רבי איד... איר שלאפט אין די סוכה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

רבי איד... איר שלאפט אין די סוכה?

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער הייליגער מחבר שרייבט אין שו''ע או''ח סימן תרל''ט סיעף ב': "ואכלין ושותין וישנין בסוכה כל שבעה בין ביום בין בלילה. ואסור לאכול סעודה חוץ לסוכה כל שבעה אלא אם כן אכל אכילת עראי… ואין ישנין חוץ לסוכה אפילו שנת עראי".

ע''פ הלכה איז א חיוב צו שלאפן אין די סוכה, פארט זענען געווען געוויסע מקומות למשל אין בעלזא און אין חב''ד ווי עס איז געווען א קפידה נישט צו שלאפן אין די סוכה, ווידעראום רוב כלל ישראל שלאפט יא אין די סוכה, עס זענען אפי' געווען געוויסע רבי'ס וואס האבן זיך נוהג געווען אפי צו קטן'ענען אין די הייליגע סוכה, זיי האבן געהאט א קטן-שיסל לעבן די מיטה, און ווען מען האט געברויכט האט מען געטאן צו די זאך, און משתין געווען בתוך הכלי בדח''ו. (עיין בדרכי חיים ושלום בזה)

דער מציאות היינט איז: אז די בעסערע שמעקערס די וואסאפ אינגעלייטלעך, שלאפן נישט אין די סוכה, אפי' עס קומט אן גרינג, פארוואס? איז נישט קיין קישא די גאנצע געפול פאר אידישקייט, דאס חמימות לעשות רצון אבינו שבשמים, איז ביי זיי נישט צום געפונען..

אבער עס איז נאך אלס דא א גרויס חלק כלל ישראל וואס שלאפט יא אין די סוכה, אבער ע''פ רוב איז עס א אפקומעניש, ווייל די שכינים האבן נישט די מינדעסטע סענסעטיווקייט צו יענעם'ס מנוחה...

אבער נישט יעדער לאזט זיך שפייען אין די קאשע, עס איז געווען אמאל א יוד אין וויליאמסבורג, וואס האט זיך געוואלט אביסל אנלאנען אין די סוכה, ער מאכט זיך אזוי באקוועם, און ער הילט זיך איין אין די ווארימע דאכענע, און ער נעמט זיך א מעשה ביכל, און פראבירט צו כאפן א דרימל......

מיטאמאל הערט זיך א געזאנג .. אפי בהסתרה..... בתוך הסתרה.... וואס איז? א פאר וואטסאפ יונגעלייטליך האבן באשלאסן צו מאכן א קומזוץ... אין זייער סוכה, וואס געפונט זיך אונטער זיין סוכה... און דער געפילדער אין געלעכטער האלט זיך אין איין העכערעכן.. דער יוד וואס לעכעצט אזוי נאך זיין שינת צהריים, שרייט שא! שא! ער האקט אויף די וואנט... עס העלפט אבער א בוידם.... די קולות ווערן נאך גאר העכער און העכער, ווי עס איז די סדר ביי די וואטסאפ יונגעלייט זיך אונטער צו האלטן מיט יענעמס עגמ''נ.....

דער יוד זעהט ווי עס נעמט נישט קיין עק, און מען מאכט פון אים פשוט דאס גענאר, האט ער געכאפט א שיסל וואסער, און ער האט מקיים געווען דעם פסוק וזרקתי עליכם מים טהורים, פארשטייט זיך אז עס איז געוארן פרייליך אונטען...... און דער קומזיץ איז געקומען צו א שנעלע ענדע.... און די מנוחה אויף פלאץ האט זיך ענדליך אומגעקערט , און דער יודל האט געקענט כאפן זיין לאנג געגארטן שינת צהרייים....

נישט יעדער האט די מתניים אפצורעכטן אזא געשמאקע אקציע... דעריבער ברענגט דאס גאנצע שלאפן אין די סוכה א היפשע אנגעצויגענקייט צווישען די שכינים... אלזא אפשר וואלט מען געקענט איינפירן אז אויף די סוכת טעג זאלן מיר אלע ווערן אנשי חב''ד? יעדער וועט קענען שלאפן..... יעדער וועט קענען מאכן קומזוצען ביז אין די קליינע שעות פון די נאכט.... עס וועט הערשען שלום...... מען ווען קענען מקיים זיין מצות השתנה אין א געהעריגע בית הכבוד...... והכול על מקומו יבוא בשלום??????? אדער זאל מען גאר ווייטער פירן מלחמות מיט די שלאף-שטערער?????? וואס איז חשובער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר