פארוואס איך שטים (vote)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

פארוואס איך שטים (vote)

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]איך האב א ליסטע מיט טעמים און רמזים פארוואס נישט צו שטימען. בראש וראשון, היות בטבע בין איך א פוילע מענטש, אזאנס וואס קומט אראפ איינמאל א שמיטה. איך גיי נישט, איך קום נישט. אשרי יושבי ביתך. בפרט ווען מ'דארף שטיין אין די שורה, א זאך וואס כ'קען נישט איבערטראגן. עס דערמאנט מיר פון די לאנגע שורות אונטערן זון אין קעמפ, אלץ איז מיין שורה געווען די לעצטע צו באקומען רשות צו גיין ווייטער. דא קומט אויך צו מיין גרויסע עמהארצות אין פאליטיק, עד היום הזה בין איך נישט קלאר וואס פונקטליך מאכט א מענטש א דעמעקראט אדער א ריפאבליקען, ממילא די אלע דיבאטעס רעדן נישט צו מיר. אונטער אלעמען ליגט באגראבן מיין אויסגערופענע גאות, וואס קען נישט איבערטראגן אז דער קאנדידאט וואס איך האב געשטימט פאר, האט פארלוירן די זיג. אזא דורכפאל הארגעט מיר. ס'נישט געזונט פאר מיר. ס'געשעהן צו מיר אזוי איינמאל, יארן צוריק, און ס'פאסט מיר פשוט נישט צו גיין שטימען פאר א קאנדידאט וואס האט אפילו נאר איין פראצענט-זייט אז ער וועט פארלירן. ווידער פאר דער זיכערע געווינער, איז דאך אן אייניקעל פון א קל-וחומר אז מיין צייט איז א שאד, יענער וועט דאך סייוויי דעקלערן זיג. - און אזוי ספינט זיך מיין פשטעל וואלן נאך וואלן.
לעצטענס - און דאס איז היינט געקומען לידי מעשה - האבן זיך מיינע מיינונגען געטוישט. נישט אז די אויבנדערמאנטע סיבות זענען חלילה נישט לעגיטימיד, נאר ס'איז אונטערגעקומען א נייע פאזיטיווע געדאנק, וואס וועגט איבער אלעמען.
ווער דען אויב נישט אונז ווייסן די ביטערע סיסטעם (אפפססס. סארי) וואס אונז זענען אזוי פארשקלאפט דערין. מאין באת, ווען מ'איז נאך א טיפה סרוחה זענען מיר שוין אונטער די אויבערהאנט פון די עסקנים/רבנים/עלטערן/עלטערע ברודער/מוסדות וכו' - עד זיבולא בתרייתא ועד בכלל. דיין בעלות איז ווערט זילטש. גארנישט האסטו, אלץ געהערט פאר די עסקנים וואס וועלן שוין ערלעדיגן פאר דיר, און די מוסדות וועט דיר שוין מחנך זיין בבית ובחוץ. אפילו דיין ווייב'ס האר נעמט מען דיר אוועק, און אזוי ווייטער און ווייטער און אפילו נאך ווייטער. זיי גייען נאך דיין פאון סערוויס צו זעהן וועלכע עפפ'ס דו ניצט, זיי מעסטען דיין תחתונים אין די מקואות, און אירע נעגל-קאליר אין יענע מקואות. אז דו דרייווסט נישט קיין אדעסי, רינגסטו שוין א בעלל און איידער דו ווייסט ביסטו שוין אין טראבל. - און אזוי גייט די לעבן טאג איין חודש אויס, יאר איין שמיטה אויס.
אבער דער אייבישטער איז דאך א גוטער, און צוליב דעם האט דער קורא הדורות מראש אזוי איינגעפירט אז יעדע אמעריקאנער קען שטימען אין פריוואט! קיינער מעג נישט זעהן וואו אינעם בעלאט דו האסט אריינגעפילט דיין טינט! די שטום בודקעס זענען עפ"י רוב אין פאבליק סקול בנינים, וואו ס'איז נישט קיין סינק אינדערויסען פון די טוילעט, אזוי ארום קומען נישט פאר קיין מנינים מנחה מעריב באותו מקום. די איינגעשטעלטע אויפן פלאץ האבן גארנישט קיין קשרים מיט די הויכע עסקנים, ממילא בלייבט מיין שטימע ביני לבין קוני! - און דאס איז א זעלטענע געלעגנהייט וואו איך קען זיך ארויסגעבן מיין אייגען מיינונג, אן קיין שום לחץ פון מוסדות'ן און קהילות! איך טוה וואס איך וויל! קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן פארוועם איך האב געשטימט!
און פון דעם זעלטענע געלעגנהייט שעפ איך חיות פאר די קומענדיגע צוויי יאר, און איך בין עומד ומצפה פאר די בחירות הבאים עלינו לטובה לששון ולשמחה.[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר