ארטיקל פונעם יאר תשע"ד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

ארטיקל פונעם יאר תשע"ד

שליחה דורך שעפטל »

דאס יאר תשע"ד קומט צו אן ענדע, ס'איז אדורכגעלאפן נאך א יאר דא אויפן געלונגענעם שטיבל, איז די צייט צו מאכן א חשבון ה..אשכולת און שטימען דערפאר..

וואספארא ארטיקל דא אין קאווע שטיבל וואלט איר אויסגעקליבן אלס "ארטיקל פונעם יאר"???

ביטע לייגן די נאמען פונעם ארטיקל, אויב מעגליך א לינק דערצו און עס צו מאכן אביסל בעסער טעגט אריין דעם שרייבער דערפון אויך.
אז איר ווילט לייגט שוין צו אייערע ספיקות אויך, למשל אייערע טאפ פינף פון וואס איר האט אויסגעוועלט

באמת האב איך מיך אביסל געמיטשעט מיט מיין שטימע, אבער נאכן באטראכטן:
[tag]שמעקעדיג[/tag]'ס אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס, וואס האט בשעתו חוץ דעם וואס דא אין שטיבל האט עס געמאכט א גוטן רושם, און זייער זייער גוט באשריבן געווארן דורכן שרייבער, האט דאס אביסל אויפמערקזאם געמאכט אין אנדערע פלעצער אויך...
צו [tag]שטילע אינגערמאן[/tag]'ס ברייט באקאנטע (מיט א וואויס נאוט גאר) עביוזען א צווייטע וואס איז זייער זוס באשריבן געווארן און ס'האט מיר שטארק געמאכט לאכן.
צו [tag]ברסלבער[/tag]'ס א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן וואס האט זייער גוט אראפגעלייגט די מצב...
און ווי פארשטענדליך די צוויי קנאקעדיגע ארטיקלן מיט די מערסטע לייקס.. פון [tag]מאראנצןזאפט[/tag], סיי מבשר בחסד עליון (לאמיר טאקע אויך קרעדיטן די מיטהעלפער [tag]ישמעאל הכהן[/tag], [tag]מאטי[/tag], [tag]משה געציל[/tag], [tag]קאווע טרינקער[/tag], און [tag]יאנקל[/tag]) און אזוי אויך דעם פינקי, אן אריגינעל!
האב איך נאכאלס באשלאסן אויסצווועלן [tag]כוכב[/tag]'ס לא תאכלו על הדם, וואס איז אמת ויציב יעדעס ווארט און האט מיר גאר באנומען און ס'איז מיר אריין אין די ביינער.

מיין אויסוואל איז פשוט פאר מיר, ס'איז א גאר קנאקעדיגע ארטיקל, אמת ויציב יעדעס ווארט, און ס'אז מיר געבליבן פאר גאר לאנג, און ס'איז מיר נאך ארויפגעקומען ס'ערשטע ווען איך האב געטראכט פון דעם פארמעסט...

וואס איז דיינס??????
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר