די סיקריקים:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

די סיקריקים:

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער נביא זאגט אין ישעי' 'מהרסיך ומחרביך ממך יצאו'

כלל ישראל האט במשך פון איר גאלרייכער לאנגער עקזיסטענץ, גאר א סאך מיטגעמאכט. זי האט זיך כסדר געדארפט ספארעווען מיט בייזע עלמענטן וואס האבן איר שטענדיג געזוכט צו באדראהען, צומאהל איז עס טאקע געוועזן פון די אומת העולם, שלא אחד בלבד עומדים עלינו לכלתינו... אבער צומאהל איז עס ליידער געוועזען פון אחינו בני ישראל, פון די סאמע אנ''ש.

אנגעהויבן האט זיך עס פון די ערב רב אין מצרים, די נביאי השקר בזמן בית ראשון, די מתיוונים בזמן בית שני, און די צדוקים וואס האבן צוגעברעגט דעם חורבן בית ה' אלקינו, די כותים און די קראים בזמן הגאונים והראשונים, דערנאך דעם כת ש''ץ מיט די פראנקיסטן, דערנאך די משכלים און די רעפארמער, און ווייטער די ציונים מיט זייערע נאכשלעפער, און אזוי ווייטער.

און אונזער היינטיגע עפאכע ליידן מיר ליידער צוזאם פון די רשעי עמינו די ווילדע משוגענע סיקריקם, וואס זענען נישט נכנע אונטער קיין שום דעת תורה, און ניצן אויס זייערע שרעקליכע פארדארבענע מידות, צו זייען כאאס און חורבן בתוך כרם בית ישראל, און טוהן ככל העולה על רוחם, ומי יאמר להם מה יעשה...

אנגעהויבן האט זיך עס נאך בהילו נר ה' על ראשינו, אין דער סוף פון די געזונטע יארן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע, וואס דעמאלס איז אויפגעשטאנען א פאר ראדיקאלן, וואס האבן נישט פארמאגט קיין מסורת אבות, נאר זיי האבן זיך זעלבס עקלערט אלס שיינע אידן, און אנגעהויבן צו העצן און צו לאזן פאלן זייערע אייגענע פארקרומטע מיינונגען, און דערמיט פארשווארצט דעם פנים פונעם יהדות החרדית הצרופה.

דער רבן של ישראל האט שוין דאן געזעהן מיט זיינע הייליגע אויגן, אז די דאזיגע חברה זענען ערגער פון אלעם, און ער האט טאקע געשריגען מנהמת ליבו הטהור, אז מען זאל פון די אויסווארפן שטייען מיילן ווייט כמטחוי קשת. זיי מאכן אלעס חרוב... זיי זענען דאס ארגסטע... וכו' (עיין בחדושי תורה פרשת בחוקתי)

מאנכע מיינען אז דאס איז בלויז א פאר משוגעים, און מען דארף זיך נישט צוטאן מאכן פון זיי, דאס איז א טעות, דער צימערמאן – קלאר פראקציע שטעלט מיט זיך פאר א געפאר פאר דער מענטשהייט, און אויב מען וועט זיך נישט צוזאם נעמען, און זיי אויסשפייען פונעם כלל ישראל, און זיי פארווארפן אונטער די הרי החושך, וועלן זיי נאך ברענגען א שואה אויפן כלל ישראל, זיי זענען מסוכן, און לייגען אריין כלל ישראל אין א סכנה, און באדראהען דעם חרדישען פאפעלאציע איבער דעם גארער וועלט... לאמיר טאהן צו דער זאך איידער עס איז חלילה צו שפעט.. אויף די אויסווארפן איז געזאגט געווארן מורידן ולא מעלין.... זיי צווואקסען זיך ליידער ווי הייווען... עס פעלט ליידער נישט ביי אונז קיין מרי נפש... און אויב מיר וועלן שטיין גלייכגילטיג צו דעם געפאר, תצואתיו מי ישורנה.......לאמיר זיך נישט אליינס שיסן אין די פיס.....

מלחמת לה' בעמלק מדור דור.....

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר