אראומא #7 אפילו בהסתרה אין דינסט פון די סיסטעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

אראומא #7 אפילו בהסתרה אין דינסט פון די סיסטעם

שליחה דורך איש עברי »

אלזא איך האב פיינט אפילו בהסתרה, ניין נישט וועגן די מעלאדי איז נישט שיין איך בין א קנאפע פארשטייער אין מוזיק, נישט וועגן די ווערטער זענען נישט אמת, איך גלייב אז דער אייבערשטער איז עיניו פקוחות על כל דרכי בני אדם, (הגם איך פארשטיי נישט די קאנסעפט פון די ניגון און די סכסוך צווישן די אייבערשטער אין די רבי) די ניגון כשלעצמו קען זיין איז א הערליכע קאמפאזיציע וואס פארדינט א הויכע אויסצייכענונג, אבער לדעתי צייגן די פאפולאריטעט פון די ניגונים אויף טיפערע זאך און האט א פסיכאלאגישע דינסט פאר אונזער פארשאלטענע סיסטעם.
איך האף אז איר וועט פארשטיין מיין פוינט, און איך מיין נישט דווקא אפילו בהסתרה איך מיין די גאנצע חיזוק/אמונה אינדוסטרי וואס ארבעט ביי אונז אויף קעסל כלים.
מיר לעבן אין א דור וואס סאיז נישטא קיין פירערשאפט נישטא קיין קלארע ריכטונג, א סטאדע שאף וואס גייט אין די פינסטער נאך יעדע שמע קולנו פון עפעס א ארבעט'סלאזע רבי'שע אייניקל, מען לויפט צו כינוסים יעדע מאנטאג און דענערשטאג, מען ארגאניזירט מאסן פארזאמלונגען צו הייבן די מאראל אויף א מאנאטליכע באזיס, און דאן רייבט מען זיך אין די פלייצע מיט הוילע פראזן איבער די געוואלדיגע אחדות און קידוש ה' און עולם גולם זעטיגט זיך פאר נאך צוויי וואכן.
צייטונגען וואס האבן שוין אויפגעהרט דינען זייער צוועק און זענען מער ווייניגער געווידמעט צו דרייען א קאפ און וואשן די מוחות פאר זייערע אגענדעס, און דינען אלס שופר פאר יעדע נערוון קראנקע עסקן, אין די ברייוון צו די רעדאקציע טוט זיך א קאנטעסט ווער עס האט מער קרעאטיווע פירצות מוחה צו זיין, אזאנע וואס ווייטאגן אויף די מאמעס וואס ווארטן אויף די באסעס מיט טורבאנס און אזעלכע וואס האלטן אז דער עולם האט א טעות אין די נקודות ביי אלוקי נצור ווי סאיז דא ווארט ווי מען דארף זאגן מיט א חיריק און ס'דא וואס זאגן מיט א חיריק.
און בית המדרש רעדט מען איבער די פרישע גט'ן און אלטע מחלוקת'ן און מקווה קעדט מען איבער דעם פוטין און מען טוישט אויס מיינונגען צו ער וועט עס מאכן צו נישט, און מען נאמינירט קאנדידאטן פאר די וויצע פרעזידענטשאפט פון 2018 און מען פאסט קריטישע באשלוסן איבער אינטערנאציאנאלע אנלעגנהייטן.
מנהיגים? מורי דרך? וואס ווי ווען, מאקסימום האקן זיי אויף טייערע חתונות טאמער זיי ווייסן אז ס'איז פאפולער ביים עולם, אדער איבער טשיקענס וואס מען איז אויך בודק די בלינדע קישקע און בהמות וואס מען שחט אפרקדן, דאס איז די גאנצע וואס זיי האבן צו אפערען פאר א צוריסענע צושפליטערטע צובלוטיגטע סאסייעטי, און דאס איז שוין אין בעסטן פאל, די רוב רבנים און רבי'לעך ווארימען זיך אין די טילעפעס און ביי ניחום אבלים'ס קרעכצן זיי אויף די שוואכע דורות.
אז מען נעמט אפיר א פראבלעם וויסן מיר שוין די לעזונגען פון פאראויס, קיינמאל נישט קיין טויש פון ריכטונג, אלעמאל ווייטער מיט די קאפ אין וואנט אריין, קרעאטיוויטעט איז לגמרי מחוץ לתחום, פארשטייט זיך אז אלעס איז איינגעהילט אין ציטאטן פון הייליגע ספרים איבער די הארבקייט פון הייליגע מנהגים וואס עפעס א פארשאלטענע באבע איז איינגעפאלן ווען זי איז געווען אין א שלעכטע גיסטע, און אז יעדע מנהג איז יסודתו בהררי קודש, און אונטער די הררי קודש ליגן מיר נעבעך באגראבן, שם תהא קבורתכם.
