויב דו טיילסט נישט מיט מיר (און מיט נאך מיליאנען אידן) דאס געפיל, בלייבט מיר נאר צו ווייטאגן אויף דעם וואס א שטיק אידישקייט איז אוועקגעריסן געווארן פון אידישע הערצער (כאטש טאקע נאר א מינאריטעט) א דאנק דעם אנטי-ציוניזם.
מיין טרייסט איז אבער אודאי דאס אז דער ציוניזם האט צוריקגעברענגט אסאך מער אידן צום אידישן פאלק און צו אידישקייט, ווי דאס וואס דער אנטי-ציוניזם האט אוועקגענומען פון אידן. ובכן תהא בזאת נחמתנו.
יאיר האט געשריבן:קודש, זייער א שיינע שלשידעס תורה, אבער דו האסט מיר קיין משהו נישט קלארער געמאכט. איך האב שוין דורכגעלערנט תנ"ך און מאמרי חז"ל איבער די גאולה, און אויך ויואל משה, און למעשה בין איך געבליבן צומישט ווי אזוי מיר דארפן וויסן ווען די גאולה איז דא לפי שיטת בעל ויואל משה. ממילא פרעג איך איבער, וואס דארף געשען אז מיר זאלן וויסן די גאולה איז דא? אמעריקאנער קריסטן זאלן זאגן די אידן זענען די עם הנבחר? אז אידן זאלן תשובה טון? מען זאל צוברעכן אלע עבודה זרות פון אינדיע? די פאלעסטינער זאלן אונז איבערגעבן ירושלים בחפץ לב?
איך האף דו פארשטייסט אז אזעלכע אומקלארע פראזן ווי "משרה זיין שכינתו בתחתונים" מאכן נישט קלארער דעם ענין.
באשטעטיגט האט געשריבן:אתה פשוט לא יודע המציאות שם
(יש מיעוטא שהם כמו שכתבת וצריכום ללחום עמם עד שיכנע לגמרי)
יאיר האט געשריבן:קדש הילולים האט געשריבן:פלאוויוס האט געשריבן:@קדש הילולים זייער שיין ארויסגעברענגט (איך מיין דערמיט דיין פריערדיגע לענגערע רעאקציע).
פערזענליך גלייב איך אז די יעצטיגע שיבת ציון איז אויך א נחמה פאר אידן, כאטש מ'האלט נאך ווייט פון דער גאולה שלימה (בפרט נאך פונעם אלוועלטליכן סאציאלן תיקון, ווי פארגעזאגט דורך ישעיה הנביא), דאך איז מיר שטארק צום הארצן צו ליינען ווי שיין דו האסט ארויסגעשריבן דיינע געדאנקען. און ווי געזאגט, זענען מיר אלע סיי ווי איינשטימיג אז די ענדגילטיגע וויזיע איז דאס וואס דו האסט פארגעשריבן. אונזער מחלוקת איז נאר לגבי דעם וועג ביז אהין.
נישט אריינגייענדיג אין די איסורים און קולקולים ס׳זענען דא מיט א מדינה פאר ביאת המשיח, וויל איך אבער ארויסברענגען אז ס׳איז מיר בכלל נישט פארשטענדליך וואס ס׳איז אזוי צום הארצן די א״ג שיבת ציון.
פארוואס איז עס ביי דיר מער ווי אז יודן וואוינען אין אמעריקא?...
ווייל מען איז מקיים מצוות ישוב ארץ ישראל, און דעם מאמר חז"ל כל הדר בחוץ לארץ דומה למי שאין לו אלוה.
סארי, כ'האב פארגעסן דער צמח ה' לצבי זאגט אז ארץ ישראל איז שוין אוועקגעפארן, מסתם האט עס געלאנדעט אויף 550 בעדפארד עוועניו.
יאיר האט געשריבן:באשטעטיגט האט געשריבן:גאולה שלימה זיכער נישט
בנין הבית , סנהדרין ,קיבוץ נדחי ישראל(כולל הסטמורים)
משיח מלך ישראל(בקיצור כל מה שמתפללים שלש פעמים ביום)
אבער קיבוץ גליות האט זיך שוין אנגעפאנגען (www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=225249#p225249)
און א רוח פון תשובה הערשט און א"י
[אין נאך א ביסל גייט זיין א ראש ממשלה שומר תורה ומצוות בע"ה]
אנטשילדיגט איך בין נישט דוגל בשיטת ויואל משה(אבל למדתי רובו)
איך וויל מעורר זיין אן אינטערעסאנטע נקודה. לכאורה פונקט ווי ביי יעדע מצוה, איז דא דער כח הבחירה ביי יעדן איד צו אנטייל נעמען אין די גאולה שלימה. אויב למשל משיח קומט, און א מנין אידן אין וויליאמסבורג אדער קראון הייטס פאר'עקשנ'ען זיך אז די גאולה איז נאכנישט דא, און זיי ווילן נישט פארן קיין ארץ ישראל. צו וועט מען זאגן אז קיבוץ נדחי ישראל איז נאכנישט מקויים געווארן וויבאלד א מנין פאר'עקשנ'טע אידן ווילן בלייבן אין ראדני אדער 770? אדער זאגט מען אז ניין, אויב דער רוב הניכר פון כלל ישראל אנערקענט אין די גאולה שלימה, איז פארהאן א כח הבחירה ביי יעדן איד ארויסצופאלן דערפון און נישט אנטייל נעמען, און דאס איז נישט משפיע קיין כי הוא זה אויף די עצם גאולה.
מאטי האט געשריבן:פארוואס דארפן 'מיר' נאכאמאל און נאכאמאל איבערווייזן אז ציוניזם/מדינת ישראל איז נישט קיין גאולה, ווען
משיח בן דוד איז נישט דא,
אליהו הנביא האט זיך נאך נישט באוויזן,
רוב יראי ה' זעען נישט קיין גאולה
ווייל מיר קלאפן זיך אן אין דברי ראשונים ואחרונים וואס זאגן אנדערש ווי דיין רעליגיע, און ס'איז פארהאן אתחלתא דגאולה'ס אן אליהו ומשיח.
פאר אן אנהייב זיי מיר מסביר די פאלגענדע רש"י :
רש"י מגילה י"ז עמוד ב'
אתחלתא דגאולה היא - ואע"ג דהאי גאולה לאו גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד דהא ברכת קיבוץ ובנין ירושלים וצמח דוד יש לכל אחת ואחת ברכה לעצמה לבד מגאולה זו אפילו הכי כיון דשם גאולה עלה קבעוה בשביעית:
אין מיינע אויגן זאגט דא רש''י אז ס'קען הייסן אן אנהייב פון גאולה איידער קיבוץ ובנין ירושלים וצמיחת דוד. קענסט דאס אפשר פארענטפערן "קריכענדיג אויף ווענט" אבער דו קענסט נישט האבן קיין טענות אויף אידן וואס ווילן לערנען רש"י כפשוטו.
באשטעטיגט האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:קודש, זייער א שיינע שלשידעס תורה, אבער דו האסט מיר קיין משהו נישט קלארער געמאכט. איך האב שוין דורכגעלערנט תנ"ך און מאמרי חז"ל איבער די גאולה, און אויך ויואל משה, און למעשה בין איך געבליבן צומישט ווי אזוי מיר דארפן וויסן ווען די גאולה איז דא לפי שיטת בעל ויואל משה. ממילא פרעג איך איבער, וואס דארף געשען אז מיר זאלן וויסן די גאולה איז דא? אמעריקאנער קריסטן זאלן זאגן די אידן זענען די עם הנבחר? אז אידן זאלן תשובה טון? מען זאל צוברעכן אלע עבודה זרות פון אינדיע? די פאלעסטינער זאלן אונז איבערגעבן ירושלים בחפץ לב?
איך האף דו פארשטייסט אז אזעלכע אומקלארע פראזן ווי "משרה זיין שכינתו בתחתונים" מאכן נישט קלארער דעם ענין.
