אראומע #16 סך הכל פון די אראומעס (אפדעיטעד)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

אראומע #16 סך הכל פון די אראומעס (אפדעיטעד)

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]זיך געבראכען צום דריק פון כוכב. דער כוכב ווייסט גענוי וואו און ווי אזוי צו עפלייען פרעשאור... (כ'האב אליין נישט געוויסט ווי פעש דער כוכב איז) גלייבטס ס'איז נישט בע'טעמ'ט. עניוועי העמער איבער געבן א באריכט פון פרישע פאקטן און טעאריעס וואס מיר זענען אויפגעקומען א דאנק דעם אראומע סומעטאכע.

קודם ווייסן מיר אז פישעלע האט א בחור א בעל גאה א חצוף און אן עז פנים, אזא אני ואפסי עוד סטייל. פאפט אריין ביז צוועלעף און רעדט צום טאטען מיט אן אלכסנדר- ביטול. כהאב שוין געזאגט מיין ווייב אז די שידוך מיט פישעל'ס בחור איז אויס, בטל ומבוטל, געקנסעלט, אראפ פון ליסט. הגם אונזער טאכטער איז זיך אויך ווערט דאס געלט, זי וויל נישט גיין קיין סימס און איר קלייד איז נישט גענוג ברייט מען זאל קענען אריינשטיפן א קישן מיט א דאכענע בצוותא חדא, אבער דאך, אזא פרא אדם קומט איר נישט.

נאכדעם איז געקומען די צווייטע באמבע אז בר דעת קויפט דעם בלאט און ער קען עס כמעט אויסעוויניג. באקומט אן עלערדזשיק ריעקשן פון חטא הידוע, און עקספלאד ווען מען רעדט פון ביינדלך און כפרות.

יואב האט געהאט אן אויסברוך קעגן האניג און בינען, הינדלן מיט באדדעמס און אלעס אינדערמיט. ווי עס קוקט אויס האט ער באקומען א רעיז פון זיין באסס און לאציך וואויל גיין אויף בשר גדיים וטליים. עס טויג אים מער נישט קיין טשיקן, דער פיין שמעקער, און מיר ארעמע מאסען ברויכן זיך דערשטיקן אויף טופי עסן לכבוד דעם.

רויטע וואנצעס ליידט אויף שכחה, ער האט יעדען אריינגעלייגט און די גראמען ממש יעדען, אויסער שטייצעך צוואצניג-דרייסיג ניקים וואס זענען נישט גענוג ווערד אז מען זאל רעדן פון זיי. און יעדער כאפט א שטיל שווייגענישט ביז ווילאנג דער ראש הקהל שטיפט ארויס דאס נאר פון זאק. כה לחי ראשקאל, פארן טוען די דערטי ווערק וואס קיינעם פאסט נישט. מיר זענען די אלע דאנקבאר פון די טיפענישן פון אונזער איגאו סיסטעם.

ווי עס שיינט האט פליקערס ווייב וואס איז שוין א טישטער העכער פינעף יאר נישט באקומען קיין רעיז. ער בייזערט זיך פארוואס מען נעמט נייע יונגע צוצעקלעך אנשטאט העכערן דאס געהאלט פון די אלטע. נו, שוין, וועק אפ די ריעלעטי. בד"וו מר פליקע, טישטע קומט מיט א רי"ש צום סוף.

וועגן איש עברי זעמער געוואויר געווארן אז ער פארשטייט נישט צו קיין נגינה. אין זיין מקוה רעדט מען פון פוטין, און אין זיין ישיבה האט מען געטוען מעשים מגונים רח"ל. אויך זוכט ער דרונגענד א נייע ווארט פארן טערמין "סיסטעם" עס גריצעלט אים שוין די אויערן (לכאורה איז ער קרוב צו די זעכציג) . ווער עס טרעפט עפעס א ווארט זאל טעגן איש עברי'ן 911.
נאך א זאך וואס מיר זענען געוואויר געווארן איבער איש עברי אז ער האט געהאט א שכן ר' לעמיל און די מאמע זיינע האט אים געלאזט דארט פארברענגען איבער צוויי שעה אליין אן קיין משגיח. ווי איז נחום ווען מען דארף אים?

דער שטילער ינגערמאן גייט לכאורה ארום אויפן גאס מיט סטיטשעס אויף די מויל. ווען נישט וואלט זיך דער עולם זיך נישט געלאזט אזוי וויאויל גיין אויף זיין חשבון. כ'מיין טו מיר א טובה, אז מען הערט איינמאל א יאר א מעשה קען מען עס אראפשלינגן אבער אז דער עולם אביוזד אים אזוי וואו ער גייט און וואו ער שטייט, אין גראסערי סטאר, אין הארדווער און אפילו דער איידעלער מוכר ספרים מאכט אויך דאס גענאר פון אים, מוז עפעס זיין ראנג מיט שטילער. בהכרח מוז מען זאגן אז די סטיטשעס אויף די מויל רופט ארויס אזא אביוזער ריעקשען אפילו פון וואוילע מענטשן.
שטילער אין לנו עצה אחרת עפן אויף דיין פרעסער און געב צוריק מנה כפול אפיים און אלעס וועט זיך טשזענדזען לטובה.

אז כ'וועל באקומען צוואנציג לייקס וועל איך גיין ווייטער, אז נישט האט'ס מיר א גוטן קוויטל.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר