מזל טוב! 6000 לייקס!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19037 מאל

מזל טוב! 6000 לייקס!!

שליחה דורך שמעקעדיג »

[center]עס האט זיך אנגעהויבן מיט א דאנק פאר 1,000 לייקס, כל אחת כדאי לעצמו.
מיט די צייט איז עס געוואקסן צו 2,000 לייקס, בשעת די הארץ וואקסט פון פרייד און נחת פון די שיינע ארטיקלען און לאצעס,
ווי אויף הייוון איז עס גאנץ שנעל געשטיגן צו 3,000 לשמחת לב הקוראים, וועלכע האבן אים הערצליך געווינטשן צו גיין מעלה מעלה,
אז מען לעבט דערלעבט מען, זאגט די וועלט, און שנעלער ווי א פייל-פון-בויגן (אקעי, כמעט) האבן מיר זיך געטראפן ביים הערצליך באגריסן די 4,000 לייקס.
נו, כל שבנו ובן בנו וכו' שוב אינו פוסק וכו', פון דא און ווייטער איז עס שוין געפארן כמעט ווי אויטאמאטיש, און עס האט אפגעקלינגען די בשורה פון 5,000 לייקס.[/center]


[center]און אצינד, וועט מען אויסרופן דעם חתן אליינס זאל קומען זיך אויפשטעלן אויפן בימת הכבוד, און אפנעמען זיין 'פלעג' וואס איז איינגעפרעמט אין א הערליכן פרעים, כי לו נאה כי לו יאה, ידידינו הנכבד החשוב המתוק מדבש, וואס מיר אלע זענען כסדר נהנה מאוצרו הבלום פון זיינע מבהיל'דיגע ידיעות מפי ספרים וסופרים

כמר קאווע טרינקער שליט"א

לרגל די ששת אלפים 6,000 לייקס וואס ער האט שוין ערהאלטן
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!!

וברכתינו צרופה, כשם שנכנס לששת אלפים כן יכנס לשמונה ולתשעה ולעשרים אלפים בקרוב ממש וכו'.[/center]
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר