:when it hits your own home

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

:when it hits your own home

שליחה דורך קאך_לעפל »

דעם פארגאנגענע הושענה רבה האבן טויזענטער אידן מיט געלעבט וואס דאס מיינט when it hits your own home:

הושענה רבה האבן טויזענטער אידן געהאט דער זכיה זיך מתתופף צו זיין בצילא דמהימנותא פונעם צדיק הדור כ''ק רבינו הגה''ק מסאטמאר שליט''א, און ווי אלע יארן האט דער רבי שליט''א אראפ געלייגט גאר א הייליגע ווארימע דאווענען, מיט וואס דער גאנצער עולם איז מיט געשלעפט געווארן, און זיך אויסגעגאסן דאס הארטץ פארן הייליגען טאטען אין הימל, און אויסגעבעטן פאר זיך און פאר די משפחה א גוט קוויטל.

אזוי אויך דאס הלל פון רבבות אלפי ישראל, האלטענדיג אין די הענט די ד' מינים, איז ממש געווען פקע איגרא, און ווען רעדט נאך פון די הייליגע נענעים, ווען דער גאנצער ריזן עולם איז געשטאנען באימה ויראה און געזינגען די הייליגע ווארימע נגונים פון די פריערדיגע צדיקים, און זיך איינגעקיקט וואו אזוי דער צדיק הדור מאכט די הייליגע נענעים בקדושה ובטהרה, לעשות נחת רוח לפני אביו שבשמים, דאס איז א בילד וואס גייט קיינמאהל נישט ארויס פון זיכרון.

אבער דער דרשה וואס דער רבי שליט''א האט געזאגט פאר די הושענות איז דאס יאר יאר געווען עולה על כלנה, ווען דער רבי שליט''א האט אויסגעשריגען בנהמת ליבו הטהור " מי יתן ומי פילל אז מען וועט דערלעבן צו זעהן ווי קינדער פרעגן די עלטערן איה אלוקיך...." און דער גאנצער בית מדרש האט אויסגעשאסן אין א הילכיגער געוויין, עס איז נישט געווען קיין איין טריקן אויג אין בית מדרש...

דער רבי שליט''א האט דערשפירט די צער פון די הונדרעטער עלטערן וואס האבן נעבאך קינדער וואס פרעגן איה אלקיך..... אויף דער אייגענע הויט וד''ל....

עס איז זיכער אז די פעסער אידישע טרערן וואס די שווערע טויזענעטער אידן האבן פארגאסן פארן הייליגע באשעפער, זענען געקומען פארן כיסא הכבוד, און עס וועט נישט פארלוירן גיין, און דער מגיפה פון קינדער וואס גייען אראפ פון וועג, וועט קומען צו א אפשטעל...

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר