קוק, שפירא, קאפלאן און ראזעלען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1354 מאל

קוק, שפירא, קאפלאן און ראזעלען

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

שר התורה מארק שפירא האט לכבוד יום טוב אהער געשטעלט נאך א האדש פאדזש פון העכסטע אינטערעסאנטע עניינים. פאר די לעצטע פאר יאר טוט רב שפירא איבער זעטצען שטיקער רב קוק און ענגליש וואס ווען נישט רב שפירא וואלט עס געווען סתום פון אמעריקאנע עמך יידן ווי מיר וואס ליינען קוים עברית און אוודאי קוים אזוינע עברית ווי די גארע שווערע ווערק פון רב קוק. רב שפירא'ס קונטצליכע פעדער טוט הערליך אהער שטעלען די קאנטיווערסעלע שטיקער השקפה פון רב קוק און טיילט מיט זיינע הגאות און ברענגט אריין א חיות און די ווערטער, ממש א נחת.

http://seforim.blogspot.com/2014/09/r-i ... n.html?m=1

איינע פון די אינטערעסאנטע זאכען וואס ער קאווערט אין די פאסט איז די חרם אויף מרדכי קאפלאן אנגעפירט דורך די אגודת הרבנים און די קאמישע פארברענען פון זיין סידור משום טעם ספר תורה שכתבו מין. די אקט פון פארברענען א סידור עטליכע יאר נאך נאצי דייטשלאנד שואה האט בשעתו אויסגערופען א שטארעמישע רעאקציע פון וואס די אגודת הרבנים האט זיך שטארק פארשעמט.

הכלל כדרכו פון גוגעל-יוטוב צו דרשנן סמוכות ווי ביי רב שפירא אינדערהיים, מעניין לעניין באותו עניין, ווען איך האב געזוכט וועגן די חרם, האט עס מיר צוגעפירט צו די באבע מרס. ראזעלין, איך ווייס נישט איר לעצטע נאמען. ראזעלין האט א גוטע זיכרון און זי געדענקט קליינע דעטאלען פון אירע יונגע יארן. ראזעלין'ס זיידע ווי עס שיינט איז נאך געווען ארטעדאקסיש. ראזעלין איז אריין געפאלען צו די שול פון מרדכי קאפלאן און אירע יונגע יארן און שפעטער איז זי געווארן א תלמידה און זיין קלאס.

ראזעלין'ס ערשט האנטיגע באריכט פון וואס עס שיינט די בראשית יארן פון קאפלאן'ס שול איז זיס ווי צוקער. זי איז מסיח לפי טומו, זי גייט צוריק און רעדט פון די פראספעקטיוו פון אירע קונדערישע יארן מוח און אויך אירע יונגע יארן שפעטער אלץ זיין סדנת. ס'איז אינטערעסאנט געווען צו וואטשען, על כל פנים זיכער יעצט פיר אזייגער ווען איך קען נישט שלאפען..

זי זאגט אז כאטשיג קאפלאן איז געווען א גאר טיפע דענקער און זיין אסיסטענט ראביי איירע אייזענשטיין פלעגט געווענליך פארטייטשען און מברר זיין זיינע ווערטער האט ער אויך געוויסט ווי צו רעדן א שפראך וואס זי האט געקענט מיטהאלטען
און א עפיסאד און קלאס ווי ער האט זיך געספראוועט מיט א טראדיציאן פון תנ"ך און די הייפאטאסיס, האט א בחורל, געפרעגט אין ישיבה, אויב נח לא היה ולא נברא וואס טו מיר מיט די מבול..? ס'איז דא זאכען וואס ס'איז אמת און אונז ווייס מיר די אפעקט וואס ס'מאכט אויף די מענטש און אויף די וועלט כאטשיג מ'קען עס נישט אנטאפען אדער אפמעסטען, ווי ליבשאפט פון א מאמע צו א קינד אדער עלעקטריסיטי. א שטייגער ווי איוב'ס מסקנה אז די וועלט איז שלעכט און ס'איז נישט דא קיין ישרות אויף די בעולם הזה. די לימוד און געדאנקען איז אמת וקיים. א טראדיציאנאלע אמת.

א שטייגער להבדיל ווי רב קוק שרייבט און די שטיקעל וואס רב שפירא ברענגט צו אין די לינק דא אויב. ס'איז דא וויכטיגע אמתדיגע נקודות וואס פעלט זיך אויס אביסל צופיקסען אז ס'זאל זיך דערהערן. דער נאר בלייבט קוועטשען אויף די זייטיגע משל/שקר אבער די חכם הערט און דערהערט

ישנן אמתיות גדולות, שאינן יכולות להתגלות בעולם כי אם דוקא במעטה של שקר, ומעטה של שקר השומר את האמת נעטר גם הוא באור האמת. ופקוחי עינים יודעים להבדיל בין המעטה לעוטהו, ופחותי הנפש מביטים באור האמת בשביל מעטה השקר שלה, ונמוכי הדעת אינם מכבדים את האמת יותר מהכבוד הראוי למעטהו הנאהב אצלם לפי תכונתם הנמוכה.

ראזעלין
Watch "01 - Growing Up in Manhattan" on YouTube - 01 - Growing Up in Manhattan: http://youtu.be/MYtXsvNG5Cw

ס'איז ניין קורצע ווידיאוס.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
רעאגיר