דו ווארפסט סתם זאמד אין די אויגן, קריסטן אין אמעריקע זענען די גאנצע 'געטליכקייט' וואס ליגט אונטער מדינת ישראל,
די גרינדער פון ציוניזם, די פירער פון ציוניזם בשעתן געבורט פון מדינת ישראל, די ארגאניזירער פון דיין 'געטליכע ניסים' פון דיין 'קיבוץ גלויות,' די היינטיגע פירער פון דעם ציוניסטישן לאנד, זענען געווען און זענען עד היום הזה כופרים באלוקי ישראל, מחללי שבת בגאווה, אוכלי נבילה וטריפה,
אתחלתא דציונות זענען געווען אידן וואס האבן נישט געהאלטן קיין איין מצוה פון די תורה, געהייראט גויאישע פרויען, די התעוררות פון דיין ראשית צמיחת ציונותיכם, זענען געווען קריסטליכע גלחים פון ענגלאנד, די 'ניסים' פון די קיום פון מדינת ישראל (טראץ אלע אירע מלחמות) זענען די צענדליגע מיליאנען עוואנגעליקן אין אמעריקע וואס האלטן יאשקע פאר זייער גאט, און די אידישע איינוואוינער אין ארץ ישראל אלס די ציל פאר זייער ענטגילטיגער מיסיאן פראיעקט,
רוב מנין ורוב בנין פון די ארטאדאקסישע אידנטום האט נישט געזען אין ציוניזם קיין גאולה, און נישט אנגענומען די גרינדונג פון מדינת ישראל פאר אתחלתא דגאולה,
פארוואס דארפן 'מיר' נאכאמאל און נאכאמאל איבערווייזן אז ציוניזם/מדינת ישראל איז נישט קיין גאולה, ווען
משיח בן דוד איז נישט דא,
אליהו הנביא האט זיך נאך נישט באוויזן,
רוב יראי ה' זעען נישט קיין גאולה,
די פאטער/נביא פון ציוניזם האט געהייראט א גויע, (אזוי אויך זיינע צוויי קינדער)
אין איר די פינף אין זעכציג יעריגער עקזיסטעץ האט מדינת ישראל נישט געזען קיין איין פרידליכע טאג,
שאלה פשוטה
אלפיים שנה היה גזירה שישראל יהיה גלוים מארצם ועכשיו הקב"ה החזיר כמעט חצי כלל ישראל דאפילו את"ל שיש איסור לעשות ממשלה(וע"ז שייך בחירה)אבל לגור שם בוודאי מותר(וגם מצוה)
ומי עשה דבר זה אם לא הקב"ה מסבב כל הסיבות הטוב והמטיב שכבר התחיל להשיב בניו הביתה
(מי שאומר שבן גריון וחבריו החזיר כמעט חצי כלל ישראל לא למד חובת הלבבות שער הבטחון)
היימישער ליטוואק האט געשריבן:@קדש הילולים
איז א חמור, און אפשר גאר א ווייסע דווקא, אויך מעכב אדער דו ביסט מסכים אז עס קען זיין א כשרע גאולה אפילו אן דעם חמור, און דאס איז בגדר מליצה בעלמא?
איז דא נאך זאכן וועלכע דו ביסט גרייט אנצוענעמן אז זיי זענן בדרך מליצה אדער ווייל אזוי האט מען אילוסטרירט בימי חזל וראשונים א גאולה, אבער זיי זענן לאו דווקא מעכב?
@ישראל קאפקע קען אויך ענטפערן.
ישראל קאפקע האט געשריבן:דו ווארפסט סתם זאמד אין די אויגן, קריסטן אין אמעריקע זענען די גאנצע 'געטליכקייט' וואס ליגט אונטער מדינת ישראל,
די גרינדער פון ציוניזם, די פירער פון ציוניזם בשעתן געבורט פון מדינת ישראל, די ארגאניזירער פון דיין 'געטליכע ניסים' פון דיין 'קיבוץ גלויות,' די היינטיגע פירער פון דעם ציוניסטישן לאנד, זענען געווען און זענען עד היום הזה כופרים באלוקי ישראל, מחללי שבת בגאווה, אוכלי נבילה וטריפה,
אתחלתא דציונות זענען געווען אידן וואס האבן נישט געהאלטן קיין איין מצוה פון די תורה, געהייראט גויאישע פרויען, די התעוררות פון דיין ראשית צמיחת ציונותיכם, זענען געווען קריסטליכע גלחים פון ענגלאנד, די 'ניסים' פון די קיום פון מדינת ישראל (טראץ אלע אירע מלחמות) זענען די צענדליגע מיליאנען עוואנגעליקן אין אמעריקע וואס האלטן יאשקע פאר זייער גאט, און די אידישע איינוואוינער אין ארץ ישראל אלס די ציל פאר זייער ענטגילטיגער מיסיאן פראיעקט,
רוב מנין ורוב בנין פון די ארטאדאקסישע אידנטום האט נישט געזען אין ציוניזם קיין גאולה, און נישט אנגענומען די גרינדונג פון מדינת ישראל פאר אתחלתא דגאולה,
פארוואס דארפן 'מיר' נאכאמאל און נאכאמאל איבערווייזן אז ציוניזם/מדינת ישראל איז נישט קיין גאולה, ווען
משיח בן דוד איז נישט דא,
אליהו הנביא האט זיך נאך נישט באוויזן,
עס איז נאכנישט געשען תחיית המתים,
רוב רובו גדולי ישראל האבן נישט געזען קיין גאולה אין ציוניזם,
די גרויסע רוב יראי ה' היינט צוטאגס זעען נישט קיין גאולה אין מדינת ישראל,
די פאטער/נביא פון ציוניזם האט געהייראט א גויע, (אזוי אויך זיינע צוויי קינדער)
די פירער, פאליטיקאנטן, דעלעגאטן, שרייבער, דיכטער, דענקער, וכו' זענען געווען און זענען אידן וואס האבן נישט געהיטן און היטן נישט די תרי"ג מצוות,
אין איר פינף אין זעכציג יעריגער עקזיסטעץ האט מדינת ישראל נישט געזען קיין איין פרידליכע טאג,
מדינת ישראל איז די גרעסטער גורם פון שנאת ישראל אויף דער וועלט, צען פאכיג,
קדש הילולים האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:@קדש הילולים
איז א חמור, און אפשר גאר א ווייסע דווקא, אויך מעכב אדער דו ביסט מסכים אז עס קען זיין א כשרע גאולה אפילו אן דעם חמור, און דאס איז בגדר מליצה בעלמא?
איז דא נאך זאכן וועלכע דו ביסט גרייט אנצוענעמן אז זיי זענן בדרך מליצה אדער ווייל אזוי האט מען אילוסטרירט בימי חזל וראשונים א גאולה, אבער זיי זענן לאו דווקא מעכב?
@ישראל קאפקע קען אויך ענטפערן.
אין די י״ג עיקרים זענען לכאורה אויך אזוי בדר מליצה(עפ״ל)
קדש הילולים האט געשריבן:איין זאך בעט איך דיר נאר נאכאמאל: ביטע לאז אונז ארויס... לאז אונזער שכל טראכטן גראד ווי די תורה וויל באמת...
קדש הילולים האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:ערוך לנר מסכת ראש השנה דף יא עמוד ב "דגאולה וביאת המשיח תרי מילי נינהו דכן מוכח במגילה (יז ב) מסדר ברכות שמו"ע דאמרינן שם וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין וכו'. והיכן מתרומם קרנם בירושלים וכיון שנבנית ירושלים בא דוד וכו' ע"ש. הרי שקיבוץ גליות קודם לביאת דוד"
זייט מוחל, ברענגט דעם גאנצן שטיקעל... אויך ווי ער שרייבט אז מען קען נישט זאגן אזוי ף, וויל אין זוהר שטייט פארקערט...
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 5 געסט