א שטריימל בתפארה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

א שטריימל בתפארה

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]א שטריימל בתפארה... שבתוך התפארה... בודאי איז ער דאך פון שטריימל צענטער...
ואפילו בהסתרה... שבתוך ההסתרה... בודאי גם שם... נמצא השם יתברך....
איי איי איי, גם די חברים און די משפחה אומרים עליך... אז עס שטייט שיין עס שטייט שיין עס שטייט שיין!
גם מאחורי הדברים הקשים העומדים עליך, אני עומד אני עומד אני עומד!

ואפילו בהסתרה... שבתוך ההסתרה... בודאי גם שם... נמצא השם יתברך....
א שטריימל בתפארה... שבתוך התפארה... בודאי איז ער דאך פון שטריימל צענטער...
איי איי איי, גם מאחורי הדברים הקשים העומדים עליך, אני עומד אני עומד אני עומד!
גם די חברים און די משפחה אומרים עליך... אז עס שטייט שיין עס שטייט שיין עס שטייט שיין!

עס איז באקאנט און נישט קיין סוד, אז קול מבשר לויפט דעם אויבנדערמאנט עד פאר שטריימל סענטער. איך האב געזען אז איך האב די זעלבע התעוררות ווען איך זינג די ווערטער פון א שטריימל בתפארה פונקט ווי ווען איך זינג ואפילו בהסתרה! (עס קען זיין ווייל מיין שטריימל איז פון שטריימל סענטער?)
טרעף איך א חבר אין די גראסערי פרעג איך אים אויב ער קען די ניגון א שטריימל בתפארה? לאכט ער יא, ליידער די וועלט איז אזוי משוגע מען נעמט אן ערנסטע ניגון און מען מאכט ליצנות פון דעם. זאג איך אים אז ביי מיר האבן ביידע די זעלבע ערנסקייט און התעוררות. נישט קיין שום חילוק. זאגט ער מיר שעמעוודיגערהייט אז ער זעהט אז ביי אים איז אויך נישט קיין חילוק.

דארף מען יעצט חוקר זיין וואס איז די גאנצע גערודער ארום ואפילו בהסתרה, אז יעדער ווארעמט זיך ביי דעם ניגון? איז עס די ווערטער? אז מען הערט אזעלעכע ווערטער ווערט ביי יעדן ווארם אויף די הארץ? אדער די תנועה? די תנועה וואס איז געמאכט געווארן מיט אזא עומק הלב אז יעדער ווערט דערווארמט פון דעם? אדער אפשר ווערט מען דערווארמט פשוט ווייל יעדער ווערט יעצט דערווארמט? דאס איז יעצט די סטייל און דער היט אז ואפילו בהסתרה איז א קנאק, און קיינער וויל נישט פילן לעפט אוט, ממילא אפשר דאס אליינס ווארעמט דער הארץ?

קען זיין אז מען קען ווארפן אן אור, מיט א מעשה ידוע.
די תלמידי החוזה האבן אמאל געוואלט בודק זיין וואס איז פשט און וואס ליגט אונטער דער התעוררות וואס יעדער איד האט פרייטאג צונאכטס ביים דאווענען. איז עס קדושת השבת, אדער ווייל מען גרייט זיך אזוי צו מיט רייניגן, גיין אין מקוה, אהנטוהן בגדי שבת,וכו, וואס דאס איז משפיע אויף די מענטש אז ער ווערט נתרומם?

האבן זיי מחליט געווען אז זיי גייען מאכן א פראבע. זיי גייען טוהן אלעס וואס מען טוהט ערב שבת אויף א פלענער דינסטאג. אויב זיי גייען האבן די זעלבע התעוררות וועלן זיי וויסן אז אלעס פלענער בלאף און האט גארנישט מיט קדושת שבת.

זיי האבן געמאכט די פראבע, און... ביי מנחה האבן זיי געהאט די זעלבע התעוררות ווי יעדער ערב שבת. זיי האבן געהאט גרויס חלישת הדעת אז די גאנצע התעוררות פון יעדן ערב שבת איז האקאס פאקאס, פלענע דמיונות.

זענען זיי אריין צום הייליגן חוזה און געפרעגט זיין חוות דעת אויף דעם ענין. האט ער זיי געענטפערט: אז אויב זיי האבן געטראגן בגדי שבת איז אים נישט קיין וואונדער די גאנצע זאך. ווייל בגדי שבת האבן א קדושה, נישט קיין חילוק ווען מען טוהט עס אהן.

קעו זיין על דרך זה די ניגון פון אפילו בהסתרה איז אזוי הארציג אז נישט קיין חילוק וועלעכע ווערטער מען זינגט עס אויף האט עס די כח צו דערווארענען א אידיש הארץ.

זו רק דעתי- מה דעתכם?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר