אראומא - Aroma #1 על שלא ברחו בתורה...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2269 מאל
קאנטאקט:

אראומא - Aroma #1 על שלא ברחו בתורה...

שליחה דורך פישלע העררינג »

# 1

[center]על שלא ברחו בתורה תחילה...[/center]

[justify]חז"ל זאגן שאלה זו שאלו לחכמים לנביאים למלאכי השרת וכו' מפני מה בניהם של תלמידי חכמים אינם מצויים שיהיו תלמידי חכמים? עד שאמר הקב"ה בעצמו מפני שלא ברכו בתורה תחילה.

היינט זענען דא אידן, שיינע תלמידי חכמים, וואס וואלטן געקענט לערנען מיט די קינדער אליינס ביי זיך אין שטוב צו אין בית המדרש, און זיי אויסשטעלן פאר גדולי עולם. איז אבער היינט א וועלט ווי מען "מוז" שיקן אין ישיבה אריין. "בחור'ל, אין וועלכע ישיבה גייסטו?" קען מען היינטיגע צייטן נישט ענטפערן "איך לערן אין ישיבת 'ושננתם לבניך'".

שיקט נעבעך דער טאטע זיין קינד אין ישיבה. צאלט צו אפאר טאלער ס'זאל זיין א מצויינים ישיבה. און ווארט. און ווארט. און ווארט. מתי יבוא ואראה מיין גרויס צדיק וואס קאסט מיך אפ א הון תועפות.

דער צדיק'ל רוקט זיך אן אהיים נאך א האלב יאר אין ישיבה, און פאפט אפ די אינדערפרי'ס. כיפערט אפ א דאווענען. ווייקט זיך אין מקוה. קאווע'ט אפ אין היכל התורה. מאכט א מחול לצדיקים ביי די אתרוגים הענדלערס. קריגט זיך מיט די געשוויסטער. רעדט מיט'ן טאטע'ן ווי צו א אפגעפליקטע משגיח אין ישיבה. מיינט די מאמע איז די קאך-העלפערין ליל ששי נאך חצות.

"ווי איז מיין רעטורן אן מיי מאני?" רייסט זיך דער תלמיד חכם פון קאפ. איך יצא העגל הזה?

און ער פרעגט זיך וויאזוי קען דאס זיין? א איד א תלמיד חכם, א בר דעת, א נועם המידות, ער וואלט דאך אזוי שיין געקענט מחנך זיין אליינס דאס קינד. ער וואלט געקענט מיט איהם לערנען אזוי ווי אין די שטיבלעך פונדערהיים.

תחת ביליגע צינישע שפעט רייד אויף תבל ומלואו וואלט ער געקענט אריינפרעדיגן אין איהם אהבת התורה ויראת שמים.

תחת אפחוזק'ן פון יעדן ערליכע איד וואלט ער געקענט אויפבויען אמונת חכמים וחרדה לדבריהם.

תחת צו לעבן אן א זייגער ובלי עול וואלט ער איהם געקענט איינגעוואוינען צו זיין א זריז ונשכר וזריזות מביאה לידי וכו'.

תחת צו בלאפן מיט פלפולי הבל וואלט ער מיט איהם געלערנט ראשונים בעיון ביז לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא.

תחת א נייע חסידות פון פיקטשערס מיט פאמפע וואלט ער געקענט לערנען מיט איהם ערענסטע ספרי חסידות ודביקות בצדיקים און איהם ברענגן צו אנשי מעשה להתאבק תחת רגליהם.

תחת די פרעכע בחור'ישע געפירעכטס פון אני ואפסי וואלט ער איהם געקענט מחנך זיין צו איידלקייט און יישוב הדעת.

אבער ניין. ער "מוז" איהם שיקן אין ישיבה אריין. ווייל אזוי טוהט יעדער איינער. אנדערש קען ער נישט קיין שידוך טוהן מיט איהם. אנדערש איז ער "אנדערש" און "נישט נארמאל".

וויינט זיך דער תלמיד חכם אויס צו זיין רבי און פרעגט מפני מה בניהם של תלמידי חכמים אינן מצויים שיהיו תלמידי חכמים?!! פארוואס זעהט מיין זוהן אזוי אויס? ער הייסט א "געשמאקע בחור", א "טיכטיגע בחור", א "בחור אויף סטעראוידס", א "לומדישע בחור", א "קאנאן פון א בחור", אלע סארטן שמות הנרדפים, אבער איך קען איהם דאך פון דער נאנט און איך זעה איין דאס שקר מיט א מעגניפיין גלעס!

דער רבי ווייסט נישט וואס צו ענטפערן. אוי לו אם יאמר אוי לו אם לא יאמר.

און ער פרעגט ביי די נביאים. ונביאים למלאכי השרת. ומלאכי השרת להקדוש ברוך הוא.

און דער הייליגע באשעפער זאגט:

על שלא ברחו בתורה תחילה!

"ווייל זיי זענען נישט אנטלאפן פון די ישיבות כדי צו לערנען ערענסט תורה!!"

אנטלויפן ברויך מען!

ווי פון פייער!

ביזט א תלמיד חכם? לערן מיט דיין קינד אליינס!

מאכטס א ויברח!!

"תחילה"! אבער שוין...

דעמאלטס וועט זיין מצויים בניהם של תלמידי חכמים שיהיו תלמידי חכמים.[/justify]

________________
כוונתי רק לעורר מחשבה בענין הזה, ולשמחת (למגינת?) החג. און פארשטייט זיך פאר די מליצה...
(- - -)

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר