קול נהי נשמע מציון

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

קול נהי נשמע מציון

שליחה דורך קאך_לעפל »

אלִי צִיּוֹן וְעָרֶיהָ, כְּמוֹ אִשָּׁה בְּצִירֶיהָ,..... אוי אוי אוי אוי........
ועַל דָּמָם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ כְּמוֹ מֵימֵי יְאוֹרֶיהָ עֲלֵי הֶגְיוֹן מְחוֹלֶיהָ, אֲשֶׁר דָּמַם בְּעָרֶיה

קול נהי מציון, די שוידערליכע בשורה מיט וואס כלל ישראל איז היינט צופרי אויפגעשטאנען, ציטערט אויף יעדע אידיש הארץ, דאס הארץ טראפ בלוט פון צער און ווייטאג, דאס הייסע קאכעדיגע בלוט פון די 5 קדושים אשר מזהירים כזוהר רקיע, שטייט אונז פאר די אויגן, און פון יעדע אידיש הארטץ רייסט זיך ארויס א גלות קרעכטס, או טאטע ווי לאנג נאך? עד מתי עזך בשבי? ווי לאנג נאך וועט אידיש בלוט זיין הפקר? ווי לאנג וועלן מיר דארפן זעהן די פחדים'דיגע בילדער, ווי טייערע אידן ליגן אין קאלודזשעס בלוט, מעוטף בטלית ותפילין, באשעפער עס איז שוין כלו כל הקיצין ומדוע בן דוד עדיין לא בא?

מיר גלייבן אין די הייליגע נבואה פון משה רבינו וואס האט אונז קלאר געזאגט הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם-עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ. אז דער קל קנא נוקם וועט נקמה נעמען אין די פארגאסענע אידיש בלוט, און עס וועט נישט נעמען נאך צו לאנג, און דעם אייבישטענס לאנגע נקמה האנד וועט דערגרייכען די אלע רוצחים וואס פארגיסן אידיש בלוט, מיר בעטן נאר אז עס זאל זיין נקום לעינינו נקמת דם עבידך השפוך, מיר זאל האבן די זכיה צו זעהן דער נקמה פון השי''ת מיט אונזער אויגן במהרה.

אבער פון די זעלבע צייט דארפן מיך זיך גוט מתבונן זיין וואס עס ברענגט צו די אלע הריגות, לייגט זיך עס דען נישט אויפן שכל אז דאס וואס דער ראש ממשלת הכופרים בנימין נתניהו ימ''ש, האט פראקאלאמירט אז ער גייט וויטער בויען זידלונגען אויפן מעריב ברעג, און קיינער וועט אים נישט אפהאלטן אריינגערעכענט מדינות ישראל'ס בעסטע פריינד דער פאראייניגטע שטאטען, האט צוגעברענגט די דאזיגער בלוט באד?

לייגט זיך דען נישט אויפן שכל אז דאס וואס די צודרייטע מיליטאנטען גייען ארויף אויפן הר הבית, אן קיין שום סיבה, בלויז צו פראקאלאמירן לאומיות, און די אראבער האלטן עס נישט אויס, און שווערן זיך ביי זייער נביא מחמד, אז זיי גייען נקמה נעמען, האט צוגעברענגט דעם בלוט באד?

עס איז שוין די העכסטע צייט אז גאנץ כלל ישראל זאל אנערקענן דעם גזירות הגלות, און זיך אויפהערן רייצן מיט די אראבער, און פראבירן צו לעבן מיט זיי בהכנעה, אזוי ווי אונזער זיידע יעקב האט געלעבט מיט אונזער פעטער עשיו, און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין אז לא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו, און הערן דעם קול שופר של משיח, וואס דאן וועט מקיים ווערן ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו, והיתה לה' המלוכה......

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר