פארוואס איך קלער פון זיך טויפן צו איסלאם (הומאר)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

פארוואס איך קלער פון זיך טויפן צו איסלאם (הומאר)

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]אויב איז דאס לעבן אין דזשענערל נישט גענוג בבחינת פיקל, (יא יא, די זויער פיקל וואס איר עסט מיט די טונא סענדוויטש, דאס מיין איך), איז דאס לעבן אלס א חסידי'שער איד נאך אסאך ערגער, און ניין, כ'קום נישט דא סתם קריטיקירן דעם סיסטעם איך רעד פון גאר עפעס אנדערש. איך רעד פון דאס זיין פארהייראט אלס א חסיד.

אפילו אין דער אלגעמיינער וועלט איז הייראטן נישט קיין זאך וואס מען וואונטשט פאר א פריינד. האבן אן א.ג. "עזר כנגדו" איז דירעקט נישט קיין פאפולערער זאך ביי דעם מין האנושי. געווענליך די וואס טוהן דער שריט זענען אזעלכע אלטע גדיים נעשו תלושים, חברה וואס זעען שוין דעם סוף, און ווילן זיך פשוט פארזיכערן א שכן אין בית הקברות. געזונטע יונגע מענטשן טראכטן הונדערט מאל פאר'ן גיין אונטער די חופה. אפשר גאר טויזענט. ביי אונז היימישע חברה איז אבער דאס הייראטן א חלק פונעם לעבן, און פאר וואס ווען וואו באקומט מען אזוי אומגעפרעגט, אומגעבעטענע נהמא דכיסופא — אדער ווי אנדערע רופן עס — פת בסלו.

באלד נאכן חתונה, קוים א פאר יאר דערנאך, דערזעט מען זיך מיט א גאנצע סטאדע שאף. אויב אלס שנה-ראשונה יונגערמאן קען מען נאך אמאל ארויסגיין "טשילן" און פארברענגן, איז אפילו דאס ביסל אויך נישט קיין געשעפט בלויז עטליכע יאר שפעטער. א גאנצע טאג ארבעט מען ווי א סוס, מ'ארבעט צו קענען עסן און מען עסט צו קענען ארבעטן, און ווען מען קומט ענדליך אהיים ביינאכט, פאנגט זיך גאר אן דער ריכטיגער ארבעט און העד-עיק.

-"אפטע, ווילסט באדן די קינדער היינט?"

-"נישט עכט"

-"סאו מיזטו וואשן די דישעס"

-"ממש אזוי, איך מוז?"

-" אקעי, דו הייבסט שוין ווידער אן א פייט?"

-"עםם, ווער שרייט דא?"

-" יוי, כ'האדיך געוויסט. ביז דו טוסט א טובה, השם ירחם"

-" ווייסט וואס, כ'העל באדן די קינדער"

-" ס'גוט, מוחל טובות"

-" אקעי, כ'מיין זאלסט טאקע בלאזן"

***

שמעו נא רבותי. ממש יעדע נאכט, אנשטאט זיצן רואיג און טוהן את שאהבה נפשי — פשוט זיצען מיט א ציגערעטל אין האנט, און ליינען און שרייבן און געניסן פון א משהו פרייהייט — בין איך פארנומען באדן די קינדער, לויפן אין גראסרי, אויפרוימען די שמוציגע ערד, און טוהן דאס וואס דער נארמאלער בירגער טוט ביי די פופציג.

ס'איז געגאנגען אזוי ווייט אז כ'האב לעצטענס אריינגעשיקט א פעטיציע צום ווייסן הויז בעטענדיג אז מ'זאל פארלענגערן די ארבעטס שעות פון ניין-טו-סיקס. מכדי, וואס האב איך אהיימצוקומען פון פיצא געשעפט אז ס'ווארט מיר דאפעלט די ארבעט אינדערהיים? ס'מיר שוין מער ניחא צו סערווירן פרענטש פרייס פאר די קליענטן ווי באדן די קינדער און אריינטרייבן אין בעט.

אבער... דער הייליגער באשעפער, געבענטשט זאל ער זיין, האט אונז נישט געלאזט אויפ'ן וואסער אן קיין וועג ארויס, און האט אונז געשאנקן א וואונדערליכער רפואה פאר די מכה, נעמליך, דאווענען מעריב!

- "אפטע, פארוואס האסטו נישט אראפגעטראגן די גארבעדזש?"

- "מעריב"

"אבער, אבער, אבער כ'האדער שוין געבעטן א שעה צוריק"

- "סארי, מעריב"

- "נו, ווען העסטעס טוהן?"

- "כ'העל זען נאך מעריב"

- "לאזט מיר דא אליין איבער מיט די קינדער?"

- "מעריב"

איך דארף ענק נישט מסביר זיין וואספארא לייפ-סעיווער דער מעריב איז פאר דעם חסידי'שער יונגערמאן. מ'פילט אמאל אז מ'דארף א ברעיק — מעריב. מ'האט נישט קיין נערווען פאר די ווייב — מעריב. ס'גליסט זיך א ציגערעטל — מעריב, און, אייגענטליך, איך קען יעצט שרייבן אויף קאווע שטיבל, צוליב — מעריב.

זייט דער וועלט-באשאף איז נאכנישט אראפגעקומען עפעס וויכטיגער פאר די מענטשהייט ווי מעריב. מעריב ראטעוועט אונז פון צוזאמפאל.

איצט קום איך צו צום נקודה. אונז אידן האבן טאקע א מעריב, אבער ס'דא א באפעלקערונג וואס האט עפעס מער, און דאס איז דער מוסלומענער רעליגיע. אונזערע קוזינאס פון אייסיס פארמאגן עפעס וואס מיר האבן נישט. אנדערש ווי אונז מיט בלויז דריי תפילות, האבן זיי פ-י-נ-ף! עטס מיינטס מעריב איז דער זאך? הא! פרעגט נאר ביי די שוועסטער-קינדער וואס זיי האבן. זיי זענען פשוט און פראסט קיינמאל נישט אינדערהיים!

איז יא, איידער איר שפייט מיר אן פאר'ן אנגעבליך זיך טויפן, איידער איר הייבט אויגן-ברעמען נישט כאפענדיג פארוואס א וויליאמסבורגער יונגערמאן וויל אימעגרירן קיין אפגאניסטאן, איידער איר לויפט ברעכן די נייעס אז א היימישער איד שליסט זיך אן אין אל-קאדיא, טראכט אריין א מינוט: לוינט זיך עס דען נישט? אפשר וועט דאס פארמערן מיין אנוועזענהייט אויף קאווע שטיבל? אפשר איז עס נישט אזא אפגעפרעגטע שריט?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר