מזל טוב! דער געראטעוועטער צום רעטער!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

מזל טוב! דער געראטעוועטער צום רעטער!

שליחה דורך שעפטל »

אן אינטערסאנטע מעשה האב איך געזעהן באשריבן, ס'איז מיר ווערט געווען אראפצושרייבן.

א בחור פון ארץ ישראל, א ירא שמים מרובים, א מצויין פון א גאר גוטע ישיבה, אן אויסגעווענדליכע בעל מדות טובות עלטערט זיך און עלטערט זיך, יעדער גראדע פארשטייט עס אביסל, טראץ דעם וואס נארמאלערהייט וואלט ער געדארפט זיין א כאפ, טוהן א באמבע שידוך און אנהייבן זיין נייעם גליקליכן לעבן, האט ער געהאט איין פעלער, א שטארקן צייכן אויף זיין פנים, און ס'איז געווען שטארק מערקבאר.

דער בחור האט אנגעהויבן ארויסגיין מיט מיידלעך, יעדע איינס ביי איינס איז פשוט נתפעל געווארן פון זיין באנעמונג, זיין ווארעמקייט און זיין קלארקייט, אבער ביזדערווייל האט ער נאכנישט געטראפן דעם ריכטיגן זיווג וואס זאל אוועקקוקן איבער די חיצוניות און אים נעמען מיט זיין אויסזעהן.

דעם בחור פון די אנדערע זייט האט מען אים אנגעהויבן אנגעטראגן גאר שוואכע שידוכים, ממש אינו לפי כבודו, ער האט נישט געקענט זעהן ווי ער וועט קענען אויסלעבן זיינע יארן מיט אזעלכע אומפאסענדע, ער טראכט צו זיך אזוי, איך דארף ממש אויף אלעמען אוועקקוקן און נעמען א שאינה הגון אלעס צוליב מיין צייכן אויפן פנים? זו תורה וזו שכרה? אויף דעם האב איך געשטרעבט אלע מיינע יארן?

מיט א צובראכן הארץ איז ער אריבערגעגאנגן צום פוסק הדור, הגאון הגדול רבי חיים קנייבסקי שליט"א, קודם סתם בעטן א ברכה אז ער זאל שוין זוכה זיין צום ולחופה, און שוין אזוי אויך אנפרעגן דעת קדשו צו ער זאל שלום מאכן מיטן מצב און נעמען וואס מ'טראגט אים נאך אן.
דער גאון שליט"א רופט זיך אן: "די נעקסטע מאל וואס דו זיצט מיט א מדוברת, פאר ווי וואס ווען זאלסטו דערציילן ווען און וויאזוי דו האסט באקומען דעם צייכן!"
דער בחור גייט ארויס צוטומעלט, טראכט צו זיך "איך גיי מיך טרעפן מיט איינעם און נאך פאר יענער גייט האבן א שאנס צו זעהן מיינע מעלות גיי איך זיין גאר דער וואס ברענגט ארויף מיין ברענענדיגע חסרון??" אבער האט באשלאסן אז רבי חיים האט אזוי געזאגט איז דאס זעכער דעם רצון ה'!

א שטיק צייט שפעטער טראגט מען אים ווידער אן א בת ישראל, פון א שיינע משפחה, א בת תלמוד חכם, בקיצור א היפשע חלום שידוך, ער האט זיך מיט איר געטראפן און הייבט אן "נאך פאר מיר גיי מיר אריין אין סיי וואס, וויל איך דיר דערציילן די היסטאריע פונעם צייכן וואס איר זעהט דא אויף מיין פנים" ער לייגט צו "זאלסט מיר מוחל זיין אז איך הייב אן אונזער שמועס דערמיט, אבער אזוי בין איך באפוילן געווארן דורך הרב קנייבסקי"
די מיידל האט זיך געוואונדערט איבער זיין הקדמה, און נאך מער איבער דעם באפעל פונעם גדול הדור, אבער הערט אים אויס מיט אינטערעסע.
דער בחור איז ממשיך "איר זעהט אודאי דעם צייכן אויף מיין פנים, און איר ווינדערט אייך אודאי אזוי ווי אלע אנדערע וואס דאס איז, איז דאס עפעס אין די משפחה, קען דאס אריבער גיין צו די קינדער... לאמיך אייך דערציילן וואס עס האט פארסירט" און דער בחור הייבט אן מיט די מעשה "פאר אפאר יאר צוריק האב איך שפאצירט איין נעכט היפש שפעט אין איינע פון די גאסן אין ירושלים, פלוצלינג הער איך געשרייערייען פון איינע פון די הונטערגאסן (Alleys) איך האב מיך געאיילט און אהינגעלאפן זעהן וואס ס'גייט דארט פאר, ווען איך קום אן דערנעבן זעה איך ווי א אינג מיידל לויפט און שרייט, און הונטער איר לויפט אן אראבער וואס האט איר געוואלט מאנס זיין, אן טראכטן צוויי האב איך אנגעהויבן נאכלויפן דעם אראבער מיט די גרעסטע כוחות, דער אראבער האט אנגעהויבן אוועקלויפן צו אן אנדערע ריכטונג, און איך האב נישט נאכגעגעבן, איך האב מיך אנגעשטרענגט מיט די גרעסטע כוחות, און ביי עפעס א זייטיגע געסל האב איך ב"ה געכאפט דעם אינגן שגץ'ל, איך האב אים אראפגעוורארפן צו דער ערד שרייענדיג פאר הילף, אין יענע מינוט האט דער אכזר ארויסגענומען א גרויסן מעסער און מיך ביטערליך אריינגעשטאכן אין פנים אריין, פון ווי ס'האט אנגעהויבן צו גיסן עמערס בלוט"
דער בחור אטעמ'ט אפ און איז ממשיך "דאס מיידל איז ב"ה געראטעוועט געווארן, און איז אהיימגעלאפן א דערשראקענער, ווידעראום מיך האט מען פון דארט אריינגעטראגן אין שפיטאל און נאך עטליכע פלעסטיק אפעראציע'ס האבן די דאקטוירים נאר געקענט איבערגעבן אז דאס צייכן וואס איך האב קען מען נישט פאררעכטן און איך וועל פארבלייבן דערמיט מיין גאנץ לעבן!" דער בחור ענדיגט צו "איך אנטשולדיג מיך נאכאמאל אז איך דערצייל דאס, אבער מצוה לשמוע דברי חכמים"

דער בחור פארענדיגט זיין ערציילונג און וויל ווייטער ציהן א שמועס, אבער זעהט ווי דאס מיידל איז גאר שטארק איבערגענומען, ענטפערט נישט גארנישט, שנירעלעך טרערן הייבן אן אראפצורינען פון אירע אויגן אויף אירע באקן, דער בחור האט שוין חרטה, אבער פרעגט איר "עפעס גייט פאר??" דאס מיידל קען נישט קומען צום ווארט, און מיט א געשטיקטע קול זאגט זי וויינערדיגערהייט "א-י-ך ב-י-ן י-ע-נ-ע מ-י-י-ד-א-ל-ע!!! נאך מיר איז אן אראבער נאכגעלאפן און מיך פרובירט צו שעדיגן, איך האב געציטערט אבער זיך גענומען שרייען, פליצלונג איז א בחור ארויסגעטאנצן און מיך ממש געראטעוועט! זינט דאן גייט נישט דורך א טאג וואס איך טראכט נישט פון די מעשה און איך אייביג קומט מיר ארויף דעם בחור, איך האב אזוי שטארק געוואלט וויסן ווער דאס איז און אים כאטש קענען באדאנקן! איך בין דעמאלטס אנטלאפן ווי אן אויגן בליק, קיינמאל נישט געדענקט וויאזוי ער קוקט אויס!" און די מיידל ענדיגט צו "קוק נאר ווי די השגחה עליונה פירט אונזער וועלטל! ער האט מיך אהערגעשיקט דיך צו טרעפן, הלואי ווען אונז קענען מיר ב-ל-י-י-ב-ן צ-ו-ז-א-מ-ע-ן פא-ר-א-י-י-ב-י-ג!!!" און די מיידל ברעכט ווידער אויס אין א יאמערליכן געוויין.

דער בחור איז ווי עס פארשטייט זיך אליינס, נישט געבליבן אונטערשטעליג.. האט אויך אנגעהויבן וויינען און טראכט צו זיך, ווי גרויס זענען די עבדי ה'!

און שפעטער האט מען געבראכן טעללער און זיי האבן חתונה געהאט למז"ט כדת משה וישראל!

מזל טוב! מזל טוב!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר