מצות אנשים מלומדה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

מצות אנשים מלומדה

שליחה דורך פליקער »

מצות אנשים מלומדה

וַיֹּאמֶר ד': יַעַן כִּי נִגַּשׁ הָעָם הַזֶּה, בְּפִיו וּבִשְׂפָתָיו כִּבְּדוּנִי וְלִבּוֹ רִחַק מִמֶּנִּי, וַתְּהִי יִרְאָתָם אֹתִי מִצְוַת אֲנָשִׁים מְלֻמָּדָה

אינזער גאנצע סיסטעים פון תפילה צים באשעפער, איז מיר עפעס אזוי מאשין'דיג, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל, וויפיל מיר דאווענען פאר א מלך מלכי המלכים, און מיר מירמלען מיטן מויל און מיר ווייסן נישט וואס מיר רעדן, ווי גייט דער וויץ איינער דאווענט שמונה עשרה, ער דאווענט זיך אזוי געמיטלעך, ווען פליצלינג כאפט ער א זעץ, ער האקט איבער זיינע מחשבות, ער ווייסט נישט ווער עס האט דאס געטיען, ער וויל שרייען כאפצעם, אבער און די לעצטע רגע איז ער זיך גובר, ער קלערט ביי זיך נאך איין מאל דאס פאסירט וועל איך זיין וואכזאם, אויב שלאגט ר נאכאמאל דאן וועל איך אים כאפן, און איך וועל זיך אפרעכענען פאר די אלע זעצעס, אבער דאן פליצלינג כאפט ער נאך א זעץ, גלייך ביי זיין הארץ, ער גיבט א שריי אויס כאפצעעעעם שגץ הער אויף שלאגן, מיר אלע האבן שוין געהערט די מעשה, אבער גריידע די מעשה האט מיר געברעינגט צי טראכטן, מיר זענען אלע אזעלכע ראבאטן, מיר קענען דורך גיין יארן פון תפילה, אלעס וואס שטייט אין סידור, אבער קיין מאל נישט געהעריג דאווענען איין ווארט, קיין מאל נישט מתפלל זיין, נאר מצות אנשים מלומדה.

מיר פאלן אויף די האנט ביי תחנון א שטייגער ווי מעורר זיין אז מיר פאלן בתחנונים צים בורא, ווי מיר וואלטן דאן אויסגעפלאצט און א געוויין, אַבּער ווייס ווען מען ברויך פאלן, פאלן מיר, ווען מען ברויך קלאפן, קלאפן מיר, עס זענען אפילו דא וואס האבן נאך א תפילה ביי אב הרחמן דארט קלאפט מען מערערע מאל, נישט קיין פראבלעים, העט מען קלאפן זעקס מאל, מיר ביקן זיך פיר מאל, מיר מאכן קלאר לויט די הלכה, נאר די קני ביי ברוך, נאר די ריקן ביי אתה, און ביי ד' שטייען מיר שוין ווי א זעלנער, אבער לבי רחק ממני, מיר זענען בכלל נישט דאהי, מיר שוועבן אין די ספערן, עס איז מיר א שאנדע ווי מיר זענען געווארן אזוי ראבאטיש אן קיין בושה, מיר דרייען תפילין ראבאטיש, אפילו די לשם יחוד איז ראבאטיש, מיר שמייסן דעים טלית ווי אראבער, אלעס מיר זאלן זיך אויפוועקן, אבער מיר האבן געטראפן א עפפ פאר די עטיפה, אלעס פארט אטאמאטיש, מיר האבן דיסקאנעקטעד די הענט פון אינזער מוח, אפגעהאקט אינזער מויל פון אינזער מוח, מיר קענען זאגן בקול רם שמע ישראל, אפילו גלייזן מיט די אויגן, ווארפן מיטן קאפ, שאקלען מיט די הענד למעלה, מיר טרעיטן איין ביי ד' שפתי תפתח, טרעיטן אויס עושה שלום בייגען זיך אלע זייטן, דערנאך צוויי טענצעלעך גראד, טאנצען קדוש וויפיל מען פארלאנגט, קישן די ציצית, נישט פארגעסן לייגן ביי די אויגן די ציצית וואס ליגט בין קמיצה לזרש, אנגעגרייט שוין זייט מארבע כנפות כל הארץ, מיר פארטוישן קיין מאל נישט צי קישן דעים תפילין של ראש איידער דער של יד, אבער ווי איז דער מוח, דער מוח האט געפינען א לעכל, דער מוח איז שוין לאנג אנטלאפן, הלוא דבר הוא, ווען גייען מיר אויפוואקסן, וואס איז אינזער פלאן.

עס טיט מיר זייער וויי אז איך בין שוין נישט קיין פריצל, קיין שום זאך און אינזער דרך החיים האבן מיר נישט אזוי פארטריקענט, מיר קויפן עסן, מיר באשטעלן א סענדאוויטש, מיר ווייסן גענוי וואס מיר גלייכן, אויב וועט ער אריין שניידן איין פיקל ווינציגער, וועלן מיר א שריי געיבן מער פיקל פליז, אפילו מיר זענען אויפן סעל. אבער ווען עס קימט צי תפילה ווערן מיר פארהארטעוועט, מיר שפילן דעים שפיל, מיר קנייטשען, שאקלען, ביקן, קישן, וויינען, טאנצען קדוש אבער מיר זענען ווייט ווייט דערפין.

ווען מיר מאכן געוויסע ענדערינגען פון נארמאל, למשל מיר עסן פסח אנגעליינט, מרור, טינקען צוויי מאל, ווארטן מיר אז די קינדער זאלן אנפאנגען פרעיגן מה נשתנה, פארוואס טיען מיר די אלע זאכן, אבער מיר גרויסע פאלט ניטאמאל איין אז מיר טיען אלע די זאכן טעיגליך, און עס פאלט אינז נישט איין צי טראכטן וואס טיען מיר, מיר גרויסע ג-ט פארכטיגע, די מבחר שבמבחרים מיר זאגן טעיגליך תפילות, אבער זעלטען טאנצען ארויס איין ווארט וואס מיר זאגן בשעת מיר האבן א אהנינג וואס מיר זאגן, וואס וועט דא זיין מיט אינז, די אנשי כנסת הגדולה האבן פאר אינז פארגעלייגט הערליכע תפילות, מיר בעיטן פאר דעת, און אז אינזערע קראנקע זאלן געהיילט ווערן, מיר זאגן פסוקי דזמרה אלע סארט לויב פארן איילמעכטיגן, אבער די זעלבע צייט טראכטן מיר ווי אזוי מען קען האבן א ביליגערע סעלפון פלאן, ווי קאמיש דארף דאס אינזער זיסער ג-ט אן נעמען.

עס ציטערט דאך אלע גלידער ווען מיר טראכטן אריין וואס פאר א וויץ עס איז ווען מיר באקימען א אדיענץ ביים קייזער, ער לאזט אינז בעיטן וואס מיר ווילן, מיר דרייען די תפילין און קליידן די טלית, גארטלען די לענדען, און דער אינזער מוח איז ביי די תיקון, איך זאג עס נישט בדרך מוסר, איך פרעיג א קשיא, איך פארשטיי נישט וואס דא טיט זיך.

בכלל וואס איז דער פשט פון מתפלל זיין יעדע טאג די זעלבע תפילה, ווען מיר משל'ן זיך דאס אויס מיט דעים קעיניג, מיר דאווענען פאר אינזער לעיבן, און מיר קימען יעדען טאג מיט די זעלבע געבעיט בוקר ערב וצהרים, מיר זאגן ווארט פאר ווארט, ווי לאנג וועט עס נעמען ביז דער קעיניג וועט זאגן אז נאך איין מאל איך זעי דיך דא מיר דרייען דעים קאפ וועל איך דיר פארווארפן און א ווייטע מדינה, ווען מיר דאווענען פאר השי"ת, ער איז דאך א רחום וחנון, ברויכן מיר דאך גלייבן אז ער האט אינז געגעיבן דעים געפאדערטן דעת, ער האט געזאגט אקעי איך וועל דיר געיבן, וואס ווילן מיר פינעם נאך מיטאג, וואס דרייען מיר אים זיין הייליקייט.

איך וויל נישט פרעיגן קיין קשיות, אבער אויף למעשה וואס מען ברויך יא ארויס נעמען לענ"ד, אז פאר איינס ברויכן מיר איידער מיר ענדיגן די שמונה עשרה, ווען מיר פארטיגן אלע תפילות וואס אשכה"ג האבן מתקן געוועין, זאלן מיר כאטשיג אראפ קראצען א דרייסיג סעקונדעס און רעדן א תפילה פון הארץ, באשעפער גיב מיר הצלחה, זיסער ג-ט גיב מיר דיין הילף איך זאל מצליח זיין מיט די קינדער, איך זאל נושא זיין ביי אלעמען, צי ביי מיינע נאנטע ווי ווייב קינדער און עלטערן, צי ביי די גאווערמענט אפיסעס, צי ביי מיינע בעלי בתים ארבייטער אדער קאלעיגע, אדער סתם וואס עס דריקט אויפן הארץ, פלעין סימפל ווי א קינד בעיט א טאטע פליז גיב מיר א צוואנציגער, קענען מיר בעיטן דעים באשעפער, און פון דארט זיך ארויפארבייטן צי פארשטיין וואס מען וויל פון אינז מיט די אלע זאכן וואס מיר טיען, מיר זאלן פארשטיין ווען מען ביקט זיך לפני מי, מיר זאלן כאפן דעים רמז ווען מען פאלט אפיים, אז דעיס איז א געוואלדיגע צייט טאקע א קרעכץ צי געיבן אויפן מצב, מיר זאלן פארלירן דעים געפיל אז מיר שפילן א פורים שפיל, מיר זאלן אנהייבן שפירן א לחלוחית דקדושה און א שבת ויום טוב.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר