ווי געשמאק איז צו צאפן א צווייטנס בלוט???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
געדיכטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:15 am
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

ווי געשמאק איז צו צאפן א צווייטנס בלוט???

שליחה דורך געדיכטע »

אויפגעשטאנען בינעך גאר פרי פארטאגס, געוואשן די ידים און זיך אנגעטון כהלכה, נאכער אנגעשווענקט ס'פנים און די פיאות מסדר געוועזן.
גיי איך אזוי אראפ די שטיגן און נאך מיר וואקט מיין שכן בערל אויך נאך אזוי האלב אויסגעדראשן...
אנקומענדיג אונטן אויפמאכנדיג די טיר איז מיר אן אייז קאלטער ווינט אריינגעדרינגען אין די ביינער אזש ביז די מארך...
די דינע שניי וואס איז געפאלן האט אנגעמאכט א גליטש אז דער אויבערשטער זאל אפהיטן.
אויפן אנדערע זייט גאס זע איך ווי שמערל שפאצירט אזוי מיט פאמעליכע טריט אז ער זאל נישט כאפן א גליטש אבער וואופס.... סיז געלונגען אבער אזוי כמו שכתוב, ס'קאפעלוטש איז געפלויגן אויף רעכטס און די גלעזער אויף אונטן זיין קאוט האצעך צו אלע צרות אויפגעריסן די קנעפ און ס'רעקל איז אים געווארן שמוציג...
שטיי איך מיר אזוי און איך דערזע מיר שמייכלען פון זיינע צרות, וואס גייט פאר מיט מיר? אבער צו מיין ווינדער זע איך ווי מיין חבר בערל אויך ער שמייכלט דערפון.

***

אין מקוה אין די הייסע בור דערהערט זיך שווערע הויכע קרעכצערייען, און מען איז זיך מטהר אויפן בעפארשטייענדן טאג.
ביים אנטון אנטוויקלט זיך א שטיקל שמועס מיטן חבר דערנעבן און די סאבדשעקט איז-יענקל'ס שלום בית, משה'ס שיינע קאר אין די מין טיים ווען ער האט נישט אויפן טאג טעגליכן, חיימ'ס בעל בית אין דשאס וואס צאלט אים נישט וכו' וכו' מען בארעדט די גאנצע וועלט.
און דערנאך קען מען זיך שטעלן דאווענען....

***

איך שפאנציר מיר אזוי אריין אינדערהיים מיט א פרייליכן גוטמארגן, אבער צו מיין אטריסטונג האט די ב"ב א ליסט וואס דארף ווערן איינגעקויפט, א ברירה האבעך דען, געגאנגען אין גראסעריי.
איך ריכט מיינע טריט צום פרידשידער און איך זע דארט שטיין זרח דער פארמער מיט זיינע אייער וואס ער זאמלט אן פון זיינע טשיקנס און ברענגט עס צום םארקויף אין אונזער לאקאלן געשעפט.
ווען פלוצלינג אן קיין פריערדיגע ווארנונג האט זיך א גרויסע דאזען אייער איבערגעדרייט און געלע און אראנדשע קאלירן האבן באצירט דעם ארום.
און ווייטער שטיי איך און איך שמייכל...

***

וואס איז די מוראדיגע הנאה צו טרינקען יענעמס בלוט מיט אזא זאפטיגקייט???

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר