דער געוואלדיגער ראסיסט.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

דער געוואלדיגער ראסיסט.

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ארי שאפיר איז א אידישער קאמיקער, באוואוסט אלס 'The Amazing Racist', ער גייט ארום אין פארשידענע מינאריטעט געמיינדעס, שפילט ווי א רייצערישער בהמהישע ראסיסט, און רעקארדירט אויף ווידעאו וויאזוי זיינע קרבנות רעאגירן.

יאשקע פעטיציע.

דא איז ער אין א אידישן געשעפט, פרעגט פון אידישע איינקויפער אויב זיי ווילן אונטערשרייבן אויף א פעטיציע 'זיך צו אנטשולדיגן פארן קרייציגן יאשקע!'
דערנאך שלאגט ער פאר די קונדן א קיופאן פאר 50%off פאר א 'נאוז דזשאב' צו פאררעכטן די ריזיגע אידישע נאז!
די קליפ איז אזוי גוט/אזוי שלעכט, אז מען קען ממש ארויסשפרינגען פון די הויט פון אויפרעגעניש, כאטש מען ווייסט אז עס איז נאר א שפיל!

אהיים קיין אפריקע.

דא איז ער אויף א שיפל, ביי עפעס א ביטש, וואו ער שלאגט פאר אומזיסטע רייזעס 'אהיים' קיין אפריקע, פאר 'שווארצע' דורכגייער, און ער מעסט די שאטירונג פון די קאליר פון זייער הויט!
די אפריקאנער אמעריקאנער לאזן זיך אבער נישט ווי די אידעלעך, און מען שגצ'ט אים גוט אויס, ווי עס קומט זיך אים, ביז צום סוף ברעכט אים איינער גוט אן די ביינער!

דרייווינג סקול פאר אזיאנער.

א מער ערנסטע עקספערימענט איבער ראסיזם.
ראסיזם עקספערימענט, רירנד.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר