דריי טעג יו"ט - צידה לדרך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

דריי טעג יו"ט - צידה לדרך

שליחה דורך shem-tov »

די יאר געפאלט נאכאמאל אויס דריי טעג יו"ט. ד"מ דאנערשטאג און פרייטאג יו"ט, און דערנאך שב"ק. ווי באקאנט פלעגט דאס אלעמאל זיין אביסל צופיל פאר אונזערע מוחות און מען דארף אסאך כח און מח צו פארמיידן מחלוקת און לאנגוויליגקייט אין די טעג אבער איך מיין אז די פראבלעם האט זיך לעצטענס פארערגערט מיט די פארבינדונג צו טעקנאלעדשי.

ס'דא אסאך וואס טראכטן אז דאס איז ממש א גזירה שאין הצבור יכולה לעמוד בה איך קען קיין מינוט נישט זיין אנעם סמארט פאון/ טעלעווישאן / קאמפיוטער / און וואס נישט, איך שלאף איין דערמיט איך שטיי אויף דערמיט. וואס טוט מען דא מיטן הייליגן יו"ט.

רבותי לאמיר זיך מחזק זיין. סמוז נישט אזוי זיין, אדרבה די י"ט קענען זיין גאר א געשמאקער עקספיריענס. החכם עיניו בראשו מיטן מאכן די ריכטיגע הכנה. ס'קומט די הייליגע פארכטיגע טעג לאמיר זיך אביסל דערנענטרן צום רבש"ע, לאמיר שלינגן מיט דארשט יעדע ווארט תפלה. דערנאך דער שיינער יו"ט סוכות זמן שמחתינו א צייט וואס מען מאכט זיך די ריכטיגע חשבון וויפיל מען גיבט זיך אפ מיט די קינדערלעך און מען פארבעסערט די קשר מיט זיי.

אויך פראקטישע עצות. פארלעשט אינגאנצן דעם טעלעפאן און פלאצירט עס אין קאר אדער אין ביעסמענט וד"ל. צווייטע עצה מען זאל זיך אנסטאקן מיט אן א שעור ספרים וואס זענען אייך אינטערסאנט אפשר קויפן א נייע ספר וואס וועט ציען די אינטערעסע. און פאר די וואס ווילן עס נעמן מער לייכטער סטאקט איייך אן מיט אסאך ליין מאטריאל א ביכל אדער צייטונגען אד"ג.

מיט אביסל התבוננות קענען אייך די ימים טובים אויך דינען ווי א ריכטיגער וועקעישאן אן די אלע וויכטיגע כלים וואס רייסט אונז אוועק פון אונזערע אנדערע וויכטיגע זאכן פון לעבן. נעמט אייך צידה לדרך ובזכות זה אליינס וועט אונז דער אייבערשטער פארשרייבן פאר א שנה טובה ומתוקה
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
רעאגיר