איז אמאל אויפגעברענגט געווארן צו א ריכטיגע ציבורישע דעבאטע די ברענעדיגע פראבלעם אז 80 פראצענט פון אונזער יוגנט טוט מער ווייניגער גארנישט אין זייערע בעסטע יארן פון לעבן, אז די ישיבות זענען נישט מער ווי א פינסטערע אילוזיע און א לעזונג פאר אפאר טויזנט יושבי אהל פון ווי צו ציען חיונא? צו האט מען אמאל ערנסט דיסקוטירט די שוידערליכע מצב הפרנסה ביי אונז, און אז אונזער וועג פון ברענגען פרנסה האט נישט קיין עתיד, צו ווערן ערגעצוואו איבערגעשמועסט די פאקט אז א גרויס חלק בחורים אין די ישיבות טוען מעשים מגונים איינע מיט די צווייטע נעבעך וויבאלד זיי זענען איינגעשפארט פיזיש און גייסטיש? צו האט מען אמאל ערנסט באטראכט די מעגליכקייט אז מען זאל בכלל איבערקלערן די אומפארשטענדליכע איסור אויף בירטקאנטראל וואס די פרייז דערפון איז, עניות, עגמת נפש, נערוון צוזאמענראכן, חתונה קריזיס, דירות קריזיס, שידוכים קריזיס, בשעת די גאנצע איסור איז תולה על בלימה, אן קיין ריכטיגע הסבר.
שוין אפגערעדט וואס טוט זיך אין די אידישע שטובער יעדערע איינער שטיקט זיך מיט זיינע פראבלעמען, מיר האבן אויפגעבויט אזא גלאנציגע סאסייעטי ווי יעדער מוז זיך איינרעדן אז ביים שכן קלאפט אלעס, יעדער איינער דארף שפייען בלוט אינדערהיים צוליב די בושה פון די גאס וד"ל
מיר האבן אויפגעבויט א גאנצע דיקשענערי פון ווערטער כדי זיך צו אפשאקלן פון אחריות אויף אונזער אייגענע לעבן, יעדע מקווה זיצער האט גאנצע פיליזאפיעס אין ענייני השגחה והשתדלות, דארט ווי מען וויל נישט עפענען א קענזערוו פון ווערים איז גענוג צו געבן א ווארף א ווארט דער אייבערשטער פירט דאף די וועלט, און ס'איז הס קטיגור, וואס קענסטו ענטפערן, א שידוכים קריזיס? גלייב מיר אלעס איז באשערט! א פרנסה קריזיס? גלייב מיר יעדע פעני איז פונקטליך פארשריבען פון אויבן, א ישיבה קריזיס? נו מייסנטו אז ביים גוי איז בעסער? מיינסט אז דער אייבערשטער פירט נישט די וועלט? און ווי די מנהג ביי גוטע אידן פארצוקערט מען עס נאך מיט אנעקדאטן פון שוואגערס מיט עלטער מומעס וואס האבן געזעהן באשיינפערליכע סייעתא דשמיא, ממילא וואס האבן אונז קליינע מענטשעלעך זיך צו מוטשען בכלל צו ארויסהעלפן גאט ברוך הוא צו פירן די וועלט.
מיר האבן אנשטאט נעמען אחריות אויף אונזער גורל אויסגעקליבן א וועג פון זיין בלינדע שפעלעך, מיר האבן אנטוויקלט א באקוועמע שפראך וואס שאקלט אונז אפ פון יעדעס ביסל אחריות אויף אונזער גורל און אויף די גורל פון אונזערע קינדער, און די שפעטערדיגע דורות, און טאמער איז שוין ממש נישט דא קיין לעזונג נעמט מען ארויס די משיח געווער, משיח קומט שוין עניוועי בקרוב אלזא וואס דארף מען זיך מוטשען לאמיר אריינלייגן אונזער ענערגי אין לוחם זיין קעגן סמארטפאנס מיט קברים אין בית שמש.
אבער עס הערשט א אנזעץ א ביטערקייט און א פיסטערקיט ביי אונז, און אפילו א צארן, אלזא ווי געט מען דאס אויס? וואס טוט מען מיט די ווייטאג? צו וועט די ווייטאג פירן צו עפעס זאכליך, דא קומט אריין די "אפילו בהסתרה" קולטור, מען פאסט צו אונזער אמונה צו די געברויכן פון סאסייעטי, מען שטאפט אונז מיט פאלקסלידער וואס מאכט אביסל ווארים אויף די נשמה און פארזיכערט אז דאס פאלק לייגט זיך שלאפן פאר נאך א טויזנט יאר און לאזט זיך פירן פארפירן פון די נארישע סיסטעם (יא איך האב נאכנישט געטראפן קיין בעסערע ווארט ווי סיסטעם הגם עס גריצלט שוין אין די אויערן)
די אונטערשטע שורה, די פאלקס ליטעראטור אויף אמונה/בטחון/משיח דינט טיילמאל ביי אונז אלס געווער קעגן טויש, קעגן זאכליך זיך נעמען אין די האנט אריין און טון צו די זאך

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר