וועמען קומט זיך עס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

וועמען קומט זיך עס?

שליחה דורך סימפל »

אין א זונטאג נאכט שפאצירט זיך עריק געמיטליך, אין איינע פון די טונקעלע גאסן פון איסט סט. לואיס אילענוי.
דא אין דעם מענטשליכע זאו, ווי דער קריים רעיט איז ביי איבער הונדרעד פראצענט, און ווי איין אין צען מענטשען איז א קריים וויקטעם. דעם פלאץ, רופט ער אן זיין היים. דא איז ער געבוירן געווארן, דא איז ער אויפגעוואקסען. דא האט ער באקומען זיין עזשאקעישען, וואס באשטייט בעיסיקלי פון זיך אויסלערנען, גנב׳ן, רויבן, שיסן, שלאגן, האקן, און הרגענען. און ער האט שוין אפילו א מעסטערס דעגרי און זיין פאך... מיט א שיינע פאר יאר עקספיריענס.
אזוי שפאצירט ער זיך, אן קיין ברעקעלע מענטשליכע געפיל.
ווען אינמיטן זעט ער, אן אריסטעקראטישן פרוי וואקן פארלוירנדיגערהייט. נישט וויסנדיג אין וואס פאר א מענטשליכע זאו זי איז אריין געפאלן.
אן טראכטן, לויפט ער צו, צו איר. רייסט אראפ פון איר, איר טייערע פאקעט בוק, ער כאפט עס אוועק פון איר. און שרייט איר אן, אז זי זאל הייבן פיס, און אפפיצן פון די געגענט.......


משה מנחם ענדיגט עסן נאכטמאל, ער פארברענגט אביסל מיט זיין לעכטיגע קינדערלעך.
פארשמועסטערהייט געט א קוק אויף זיין זייגער. און ער דערמאנט זיך, אוי! כ׳האב נאכנישט געדאווענט קיין מנחה! מען קען שוין באלד נישט דאווענען.
ער מאכט שנעל א נאך ברכה, כאפט זיין סעלפאון, אנפלאגט עס פין די ריטשארזשער, און לויפט שנעל צו זיין קאר.
ווי נאר ער נעמט זיך פארן, הערט ער א לאנגען קריץ פון די בעק פון זיין קאר.
אויש! כ׳האב געמאכט א קריץ אין איינעמס קאר. טראכט ער צו זיך.
עס ווערט פאר אים א דילעמע, זאל איך זיך אפשטעלן קוקן וועמענס קאר ס׳איז. ביי די ענד אף די דעי, איז עס דאך גניבה.
אבער פון די אנדערע זייט, קען מען שוין באלד נישט דאווענען קיין מנחה. וואס טוט מען?
אן טראכטן צו סאך, דיסייד ער עס צו איגנארן, און פארט ווייטער........

פון די צווי עפיזאדן, ווער פון די צוויי מענטשען זענען ערגער?
מיט די ערשטע בליק, זעט עס אויס ווי א איגנארענט שאלה.
אבער לאמיר אריין טראכטן, דער עריק איז געבוירן געווארן, און אויף געוואקסן מיט בלוט אויף זיינע הענט. גניבה איז געווען זיין טאל אף סארווייוועל. גנב׳ן איז ניטאמאל קיין שאלה,עס איז בכלל נישט זיין בחירה. וואס איז יא זיין בחירה? הרגענן. דארט דארף ער שוין טראכטן צווי מאל.
איז ווען ער האט געזען די אריסטאקראטישן פרוי. איר צו באגנב׳ן איז ניטאמאל געווען א שאלה. וואס יא? איר צו צומזיק׳ן.
ערשט האט ער געטראכט. איך גיי איר געבן אזא מין זעץ אז זי זאל גלייך פאלן באוויסטלאז. אבער נאכדעם האט ער דיסיידעד. איך גיי רחמנות האבן אויף איר, איך גיי איר לאזן גיין בשתי רגלים.
יעצט אויף זיין מצב הבחירה, האט ער געטון א גוטע זאך! ער איז ארויף א שטאפל!

לאמיר גיין צו די אנדערע עפיזאד פון דעם אינגערמאן. דער אינגערמאן איז אויף געוואקסן צווישן, איידעלע, נארמאלע מענטשען. ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ניסיון, פון בארויבן א מענטש, און אוודאי נישט צו הרגענן. וואס איז יא זיין ניסיון? ווען ער צוקראצט א קאר. די קליינע גניבה׳לע, דאס איז זיין ניסיון.
יעצט ווען ער איז אדורך געפאלן, איז ער אויפן וועג אראפ. און ער איז אראפ געגאנגען א שטאפל.
סאו ווען מען פרעגט ווער פון די צווי האלט אין א בעסערע מצב? איז דער ענטפער סארפרייסענגלי, עריק! ווייל ער האלט אויפן וועג ארויף, און דער אינגערמאן האלט אויפן וועג אראפ.

אזוי איז ׳הרב דסלר׳ מסביר די נושא פון בחירה. און ער לייגט צו, אז אוודאי קען א מענטש נישט זיין סטאק אין די פעסט. און זאגן, אז איך בין אויף געוואקסען אין אזא אין אזא מצב, און ביז דא איז מיין בחירה, און פון דא און ווייטער איז מער נישט מיי בחירה. און איך גיי אויף וויקעישען. ( עס איז אפשר א גוטע תוריץ פאר ביז יעצט. )
ווייל א מענטש דארף כסדר ארויף ריקן די ליניע, פון ווי זיין מצב הבחירה הייבט זיך אן.
למשל און די קעיס פון עריק. אויב וועט ער זיך ברעכן אסאך מאל, און נישט צומזיק׳ן קיין מענטשן. וועט עס ווערן אויס ניסיון פאר אים. זיין ניסיון וועט ווערן, צו ער זאל בארויבן מענטשן, צו נישט. און אזוי ווייטער ארויף דעם לייטער.
וועגן דעם קען א מענטש קיינמאל נישט זשאזשען זיין קיין שום אנדערע מענטש. מען קען קיינמאל נישט וויסן, ווי אזוי יענער איז אויף געוואקסען, וויפיל ער האט שוין עומד בניסיון געווען, וויפיל ער איז אדורך געפאלן, וכו׳.
באטעם ליין, נאר דער באשעפער ווייסט באמת ווי א דער מענטש האלט.

דעס איז די משל... ( וואס וואלט באמת געדארפט גיין אין די ׳תורה און מחשבה׳ פארום )
דער נמשל איז:...
אלץ א גאסט אין שטיבל. האב איך אנגעפאנגן צו שרייבן א תגובה׳לע דא און דארט. און פלוצלינג זע איך מיך אדורך גיין די זעלבע קאשמארן, וואס איך בין אדורך געגאנגן אין ישיבה.
וואס איז?
איז אזוי, צווישן מיינע חבירים, קען איך פארברענגן געשמאק. אמאל געווין איך א ארגיאמענט, אמאל פארליר איך.
אבער ווען עס קומט צו שרייבן. איי זשאסט סאק! בשעת וואס מיין שכן אין ישיבה פלעגט שרייבן ביים שיעור, ניין א האלב פעיזשעס. פלעג איך שרייבן ניין א האלב אותיות... צו שרייבן פאר מיר, זשאסט טעיקס פארעווער.
פאר מיר צו שרייבן א נארישע תגובה׳לע, נעמט אין עוורעזש דרייצן א האלב מינוט. איך פיל ווי איך בין צוריק אין ישיבה רח״ל...
( פרעגט מיר נישט ווי לאנג עס האט מיר געדארט צו שרייבן די אשכול. אזוי פול קען איך אייך זאגן, א לאאאנגע צייט... )
אז איך האב דיסיידעד, אז ווער עס שרייבט א לאנגן תגובה, געב איך א לייק. נאכדעם טראכט איך צו מיר, פאר אים געבסטו א לייק? ער איז דאך א שרייבער מרחם אימו.
אבער למעשה זאגט ער דאך יא גוטע ווערטער.
און דער אמת איז, אז מען קיינמאל נישט וויסן וויפיל כוחות יענער האט אריין געלייגט. כדלעיל.
סאו למעשה האב איך נאכנישט קיין קלארע מהלך, ווען צו געבן א לייק. אבער איך בין נייגעריג צו הערן פונעם עולם, וואס מאכט אייך געבן א לייק??
What do you like??
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר