אראומע #15 - אויסגעקלאפטע הושענות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

אראומע #15 - אויסגעקלאפטע הושענות

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]
    "יא יא, די אויסגעקלאפטע הושענה, מען האט אים געשמיסן אויף דער ערד, די בלעטער זענען שוין אראפגעריסן, אפגעריסן און אפגעפליקט, אבער וואו לייגט מען אים? מען ווארפט אים ארויף אויפן ארון קודש!
    ווען א איד שפירט זיך ווי אן אויסגעקלאפטע הושענה, וויפיל ער האט שוין פרובירט אלע וועגן מצליח צו זיין, איז אים קיינמאל נישט געגאנגען. ער פיהלט זיך ווי א טאטאלער דורכפאל ברוחניות ובגשמיות, זאל ער וויסן און געדענקען אז דייקא דעמאלט איז ער אויפן ארון קודש, קרוב ה' לנשברי לב, דער אייבערשטער האט ליב א צובראכן הארץ, און ווען דער אפגעפליקטע הושענה וועט עפענען זיין מויל און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, דאן וועט אויפשיינען זיין ליכט, און ער וועט מצליח זיין אויף א געוואלדיגע פארנעם!"

    "דו מיינסט אז דו קויפסט אפ דעם אייבערשטן מיט דיין לערנען און דאווענען? דו מיינסט דער אייבערשטער דארף דיין טלית ותפלין? דו מיינסט אז דיין שבת איז עפעס ווערט? מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי? דער אייבערשטער דארף דיך בכלל האבן? מיט יעדע מצוה וואס דו טוסט געבסטו נאר מער כח פאר די סטרא אחרא! דו מיינסט דו זיצט אויפן ארון קודש און אלעס איז גוט? אפילו ווען דו זיצט אויפן ארון קודש ביזטו נישט מער ווי אן אפגעפליקטע הושענה!"
פילייכט ווייסן נישט די צוויי בעלי דרשנים אז זיי געפינען זיך אויף אייןMP3 וואס ובלכתך בדרך האט ארויסגעגעבן לכבוד סוכות, און גראדע נישט צופיל אפגערוקט איינע פון די צווייטע.

יעדע זאך קען מען אנקוקן אויף צוויי וועגן, די זעלבע פאסירונג קען אפעקטירן מענטשן אויף גאנץ אנדערע וועגן, באזירט אויף וואסערע ברילן מען האט אנגעטוהן, די גאלדענע אדער די שווארצע.

די לעבן איז א אנזעץ, פרנסה איז בדוחק, דער באאס רודפ'ט, דער לענדלארד קריכט אויף די נערווען, שלום בית אויף הינקעדיגע פיס, קינדער נעמען ארויס די קישקעס, חברים ווילן מיר נישט, אלעס גייט מיטן פיטום אראפ.
דיין שכן אין בית המדרש, דער וואס דרייט זיך ארום מיטן ברייטן שמייכל, דער געשמאקער אינגערמאן מיט וועם יעדער וויל שטיין אין ווארט, און מען קען מיינען אז אים גייט אלעס גוט. טאקע ער האט די זעלבע צרות און פראבלעמען ווי דיר, און אפשר גאר מער. ער האט נאר אפגעמאכט אז דאס בלאזן און זיך ארומדרייען אנגעזעצט וועט אים גאנץ קנאפ ארויסהעלפן, אויב עפעס וועט עס נאר ערגער מאכן, האט ער זיך אנגעטוהן די גאלדענע ברילן און ער פרובירט צו קוקן אויף די גוטע זייט.

רבי אייזיק דער פיש כאפער האט אפגעמאכט אז די גאנצע סיבה פארוואס ער דארף זיך איבערארבעטן און האבן מער ארבעטערס און מער שיפן און מער געלט, דאס אלעס איז נאר ער זאל קענען זיצן רואיג ביים וואסער פרייליכערהייט, און דאס קען ער טוהן אויך יעצט אן זיך איבערארבעטן.

פארוואס ביזטו אנגעזעצט? ווייל דאס לעבן גייט דיר נישט גוט, דו ווילסט האבן געלט, דו ווילסט האבן נחת, דו ווילסט האבן רוחניות און גשמיות, אלעס פארוואס? נאר אז דאס זאל דיך מאכן פרייליך און צופרידן. נו, דאס קענסטו שוין יעצט טוהן, טאקע מיט אלע דיינע צרות און פראבלעמען, נאר מיטן אנטוהן די גאלדענע ברילן און קוקן אויף די גוטע זאכן וואס דו האסט יא, און אפילו ביי די שלעכטע זאכן, אויפזוכן די גוטס וואס ליגט דערין.

אל תאמר לכשאפנה אשנה, דו קענסט נישט ווארטן ביז אלע פראבלעמען וועלן ווערן געסאלווט און דאן זיין פרייליך, דאס וועט קיינמאל נישט געשעהן, און דאס איז נאך נישט געשעהן צו קיינעם אויף דער וועלט. וואס דו קענסט יא טוהן איז זיך אנהויבן צוגעוואוינען צו קוקן גוט אויף יעדע זאך, יעדע פראבלעם וואלט געקענט זיין ערגער, און אין יעדע צרה קען טרעפן אויך אן הרחבה, בצר ברחבת לי.

"וואס האב איך פון דעם אז יענער ליגט אין שפיטאל טויט קראנק, אז מיין קאפ טוט יעצט וויי?
וואס האב איך פון דעם אז יענער האט אנגעזעצט די האלבע שטאט און איז שולדיג געלט פאר די זון און די לבנה, אז איך קען נישט באצאלן מיין טעלעפאן ביל?
וואס האב איך פון דעם אז יענער ווארט שוין אויף קינדער צוואנציג יאר, אז איך קען מיך נישט קיין עצה געבן מיט מיינע קינדער וואס דרייען מיר אראפ דעם קאפ?"
ביזט טאקע 100% גערעכט. אבער וואס האסטו פון דעם וואס דו ביזט יעצט אנגעזעצט? עס וועט דיר עפעס העלפן? אויב יענעמ'ס צרות קען דיר גרינגער מאכן אז ביי דיר איז עס נאכנישט אזוי געפערליך, פארוואס זאלסטו נישט נוצן אלע מיטלען זיך צו מאכן גרינגער אויף די געוויסן, ווען דיין ענטגילטיגע ציהל איז דאך נאר צו זיין רואיג און צופרידן.

ווען עס פאלט ארויף א בארג אויפן קאפ, עס קומט אונטער עפעס גאר א שווערע איבערלעבעניש, דאן איז זייער שווער זיך צו האלטן פרייליך און קוקן אויף די גוטע זאכן וואס מען האט. די רגילות דארף זיך אנהויבן ביי די קלענערע זאכן, ביי די טאג טעגליכע זאכן וואס גייען די פארקערטע ריכטונג, דאן דארף מען זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די גוטע חלקים, און דאס וועט העלפן ווען עס קומט די גרויסע קאטאסטראפע זאל מען זיך אויך קענען האלטן אין די גלייזן.

דאס זיין אנגעצויגן און נערוועז פון די שוועריקייטן וואס מען גייט אריבער, מאכט נאר ערגער דעם מצב. ווען מען איז נישט פרייליך האט מען נישט דעם קאפ אויפן פלאץ צו קענען טראכטן גלייך, צו קענען טראכטן א וועג ארויס פונעם פראבלעם. ווען מען פרובירט זיך צו האלטן רואיג און צופרידן, דאן קען מען טראכטן רואיג, און מען קען טרעפן א סעלושען צו סיי וועלכע פראבלעם.

"אבער ווי אזוי קען איך זיין פרייליך ווען דאס לעבן גייט מיר נישט גוט?"
טאקע דא שטעקט דיין פראבלעם, צופרידנהייט און שמחה קומט נישט ווען אלעס גייט גוט, דאס קומט נאר ווען מען געוואוינט זיך צו צו טראכטן גוט, צו אנקוקן זאכן גוט. עס לוינט זיך די אינוועסמענט זיך אנצושטרענגען צו קוקן אויף יעדע זאך גוט, דערנאך צאלט זיך עס אויס בכפל כפלים.

און מען לייגט צו א קורצע תפלה צום אייבערשטן: "באשעפער העלף מיר איך זאל זיך אויסלערנען צו קוקן מיט א גוט אויג אויף יעדע זאך, איך זאל זיין א פרייליכער מענטש, א צופרידענער מענטש, עס זאל זיך איבערגיסן פון מיר שמחה אז יעדער וואס שטייט נעבן מיר זאל אויך ווערן פרייליך".

אנשטאט שטיין מיטן פארגרעסערונג גלאז און זוכן די פינטעלעך אויפן אתרוג, נעם ענדערש דעם לאאפ און זוך אויף די גוטע זאכן וואס זענען באהאלטן אונטער די אלע שוועריקייטן וואס גייען אויף דיר אריבער, און דאן וועט דיר גוט זיין.

טראכט גוט, וועט זיין גוט.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר