למעשה #10 קנין חכמה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

למעשה #10 קנין חכמה

הודעהדורך פארוואס? » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 5:26 pm

מיר האבן שוין געזעהן פון מצטמק ויפה פארוואס עס איז אזוי וויכטיג צו גיין שטודירן מצד די קללה פון בזעת אפך תאכל לחם. אבער איך וויל ארויסברענגען אביסל אן אנדער אספעקט, וואס איז דער ציהל מיטן גיין שטודירן.

אלזא, איך מיין אז עס איז דא אסאך וואס זיי זעהן דערין נאך א דערגרייכונג, אויסער די געלט וואס מ'קען מאכן, (און דעריבער וועלן זיי לאו דוקא אויסקלויבן זיך צו ספעציעליזירן אין די פעלד ווי זיי קענען מאכן די מערסטע געלט), זיי ווילן טוהן אין לעבן עפעס וואס וועט זיי געבן די ריכטיגע סיפוק, זיי ווילן זיין פארנומען איבערן טאג מיט זאכן וואס זיי פיהלן אז זיי טוהן עפעס אויף, מיט עפעס וואס געבט זיי די געפיהל אז זיי נוצן אויס זייערע כשרונות נענטער צום מאקסימום.

אן אינטרעסאנטע זאך, וואס מ'שטויסט זיך זייער אסאך מאל אין אונזער קאמיוניטי איז דאס וואס איז באקאנט אלס אפעקט דאנינג-קרוגער, אז צומאל קענען מיר זעהן ווי די וועלכע האבן קיינמאל נישט שטודירט, לעבן אין א דמיון אז זיי פארשטייען בעסער פון אנדערע אין דעם דאזיגן תחום. זיי לאכן-אפ און זענען מזלזל אין די ווערק פון חכמים צוליב זייער חוסר ידיעה אין די עניינים, פאר דעם אליינס ברויך מען שטודירן, וכמאמר החכם "תכלית הידיעה שנדע שלא נדע".

א נארמאלער אינטעלעגענט און געזונטער מענטש, וויל נישט לעבן א לעבן פון איגנאראנס, ער וויל נישט פיהלן אז די וויכטיגע אינפארמאציע וואס ער האט די רעכט צו האבן צוטריט זיי, ווערן צוגענומען פון איהם צוליב סיבות שונות ומשונות. 

דאס וואס אונזערע מלמדים און מחנכים האבן אונז פראבירט איינרעדן אז אלע חכמות קען מען טרעפן אין די הייליגע תורה, האט שוין נישט קיין תוקף. אונזער אמונה פשוטה אז חכמה בגויים תאמן, איז שטערקער פון אלע מהפכים פון זמיר כהן. 

די מינוט וואס מיר גייען דערצו מיט דעם צוגאנג, זוכן מיר נישט צו שטעלן קרעדיטס פון חפץ חיים און משנה ברורה, אונזער מטרה איז נישט נאר צו באקומען א טרוקענע צעטל וואס דערציילט אז מיר האבן אדורכגעשטיפט די פארשריפטן. מיר ווילן זיין עדזשיוקעיטעד לשמה. 


---
ובכן, זוכן מיר צו טוהן כל אשר בידינו צו קענען טאקע גיין אין קאלעדזש. אבער שוין, דאס איז מסור לכל אחד ואחד לפי דרגתו ולפי מצבו. אבער וואס קענען מיר טוהן דא אין שטיבל דאס צו גרינגער מאכן?

אלזא, ווי אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות דא אין שטיבל, איז די בעסטע אפציע צו גיין אין א געהעריגע קאלעדזש, מיט פיזישע קלאסן, און טוהן צו דער זאך. 

אמנם דא עקא, נישט יעדער קען עס באווייזן. איז איינמאל זיכער אז ליפטר בלא כלום אי אפשר. פארוואס זאלן מיר נישט לפחות פראבירן צו שטודירן אונליין. 

אלס א נאה דורש ונאה מקיים, און אלס איינער וואס קען נישט מסיבות שונות ומשונות גיין שטודירן לעת עתה, וויל איך מציע זיין א געדאנק "למעשה", וואס אויב וועט ער ארויסגיין מן הכח אל הפועל, וועט עס זיין א גרויסע תשועה למחפשי חכמה. 

די רויע געדאנק איז צו מאכן א גרופע דא אין שטיבל, וואס וועלן צוזאמען שטודירן א געוויסע תחום, אין וועלכע זיי וועלן האבן אינטערעסע. איך האף אז דער עולם וועט ארויסהעלפן צו אויספלאנירן אז עס זאל קענען זיך אויסארבעטן. די אפטאמיסטן זאלן אויפגעקומען מיט קריעיטיווע געדאנקען, און די רעאליסטישע מענטשן זאלן עס אראפשטעלן על קרקע המציאות. 

סא, לאמיר אנפאנגען אזוי, די געדאנק פון שטודירן אונליין, איז נישט קיין נייע געדאנק, און עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן בין כותלי השטיבל די חסרונות און מעלות דערפון. 

אבער דאס וואס איך וויל דא מציע זיין, איז א פלאן וואס זאל פראבירן זיך צו מתגבר זיין אויף די פראבלעמען וואס זענען דארטן אויסגערעכנט געווארן. 

אין אן אנדערע אשכול האט שוין @הערשי אמאל אראפגעמאלט בטוב טעם ודעת, איבער די חסרונות פון אונליין קורסעס. 

איך מיין אז דער עיקר פראבלעם איז, דאס וואס הערשי האט אראפגעלייגט בלשונו הזהב:

מ'דארף צו פארמאגן שטארקע דיסציפלין צו זיין די אייגענע באלעבאס. די ערשטע וואך פארט מיט א התחדשות, אבער נאכדעם שטאלפערט מען זיך אן אין א שווערע סוגיא וואס מ'פארשטייט נישט באלד און מ'פאלירט די חשק. אין די ראמען פון א קאלעדזש קורס ווייסט מען אז מ'מוז ווייטער גיין. נישטא קיין חכמות. מ'מוז דורכמאכן די קורס, ווייל אז נישט גייט מען דורכפאלן און מ'וועט דארפן זיין חוזר לראש, פריש איינצאלן, בלייבן אונטערשטעליג, און ועל כולם באקומען א שלעכטע צייכן. די פרעשור צווינגט צו א התמדה וואס אין רוב הציבור יכול לעמוד בו על דעת עצמו. אז זמן הבחינה אויף פרקים 8-15 איז באשטימט אויף קומעדיגע וואך דינסטאג, מיינט דאס קיין שבת נאכמיטאג שלאף, קיין חנוכה פארטיס, און וואכנאכטס אין כאן, אבל יש כאן צוויי קאנעס רויטע-שטירן און לילה כיום יאיר. הבוקר אור און מען קען זיך לאזן פארהערן אויף פרקים 8-15. פינטל. און אזוי, און נאר אזוי, קען מען ערגעץ אנקומען.


סא, לאמיר געבן עטליכע טיפס (עס דערמאנט אביסל וואס דער מג"ש פלעגט זאגן אין ישיבה...), ווי אזוי מ'קען מצליח זיין אין אלגעמיין צו לערנען אונליין.

    1). קביעת עתים - דו דארפסט זיך אפמאכן א ריעליסטישע קביעות'דיגע צייט, ווען דו גייסט קענען רואיג זיצן און זיך פולערהייט קאנצעטרירן אין דאס וואס דו גייסט לערנען. (כ'וואלט געראטן אז עס זאל זיין דוקא די ערשטע זאך וואס מ'טוהט אויפן קאמפיוטער במשך די צייט וואס מ'האט אוועילעיבל דערפאר).

    2). דע את אשר לפניך - בשעת דו פאנגסט אן צו לערנען, זאלסטו וויסן וואס דו ווילסט לערנען, און גיי דערמיט די גאנצע צייט. טאנץ נישט פון איין נושא צום צווייטן.

    3). סדר הלימוד - זאלסט האבן א סייט / בוך וואס לויט דעם גייסטו, און דו גייסט מיט דעם סדר. (אויב פארשטייסטו נישט עפעס קענסטו מאכן א גוגל סיערטש, אדער א וויקיפעדיע, אבער אייביג זאלסטו צוריק קומען צום זעלבן מקור).

    4). מנע הפרעות - טוה נאר איין זאך אויף איינמאל, טאנץ נישט פון איין ווינדאו צום צווייטן, ווייל כאטש דער קאמפיוטער איז מולטי-טאסקינג, דיין מוח איז לכאורה נישט אזוי. דו וועסט נישט מצליח זיין אויב לערנסטו נישט מיט א רצף. סא, מאך צו אלע פראגראמס, אלע ווינדאוס און טאבס, און לאז אפן נאר דאס וואס דו קאנצעטרירסט זיך יעצט.

    5). בלאק סאושעל מידיא - אויב ארבעסטו נישט פאר אן עמערדזשענסי ארגעניזעישן, דאן מאך צו אלע מעגליכקייטן דיר צו קאנטאקטן בשעת דו לערנסט, האלט א דיסטענס פון סאושעל מידיא (אינקלודינג קאווע שטיבל). קענסט זיך מאכן א קביעות'דיגע צייט (למשל - יעדע האלבע שעה) וואס דו ענטפערסט דיינע מעסעדזשעס.

    6). טעסטס און טשאלענדזשעס - צו יעדע זאך וואס דו לערנסט, מוזטו טוהן עקסערסייז, דו מוזט ענטפערן א טעסט, אדער זיך מאכן אליינס טשאלענדזשעס.

    7). הילף פון חברים - טרעף זיך חברים וואס דו ווייסט אז זיי האבן שוין אדורכגעלערנט דעם נושא וואס דו לערנסט, און אז זיי זענען גרייט דיר צו ארויסהעלפן ווען דו ווערסט סטאק.


איך וואלט געדארפט מאריך זיין, אבער הגיע זמן הלימוד.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:22 pm

שיינט ווי א גוטע געדאנק, און איך פערזענליך וואלט אויך געוואלט זיך אנשליסן אין אזא חבורה, אבער די גאנצע איידיע פון לערנען בלויז לשם ידיעה און נישט למעשה האט א שטיקל פראבלעם.
רוב חכמות בימינו זענען טרוקענע פאקטן, ווי מאטעמאטיק, פיזיקס, כימיה, און אויך די יסודות פון בייאלאגיע אסטראנאמיע וכו'.

דער פראבלעם איז א לערנען טרוקענע פאקטן און מאטעמאטישע עקוועיזשאנס, איז מורא'דיג באורינג, בפרט אויב פילט מען אז די אלע ידיעות וועלן קיינמאל נישט זיין נוגע למעשהלמעשה.

וואס מענטשן ווילן איז זיין אינטליגענט, וויסן וואס יעדע זאך אין די בריאה איז און וויאזוי עס ארבייט, אבער אן לערנען די יסודות אינטער דעם.( עיין ערך לכתחילה אריבער בעולם הביצה וד"ל).
למשל עס איז זייער אינטרעסאנט צו פארשטיין וואס א פייער איז, אבער אויב וועל איך אנהייבן מסביר זיין איינעם פון בראשית, די יסודות פון אקסידעשאן רידאקשן, און ענערזשי סטעיטס, אדער אין בייאלאגיע מייטאסיס, אדער דער קרעבס סייקל, וועט ער אנטלויפן נאך פאר איך וועל אנהייבן.

במילא וואלט איך פארגעשלאגן אז פאר שטודירן סתם לצורך אינטעלעגענציע, זאל מען נישט פאוקאסען אויף די הארד קאור סייענס, נאר ענדערש אויף סיוויקס, ווי היסטאריע און אנטראפאלאגיע, אדער ליטעראטור און ארט, אדער אפשר פילאזאפישע טעמעס ווי למשל אין עקאנאמיקס קאפיטאליזם ווס. קאמיוניזם וכו'.

די אלע זאכן הגם גרינגער צו לערנען, מען דארף נישט מער ווי אדורך ליינען ביכער, זענען אבער מוסיף דעם מענטשנ'ס אינטעלעגענציע נאכמער ווי קאנווענציאלע סייענס.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:05 am

איך וויל זיך לערנען גראפיקס, מארקעטינג והמסתעף. ווער נאך?
כהאב עקספיריענס, כהאב געמארקעטעט א סוקסעספולע אראומע קאמפיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כוכב אום דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:02 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2351
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6517 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:01 am

א גוטער פלאן, מסתם איז דא פראגראמען און מהלכים וואס העלפען צו צו דעם מ'זאל קענען מיטהאלטן איינער מיטן אנדערען, איינער ווייסט אפשר?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3711
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5491 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:12 am

כוכב האט געשריבן:איך וויל זיך לערנען גראפיקס, מארקעטינג והמסתעף. ווער נאך?
כהאב עקספיריענס, כמארקעטעט א סוקסעספולע אראומע קאמפיין.

קענסט טרייען @ראובן, ער האט עקספיריענס פון די למעשה קאמפיין.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:14 am

לעיקוואד האט געשריבן:א גוטער פלאן, מסתם איז דא פראגראמען און מהלכים וואס העלפען צו צו דעם מ'זאל קענען מיטהאלטן איינער מיטן אנדערען, איינער ווייסט אפשר?

א שטייגער אזוי ווי קאהן אקעדעמי?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט