אראומע #20 - בסיפורו של רבינו בערל בעל עגלה שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 543 מאל

אראומע #20 - בסיפורו של רבינו בערל בעל עגלה שליט"א

שליחה דורך בשבילי! »

[center]ס'דערמאנט מיר א מעשה[/center]

אז מ'קען נישט אליינס איז אייביג דא א וועג ארויס. און אפילו אויב כוכב'ס דרוק, ווי דערדריקנד ס'געווען, האט נישט געקענט באשאפן אייגענע טאלאנט האט עס אבער יא פראדוצירט א בייפאל וואס קען אפשר מהנה זיין די ק"ש ליינער.

אונזער טייערער בערל בעל עגלה דארף מען דאך נישט פארשטעלן. אנדערש ווי א געווענליכער שרייבער, טוהן בערל'ס תגובות אטראקטירן שטיצער און קעגנער. מ'קען זיך נישט העלפן, אפילו דער ליינער איז פון די וואס ווילן נישט איינשטימען מיט 'וואס' ער שרייבט קען מען זיך אבער נישט ערלויבן צו פארפאסן די מעשה'לה, דאס וויצל, א נייע טיטל, א פרישער חידוש אין תמימות... וואס וועט גאר מעגליך און גאנץ זיכער נאכקומען זיינס א תגובה. און אויב ס'איז נישט געווען עפעס פון דעם סארט, איז א פשט'ער 'יגון' אנשטאט 'יגן' אויך עלול פאר אן אויספלאץ "ווען" און טאקע נאר ווען ס'קומט פון ר' בערל'ן.

איז אבער זיכער דא אז מ'האט פארפאסט אדער פארזעהן, ממש א שאד. האבעך צוזאמגענומען וויפיל כ'האב געקענט לייגן א האנט אויף לפונדיק אחד און דער עולם וועט זיךזיכער באלעקן שמייכלן און לאכן מיט די פערל רייד פון אונזער ר' בערל בעל עגלה. ושמחת בחגיך!

אין דעם געלעגנהייט ווילן מיר בעטן ערשט ר' בערל זאל צוריק אנהויבן לייגן די סמייליס, וואס איז געווען ווי א סיגנאטור לאגא אויף א תגובה זיינעם וואס מ'האט דערקענט זאפארט פון דערווייטענס, עס איז נישט די זעלבע אן די אלע פרצופים. און צווייט פון די ליינער בעט מען וואס טרעפן אן נאך מעשה'ליך/ווערטלעך זאלן לאזן וויסן לינקן אין אישי. איך צוטייל עס אין צוויי ס'זאל נישט זיין אנגעלייגט.

נסדר ונלקט ע"י ט. יצחקי, כל הסמייליס שמורות

(1)


אז מ'רעדט שוין פון רבנים וועלכע זענען גרויסע תלמידי חכמים און גייען אנגעטון ווי עמך אידן דערמאנט דאס מיך א פארקערטע מעשה. געווען א "רב" מיט'ן גאנצן רבניש'ן געשטעל, וועלכער איז נעבעך געוועין א גרויסער עיין הא. (בגן עדן תהא מנוחתו) ער האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד און אויסגעלאזט ביי מודים "ברוך א-ל ההודאות..." ווען מ'האט איהם געפרעיגט איבער דעים האט ער געענטפערט. "וואס הייסט. ס'איז דאך מודים דרבנן און איך בין א רב..." :lol: :roll: :oops:

(2)


דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב געהערט אלס יונגל. (לאמיר זעהן אויב איך געדענק עס נאך). אין א רעביש'ן הויף איז געגנב'ט געווארן א טייערער זילבערנער בעכער. מען האט נישט געוואוסט ווער דער גנב איז. האט מען אויסגערופן בשם דעם רבי. אז א יעדער וואס איז דארט געווען אין יענע צייט מוז זיך שטעלן אין א ליין און מ'וועט ברענגען א האן און א יעדער מוז געבן א גלעט פאר'ן האן און ווען דער גנב וועט איהם געבן א גלעט וועט דער האן קרייען. מ'האט פארמאכט די לייט אין צימער. (זעט אויס ס'איז שוין געווען לעקטער אין יענע צייטן). און ווען מען האט אנגעצינדן די לייט און א יעדער האט אויפגעהויבן די הענט האט מען געזעהן אלע האבן שווארצע הענט און איין האנט איז געבליבן ווייס... :P :roll: :oops:

(3)

פון ווי שטאמט דאס אז זויערע וויין איז גוט... נאר די מעשה איז אזוי: ס'איז געווען א אידל' א וויין סוחר וואס ס'איז איהם זויער געווארן עטליכע פעסער וויין' איז ער געפאלן אויף המצאה. אנשטאט אויסגיסן דעם וויין און שאדן האבן געלט האט ער עס א נאמען געגעבן פענסי (פראנצויזישע ) נעמען און איינגערעדט פאר'ן עולם אז ס'איז טייערע וויין. און דער עולם האט עס געקויפט!!


(4)

וועגן קעסט -- אויב די חתן-כלה האבן איין שפראך און זיי וועלן קענען לעבן צוזאמען, דאס איז נישט וויכטיג. איך האב געטראכט פון אזא ווערטל/מעשה'לע. איינער האט זיך משדך געווען מיט א מאפיאנער. )לאוו דווקא מיליאנער). איין מחותן זאגט "איך וועל געבן פיהר יאהר קעסט. זאגט דער צווייטער "מחותן" איך וועל דיר געבן (א) קעסט cast וואס וועט דיר האלטן א גאנצן לעבן...!

(5)

דאס דערמאנט מיר א זיס ווערטל וואס כ'האב אמאל געהערט. איין יוד זאגט פאר'ן צווייטן, ווען מ'האט איהם געסטראשעט אריינצולייגן אין "ח". "לייגטץ מיך אריין אין ח', אפילו אין ט', נאר נישט אין "יוד".

(6)

נו, דו הייסט דאך אפטעמיסט (לכה"פ אין קאווע שטיבל. ביי דיין ווייב הייסטו הער נאר, קוק נאר.). ס'דא א באקאנטע חסידישע מעשה ( להוציא מליבן של הליטוואקעס. הן ההיימישע והן הבודאפעסטער און אפשר לעיקוואוד אויכעט) אז א איד איז געקומען צו דעם מעזריטשער מגיד אז ער וויל פארשטיין פשט אין די גמרא אין מס' ברכות. "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה" פרעגט ער דעם רעבין וויאזוי קען דאס זיין? האט איהם דער מגיד געשיקט ער זאל גיין אויפזוכן דעם רעבי ר' זושא (נאך איידער ר'איז נתגלה געווארן). הקיצור. קומענדיג אין שטאט פרעיגט ער זיך נאך אויף א ר' זושא. קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן ווער דאס איז. ביז איינער האטציך דערמאנט אז ער זוכט זושא דעם שמש. אריינקומענדיג אין זיין חרוב'ע, האלב איינגעפאלענע הייזקע זאגט דער איד. "מיין רבי דער מגיד האט מיך געשיקט צו אייך איהר זאלט מיר זאגן פשט אין די גמרא". האטצעיך ר' זושא אנגערופן . "איך ווייס נישט פארוואס דיין רבי האט דיך געשיקט צו מיר" פאר מיר גייט אלעס ב"ה זייער גוט. ... :lol: :D :o ;)

(7)

יאיר: די איבערזעצונג איז געווען וואונדערליך. אויף ענגליש רופט מען דאס אן "הילעריעס". דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס כ'האב געהערט פון א ליטווישן איד, ע"ה. נאך די ערשטע וועלט'ס מלחמה, ווען (אין א געוויסע תקופה) די ליטווינער האבן באזעצט טיילן פון דייטשלאנד, ביי די גרעניץ שטעט, אדער פויליש-ליטא? די פאליציאנטן, וועלכע האבן נאר גערעדט די ליטווישע שפראך, האבן זיך באנוצט מיט דאלמעטשער'ס. עפ"י רוב אידן, וועלכע האבן געקענט רעדן ביידע שפראכן. מאכט זיך אמאל אז די פאליציי האבן ארעסטירט א פערד-גנב. האבן זיי אריינגערופן א איד אז ער זאל איבערטייטשן פאר'ן ארעסטאנט די באשולדיגונגען אקעיגן איהם. האט דער איד זיך אנגערופן צום ארעסטאנט כהאי לישנא: דער "ערל" זאגט אז דו האסט "געלקח'ט" א "סוס"..... :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: :o

(8)

שמעקעדיג" ייש"כ פאר מעורר זיין. ס'דא א סאך מענטשן וואס זיי שרייבן (אידיש) אזוי ווי זיי רעדן. דאס דערמאנט מיך א מעשה. מיט א סאך יארן צוריק ביניך אריינגעגאנגען אין א הארדוועיר סטאר, אין ב.פ. און געפרעיגט דעם בעה"ב אויב ער האט "שטריק". ענטעפרט ער "ניין". איך האב אבער פארשטאנען אז מסתמא האט ער יא. נאר ווייל ער איז אן אונגארישער/רומענישער אידל רופט ער דאס אן אנדערש. האב איך איהם געפרעיגט אויב ער האט "שפערגואעט". זאגט ער מיר "יא".... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :D :) ;) :o

(9)

די מעשה מיט הרב פאלק שליט"א דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט. א יונגל איז אמאל געקומען צו זיין רבי און דערציילט. "די רעבע האט געהערט דער גרונם איז אזא מחוצף. ער האט גערעדט שלעכטס אויף די רבי. און ער האט אויסגערעכנט אלע נישט גוטע זאכן. האט די רבי איהם געענטפערט. "איך מיין אז דו ביסט דער מחוצף, ווייל דו זאגסט די אלע זאכן... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

(10)

דערמאנט מיך א מעשה'לע וואס איך האב געהערט דערציילן פון אלטע אידן. אין דייטשלאנד, פאר די צווייטע וועלט מלחמה, בעת די נאציס ימח שמם האבן איבערגענימען די רעגירונג. האט א איד געקויפט א טיקעט צו פארן אויף די באן. ארויפגייענדיג האט ער געקויפט א "שטירמער" (דער פארגייער פונ'ם "איד". און דער נאכפאלגער פון בלעמ'ס צייטונג.). און ער זעצט זיך אראפ. א מינוט שפעיטער קומט ארויף א צווייטער אויפ'ן באן און זעצט זיך אקעיגן איבער איהם. ווען די באן האט אנגעהויבן פארן האבן זיי זיך גענימען שמיעסן. זאגט דער ערשטער פאסאזשיר צו זיין שכן. "דו ווייסט די יודן זענען דאס ערגסטע פאלק אין די וועלט און מ'דארף זיי מאכן א סוף" (ח"ו). האט דער צווייטער גענימען נאכמער שעלטן די אידן. אזוי איז אנגעגאנגען א קאמפעטיש'ן צווישן די צוויי ווער ס'קען מער האקן אויף די אידן. אינמיטן געט דער ערשטער איד --וועלכער האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן די קללות -- א שריי "שמע ישראל". האטציך דער צווייטער אנגערופן "ה' אלוקינו ה' אחד".... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :D :) :x :P ;) :o

(11)

יישר כח פאר'ן אנצינדן מיין זכרונות מאשין. איך האב ב"ה נישט געהאט קיין רבי'ס רוצחים און סאדיסטן. נאר איינעם א סובסטיטוט וואס האט געהאט שפיציגע שיך און ער פלעגט צו גיין צו א יעדן יונגל אין קלאס וואס האט זיך עס פארדינט (און איך האב מיר עס זיכער פארדינט) און געשטויסן מיט זיינע שפיציגע שיך אין די זייטן. זאגנדיג דערביי דעם זעלבן פזמון. "אזאנס האב איך נאך אין מיין לעיבן נישט בייגעוואוינט". מיין מאמע ע"ה, זעענדיג די בלעק ענד בלו מארקס, איז נישט געלאפן אין חדר סטראשענדיג מיט'ן ארגסטן ווייל מ'האט צושטויסן איר תכשיט. נאר זי האט מצדיק את הדין געווען אז כ'האב מיר עס זיכער ערליך פארדינט. כ'האב נאך עטליכע זכרונות פון צוזאמענשטויסן וואס כ'האב געהאט מיט שטרענגע רבי'ס. נאר מיר עלל'ן עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט. ועוד חזון למועד.

(12)

מ'דערציילט א מעשה וואס האט זיך געטראפן ביים בית ישראל. איינער פון די חסידים איז אמאל אריינגעגאנגען צו איהם פרעגן אן עצה וועגן א שידוך. "רבי--זאגט דער חסיד. מ'טראגט מיר אן א שידוך פאר מיין זון. אבער דער מחותן איז א... בעל תשובה. .. ענטפערט איהם דער בית ישראל. "און וואס וועט זיין מיט דיר"?...

(13)

ס'איז דא אן ענליכע מעשה. ס'איז איין יאר געווען זייער א ווארעמער ווינטער אין ניו יארק. און דער עולם איז נישט געפאהרן קיין פלארידע. די בעלי בתים פון די האטעלן האבן געזען אז ס'איז צרות. זענען זיי געגאנגען צו התאחדות וועלכע האט ארויסגעגעבן אן איסור צו פארן קיין פלארידע. האט זיך דער עולם דעמאנט אז מ'דארף פארן.. לענייננו. כאשר יענה אותו כן ירבה וכן יפרוץ. ווי מער זיי וועלן אסר'ן, לייגן אין חרם און באיקאטירן וועט דער קאווע שטיבל אי"ה ווערן שטארקער און גרעסער.

(14)

ומעשה שהי' כך הי'. ר'איז (געווען) אן ערליכער, חסידיש'ער יונגערמאן וועלכער האט געהאט א ווייב וואס איז נישט צו קלוג. זי איז א יעדע זאך געלאפן שואל עצה זיין מיט איר טאטן. מיין חבר פון ישיבה. דער טאטע, אנשטאט ער זאל זאגן פאר זיין טאכטער. "דו האסט חתונה געהאט. איך מיש זיך נישט אריין" האט איהר געגעבן עצות וויאזוי משפיל זיין איר מאן. פארשטייט זיך אז דאס האט אונטערגעברענגט דעם שלום בית. דער סוף איז געווען אז זיי האבן זיך גע'גט. און צובראכן א שטוב מיט זעקס קינדער. נאר ביז'ן גט האט די ווייב געלאזט ארעסטירן איר מאן ממש פאר שטותים. לדוגמא. ער האט געדרייווט א גע'רענטע קאר. און די רעסיט איז געקומען אויף זיין רעזידענץ אדרעס, וועלכע ער האט פארלאזט. זיין (געוועזענע) ווייב האט צוריסן די רעסיט און אוועקגעווארפן. ווען די רענטל קא. האט געקאלט פרעגן אינפארמעישן וועגן איר מאן האט זי געזאגט אז ר'האט פארלאזט דאס לאנד. האבן זיי רעפארטעד די קאר אלס געגנב'ט. פארשטייטזיך אז די פאליציי האבן איהם ארעסטירט ביי א טרעפיק סטאפ. ער איז נעבעך אפגעזיצן א גאנצע נאכט אין תפיסה ביז אינדערפריה ווען דער ד.עי. האט איינגעזען אז ס'איז נישט דא קיין טשארדזש אקעגן איהם. דער מוסר השכל פון די מעשה איז אז אלע צרות הייבן זיך אן ווען א דרויסנדיגער מענטש מישט זיך אריין

(15)

אויף דעם פסוק שלח לך אנשים האט א צווייטער אייראפעישער רבי פון פאר די מלחמה געטייטשט שלח לך אנשים דו זאלסט שיקן משולחים ויתורו און ס'זאל עפעס בלייבן פאר דיר אויך. דאס ווארט איז באזירט אויף א מעשה שהי'. אז דער רבי האט ארויסגעשיקט א משולח צו זאמלען געלט פאר זיין ישיבה. און צום סוף איז גארנישט געבליבן. ס'איז אלץ אריין אין משולח'ס טאש.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר