דורך פורים קטן » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:25 am
אלס איינער וואס איז אויפגעוואקסן צוזאמען מיט דעם נפטר להבחל"ח, קען איך זאגן קליפ און קלאר, אז די אלע באשולדיגונגען זיינע אז מ'האט אים מאלעסטעד, איז שוא ושקר.
ס'איז א ווייטאג צו שרייבן, אבער ער איז געווען א חולה נפש פון געבוירן, ער האט באוויזן זיך צו איינקויפן שונאים ווי ער איז נאר געשטאנען, ער האט שטענדיג פארמאגט "קלעבעדיגע הענט", גע'גנב'ט פון נאנטע און חברים אן קיין שום אפהאלט, און כסדר האט מען אים געפאקט ביי די מעשה, און פארשטייט זיך אז דאס האט אים דערווייטערט פון נארמאלע געזעלשאפט. - ער האט עטליכע מאל געטוישט תלמוד תורה פון כתה ו' און ווייטער, אזוי אויך אין ישיבה סיי דאהי און סיי אין ארץ ישראל, האט אים די פראבלעם באגלייט אויף יעדן טריט.
ווען ער איז צוריק אויסגעוואקסן אין אמעריקע אלס מחלל שבת, האט זיין משפחה געטוהן בכל יכולתם אים צו מקרב זיין, זיינע עלטערן האבן אים ארייגענומען אין שטוב, ער האט דארט געוואוינט עטליכע יאר, געשאפט פאר אים א זשאב, טראץ דעם וואס ער האט נישט ארויסגעוויזן דאס מינדעסטע הכרת הטוב, ער האט ווייטער זיך געפירט אויף זיין פרייע לעבנס שטייגער ביים טאטן און שטוב. - אפילו שפעטער האבן זיינע געשוויסטער פרובירט האלטן מיט אים קשר.
נאר אזוי ווי פילע אנדערע האט ער בכלל נישט מצליח געווען אין די גוי'שע גאס, קיין געלט האט ער נישט געהאט, קיין גרויסע בר שכל איז ער קיינמאל געווען, האט ער נישט געהאט וועם צו באשולדיגן זיין דורכפאל. ביז ס'איז געווארן די סטייל צו באשולדיגן אז מ'איז געווארן מאלעסטערד, איז ער פלוצלונג אויפגעשטאנען מיט א נייעם חידוש אז ער איז געווארן מאלעסטערד ביי די 7 יאר אין פאיע מקוה. אלזא, ווען יואלי איז געווען 7 יאר האט ער נאך בכלל נישט געוואוינט נעבן פאיע מקוה, זיי האבן דאן געוואוינט אויף 153 ראסס סט. זיי האבן סאך שפעטער געמופט אויף ראטליזש סט. - חוץ מזה, זעה איך אז שפעטער ביי די קעיס פון נ.וו. איז ער געקומען צו גיין אז נ.וו. האט אים מאלעסטערד ביי די 12 יאר. אינטערסאנט, יעדער האט זיך אין אים פארליבט...
וכאן הבן שואל, וואס האט גענומען אזויפיל יארן ביז ער איז געוואויר געווארן אז ער איז געוארן מאלעסטעד? אלע יארן וואס ער האט געוואוינט ביים טאטן אלס מחלל שבת, פלעגן זיינע געשוויסטער פרובירן משפיע זיין אויף אים ער זאל חוזר בתשובה זייןן, און ע"פ רוב פלעגט ער נאר כסדר באשולדיגן זיין טאטן אז ער איז געווען צו שטרענג, אזוי ווי אלע אפגעפארענע פלעגן אמאל זאגן, נאר שפעטער ווען מאלעסטעישאן איז געווארן א "האט אייטעם" איז ער פלוצלונג געווארן מאלעסטעד "למפרע"...?
איך בין נישט מחולק צו מאלעסטעישאן קען צו ברענגן אז א בחור זאל אפפארן פון וועג, איך בין נישט קיין פסיכיאטאר, אבער ביי דעם פאל איז קלאר אז ס'איז שקר וכזב.
תהא מיתתו כפרתו, און זאל נשמה זוכה זיין צו א תיקון.