מיין שלעכטער גאסט געבער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

מיין שלעכטער גאסט געבער

שליחה דורך קפנדריא »

מיין הויז איז מיר זייער באקוועם, איך זוך נישט אוועק צו גיין און איינער זאל מיר נאך טון א טובה און ארייננעמען, אבער אז מ'דארף זיך אויפהייבן און גיין אויף א שמחה, מוז מען, (אינ'אמת'ן זוך איך שוין א וויילע אוואו צו קענען כאפן א פרייע וואקאציע חינם אין כסף..) וואו טרעפט מען אבער א היימישע געשמאקע אכסניא אין די ווייטע "מאנסי", ס'זאל זיין נאנט צום זאל און ביהמ"ד וואו מ'דאוונט, און פארשטייט זיך בחינם אויך, און ווי פארשטענדליך זיין כאטשיג סעמי-פריוואט, אין א פארהעלטניסמעסיג פרישע נייע הויז.. טוט מען אויס די שטאלצע אויבערראק, און מ'הייבט אויף א טעלעפאן צו די ווירדיגע שוויגער, נישט איך חלילה, די פרוי די עקרת הבית שטרעקט אויס די האנט צו די מאמע, די שוויגער מיט אירע קאנעקשאנס וועט זי טרעפן אן אכסניא אפילו אין זיד אמעריקא, און אפשר אפילו אויף די לבנה אדער כוכבי לכת, זי איז דער וואס קען מיט אירע שטופערישע כוחות פון אן אפגעריסענעם ארעמאן ארויסקוועטשן א גרויסע נדבה, און פון א פאריאגטע עקרת הבית א פארפארעטע מאמע ארויסרוקן גאנצע געקאכטע מאלצייטן פאר די וואס ברויכן עס, און קען פון א טויטן ארויסקוועטשן א גוט ווארט, און פון א ליטוואק א שמייכל..

מאנסי איז זיכער נישט מער ווי מיט איין קוועטש אויף א קנעפל אויפ'ן טעלעפאן, ממש אזוי? נישט אינגאנצן, עטליכע טעלעפאן קאלס האט זי געדארפט מאכן, אבער יא, די שוויגער האט ענדליך געכאפט א חבר'טע וואס זי האט "איינגעקויפט" יארן צוריק אין קאנטרי, ווען די מאנסי משפחה האט נאך - נעבעך - געוואוינט אין די שטאט, און זיי האבן פארברענגט עטליכע זומערס מיט מיין הויכגעשעצטער שוויגער, וואו זיי האבן אנגעקניפט נאנטשאפט, און מיט עטליכע טעלעפאנען אהין און צוריק איז די זאך געווארן מסודר, איך בין "הארצן גערן" געווארן רעזערווירט אויף שב"ק וירא ביי די שיין אויפגעפיקסטע בעיסמענט דירה ביי משפחת גוטהארץ אין סאמע בעסטע געגענד פון שטאט, נישט ממש אזוי גערן, ווייל די פרוי גוטהארץ האט זיך קודם פרובירט ארויסדרייען מיט פארשידענע ארויסגעקוועטשטע תירוצים, איין תירוץ ,אמער זי מאכט חתונה אין אפאר וואכן, און די כלה'ס מלבושים ליגן דארט, אויך איז די לחץ און פרעשור אין די הויכע נומערן אויפ'ן ריכטער וואג, אויב נישט גענוג האט זי נאך א טאכטער א קימפעטארין וועלכע זי דארף ארייננעמען ביי זיך אין שטוב, זי האט געדארפט אנקומען אהין - טאקע אין דעם בעיסמענט דירה'לע - נאך פאר שב"ק, אבער מיין שוויגער "האט איר איבערצייגט" אז ס'איז עכט צייט איר צו אפשטופן מיט'ן נעמען דעם קימפעטארן אויף זונטאג נאכמיטאג ווען מיר פלאנען (נאכנישט) זיך צו יאגן אהיים, אויך איז דער דירה אביסל א פריוואטע באנוץ, ווייל די גוטהארץ משפחה פירט זייער אפיס פון אט דעם דירה'לע, די מאם-ענד-פאפ אנליין געשעפטן ווערן האלבוועגס געפירט פון דעם בעיסמענט הארט נעבן דעם, און וואכנטעג איז ממש אוממעגליך צו האבן דארט געסט, אבער מיין געראטענע שוויגער האט שיינערהייט מסביר געווען וואסארא לייכטע מענטשן מיר זענען, און מיר דארפן גארנישט, קוים נעמען מיר אויף פלאץ, ממש נאר פארקירן אונזערע באגאזשן דארט, און אראפלייגן אונזערע פעקל ביינער דארט די פאר שעה צווישן איין סעודה און צווייטן, מיר וועלן אנקומען פרייטאג נאכמיטאג, אדער העכסטנס שפעט דאנערשטאג ביינאכט, און געוויס וועלן מיר פארלאזן די אכסניא אין די באשטימטע צייט, מוצאי שבת אדער נישט שפעטער ווי זונטאג מיטאג..

טראץ וואס אונז דארפן די וואקאציע "באמת" ווי א לאך אין טעפל, דאך, אז מ'איז שוין דא די פאר "געצוואונגענע טעג" עמיר עס אויסנוצן ווי געהעריג, און אנהויבן גענוג פרי און אויסציען ווילאנג מ'קען.. און אזוי ווי מיר זענען גאר פונקטליכע מענטשן, אונז זעמיר דאך נישט פון די פארשלעפטע, און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט נאך דאנערשטאג ווען ס'איז געווען גרויס טאג, די קאר האט געריסן אויפ'ן וועג וועלכע האט צו מזל נישט געהאט צופיל טרעפיק, זעמיר אנגעקומען מבעוד יום, מיט אפאר שעה פריער ווי געפלאנט, קלאפן מיר אויפ'ן טיר מיט גרויס עקסייטמענט, און מיר קלונגען דעם גלאק צו משפחת גוטהארץ..

ווען ס'גייט דורך אפאר מינוט (אפשר נאר אפאר סעקונדעס?) און די טיר מיט די פרייליכע ברוך הבא עפנט זיך נישט פאר אונז ווי ערווארטעט, ווילן מיר שוין ארויסציען די סעלפאון אריינגעבן די שוויגער פאר די געמיינע אכסניא וואס זי פארשאפט אונז, מוחל די ברייטע שמייכל, און ווארעמע טועמיה פון זיי, נישט אפילו עפענען א טיר פאר אזעלכע חשוב'ע געסט? לאזן ווארטן אין די קעלט?

אבער ליבערשט האמיר צוגענייגט אן אויער צום טיר, ס'קען זיי גאנץ אינטרעסאנט זיך איינצוהערן ווי די מאנסי לעבן גייט אן אין "ריעל לייף", האמיר טאקע ארויסגעהערט א קול ענות פון בהלה, "יוי, זיי זענען שוין דא, אזוי פרי, מאטי, מאך זיכער אז די סייד טיר איז אפן, און די בוילער רום איז פארמאכט, פערל, קוק אויב טאטי'ס קאמפיוטער איז צוגעדעקט און זיינע קאווע גלעזל זענען ארויסגענומען, מענדעלע'ס זאקן טראג שנעל ארויף, די שמוציגע האנטוך ליגט נאך דארט?? יוכבד!! שנעל נעם ארויס די גארבידזש, רוק ארויף די סטים, אוי, זיי קלונגען שוין ווייטער, לייג אריין די "פאניני מעיקער" אין קלאזעט דארט אונטן נעבן דעם מייקראוועיוו! ברענג אראפ די מזונות מיט א צוויי סאדעס, קאפס און א פרישע טישא באקס, זאג נאך איין מינוט"...

ענדליך נאך דריי פיר לאנגע מינוטן האט זיך די זייטיגע טיר געעפנט, די בעלת אכסניא באגריסט אונז מיט אזא געמאכטע פאלשע גרויסע שמייכל, זי האט אונז מיט געמאכט העפליכקייט צוגעוויזן אז דאס וועט זיין אונזער סעמי פריוואטער אריינגאנג, מיר האבן באקומען די שליסלען, ווערנדיג אנגעזאגט צו געדענקן יעדע מאל צו פארשפארן די טיר! בייטאג אדער ביינאכט, דא ליגן טייערע זאכן און קאמפיוטערס וכו' וכו' כ'האב שוין נישט געהערט אלע אזהרות.. און מיר זענען אריין, זיך געפרייט צו זיין אינעווייניג אין "אונזער" האטעל צימער, איך וויל נישט מאריך זיין, אבער אין קורצן, מיר האבן תיכף אריינקומענדיג געשפירט אויפ'ן ריח אז דאס איז א ריכטיגע בעיסמענט, זיי האבן אונז פשוט אפגענארט ווען זיי האבן גערעדט צו מיין שוויגער וועגן די שיינע נייע הויז.. זיי האבן געטון א בערישע טובה און געעפנט א פרישע שמעקער אויפ'ן טיש, שלא יריח אותו צדיק.. אבער ס'האט נאר געהאלפן אויף א העלפט, אריינגייענדיג אין אונזער "פריוואטער" צימער איז מיר שלעכט געווארן, טאקע גאנץ שיין, ס'איז דאך פארט א נייער הויז, פרישע בעט געוואנט, א שיינע בית כסא'לע מיט פריוואטע סינק, אבער אלעס אזוי קליין, אה, זיי האבן טאקע צוגעגרייט א פלעשל משקה מיט א טעצל מזונות, גראדע גאנץ א גרויסע טאץ, אבער וואו ועלן מיר זיך צושפרייטן דא במשך אונזער וואקאציע? א פיצעלע שענקל וואס דארף דינען פאר א טשעסט פאר די גאנצע צייט, פאר אזא לאנגע וואקאציע האבן מיר מיטגענומען עטליכע וואליזן, חוץ פון זעקלעך מאכלים ומעדנים, האלב די זאכן האמיר געדארפט לייגן אויף בענקלעך, און אויף די פאדלאגע, שוין, מיר האבן גלייך געזען אז די וואקאציע אונזערע איז נישט אין א פינף שטערנדיגע האטעל, קיין זייגער נישט צו געפינען, ווער רעדט נאך א וועקער זייגער, דער בעל אכסניא נעמט אויף זיין אחריות מיין סוף זמן קרי"ש? צו סוף זמן תפילה? וואו איז א סידור צו קענען בענטשן, ליינען קרי"ש, זאגן המפיל? נישטא! איז דאס טאקע א אידישע אכסניא?

נאך טון א חסד מיט די בעל הבית און טועם זיין פון די מזונות וואס זיי האבן אנגעגרייט, און צובייסן פון די מעדנים וואס מיר האבן זיך מיטגעפאקט בין איך געגאנגען דאווענען מנחה מעריב, און אהיימגעברענגט א שמעקעדיגע נאכטמאל פון "עווערגרין", און זיך צורעכט געמאכט און אויסגעשפרייט אונזער סעודה'ניו אויף "זיין" ארבייטס טישל, ניין, איך פיל נישט שלעכט אז כ'האב פארנוצט זיין דעסק פאר א פארטי טעיבל, ער האט געהאט א ברירה צו אנגרייטן א טיש פאר אונז, אז מ'לאדנט געסט אויף אזא לאנגע צייט גרייט מען אן ווי א מענטש, וואו זאלן מיר עסן? אויף דער ערד? ווי די טערקן?

פאר'ן שלאפן גיין האב איך אנגעשטעלט די הייצונג אויף 72, איך קען נישט נעמען קיין טשענסעס צו שלאפן אין די קעלט, אין דערהיים מאך איך טאקע די סטיעם נאר אויף 69, אבער נישט אין מאנסי,די מאנסיער פרעסטן זענען נישט פאר קיינעם געדאכטן, איך בין נישט געקומען אהער זיך צו פארקילן, אינמיטן נאכט ווען כ'האב געשפירט אז ס'איז נישט אויסצוהאלטן די היץ, עפעס אזא שטארקע סטיעם האבן זיי, כ'האב געעפנט דעם פענסטער א טראפקעלע, ס'איז געווען אזוי אנגענעם נאכדעם, ביז 10:00 האב איך זיך נישט געקענט ארויסרייסן פון בעט...

מיר האבן אזוי פארברענגט דארט ווי די פייגעלעך אין זייער נעסטל, מ'האט אונז געגעבן די אכסניא, איז עס אונזער, וויפיל מיר האבן געקענט זעמיר דארט געווען, מיר האבן גוט אנגעהאלטן אונזער פרייוועסי און בעלות אויף אונזער בעיסמענט, נאך דאס האבן מיר געדארפט? טרעפן דארט די גוטהארץ קינדער שפילן הארט נעבן אונזער בעדרום ווען מיר זענען נישט דארט?..

די שלימזל'דיגע בעל אכסניא האט אונז בלויז געגעבן איין פאר שליסלעך, האב איך בלית ברירה געלאזט אפן די טיר, כדי אויב מיין ווייב גייט ארויס זאל זי נישט בלייבן אויסגעשפארט, אזוי איז די טיר געבליבן אויפגעשלאסן דורכאויס גאנץ פרייטאג, אזוי ביז איבער שב"ק, אפילו פרייטאג צונאכטס האמיר "פארגעסן" צוצושפארן, א גאנצע דאגה, אז די בעלי בתים דא האבן מורא אין די שטילע מאנסי צו לאזן אפן א טיר, זאלן זיי גיין פאר העלפ.. מוצ"ש זעמיר אהיימגעקומען גאר שפעט, און צו אונזער גרויס אנטוישונג איז נישטא קיין גרעניץ, די טיר איז פארשפארט! און פארשטייט זיך די שליסלעך האמיר געלאזט אינעווייניג ווי געווענליך, איך האב מצליח געווען מיט מיינע טריקס צו עפענען די אונטערשטע שלאס, אבער די שלעכטע שטיינהארציגע חברה האבן אונז אויסגעשפארט! די אויבערשטע שלאס איז פארמאכט, זיי ווילן אונז צופיקסן דא, איך בין ממש כמעט אריין אין א כעס, מוחל טובות! לאדן נישט איין קיין מענטשן אין דיין פארשטינקענע קעלער אויב דו האלטסט נישט ביים אויפנעמען מענטשן ווי מ'דארף!

שוין געווען גאנץ שפעט אינמיטן נאכט, אבער איך בין ארויף מיט אן אייפער און גענומען קלונגען זייער בעל האסטיג אפאר מאל, דער בעל הבית איז געקומען צו לויפן (קוקט אויס כ'האב אים ארויסגעשלעפט פון בעט אדער פון בית הכסא..) ער האט זיך געמאכט תמ'עוואטע ווי ער ווייסט ניטאמאל אז די בעיסמענט איז צוגעשפארט, און זיך אזוי בלאפער'דיג אנטשולדיגט.. און ער איז עס שיינערהייט אראפ געגאנגען עפענען..

זונטאג ווען מיין ווייב איז צוריקגעקומען האב איך איר עקסטער געשיקט קלאפן ביי די הויפט טיר, און אראפקומען צום בעיסמענט דורך זייער דירה, ערשטנס האט זי א גאנצע צייט זייער געוואלט זען זייער שיינע הויז, די הערליכע פאיער אריינקום, די גרויסע דיינינג רום, די טייערע קאך, אפילו כאפן א זייטיגע בליק אויף די בעדרומס, אבער בעיקר האב איך געוואלט זיי אויסלערנען אז מ'שפארט נישט אויס קיין געסט..

די קאר וואס האט אונז געדארפט אהיים נעמען זונטאג נאכט האט אונז איינגעמאלדן אז ער נעמט אונז נישט, אייגנטליך האט ער ניטאמאל איינגעמאלדן, ער האט אונז איגנארירט אינגאנצן! נישט צוריק גערופן, נישט אויפגעהויבן א טעלעפאן נישט צו מיין ווייב און נישט צו מיין שוויגער (אזויפיל גרידי און שלעכטע מענטשן דא אויף דער וועלט).. זעמיר פשוט געבליבן סטאק, האמיר באשלאסן צו בלייבן אויף מאנטאג, און זען וואו אונז קענען פארשאפן א וועג בחנם, פאר די בעלי אכסניא איז נישט איינגעפאלן אונז צו אפפערן נאכטמאל, זיי זעען אונז זענען נעבעך דא געבליבן, פאלט אייך נישט איין אז מיר זענען אויך מענטשן? נישט קיין פראבלעם, דאסמאל בין איך געגאנגען מיט די ווייב אין א גוטן רעסטוראנט און זיך געלאזט גוט וואוילגיין, מוחל ענקערע טובות, א נקמה אין אלע פראנצויזן!

מאנטאג צופרי ווען איך קום אהיים פון דאווענען, זעה איך צו מיין שטוינונג די בעלת הבית זיך דרייען אין בעיסמענט, איך האב באהאלטן מיין ברויזונג אינעווייניג, א ברעקל מענטשליכקייט? דו גיסט ארויס דיין בעיסמענט פאר פרעמדע מענטשן, אביסל רעספעקט פאר זייער פרייוועסי! נישט ריכטיג? איך האב מיך אריינשפאצירט ווי דער מלך אין זיין וויינגארטן, און זי האט טאקע תיכף ארויפגעפעקעלט צו איר פאלאצל אויבן..

ווען מיין ווייב איז אויפגעשטאנען נאך 11:00 האמיר זיך געוואשן צו א פיינע פרישטאג פון ראקלענד קאושער, איך האב ניטאמאל ערווארטעט פון די גוטהארץ'ס זאלן פארשטיין וויאזוי מכבד צו זיין אן אורח, און אונז שמועסן אזוי געמיטליך ווען מיין ווייב'ס סעלפאון צוזינגט זיך, ווער רופט? די שוויגער? אן איידיע וואו אונז קענען גיין "סייט סיאינג" היינט? אפשר געטראפן א רייד? בכלל נישט, וואס יא, וואס זאגט זי דארט? וואס ביסטו אזוי בלאס? "מיין מאמע זאגט... אז מרס. גוטהארץ האט גערופן פרעגן איידעלערהייט ווען אונז גיימיר זיך שוין פון דא"? א אומדערהערטע חוצפה! איך קען עס באמת נישט גלייבן.. "זי זאגט אז מיין מאמע האט איר געזאגט ביז שפעטסטנס זונטאג נאכמיטאג, איר מאן דארף ארבעטן דא, זי אויך, און זייער קימפעטארן....." איך וויל נישט הערן, איך בין נישט נייגעריג וואס די סעלפיש שטיינהארצ'ס האבן צו זאגן, איך ווייס גארנישט פון קיין קימפעטארן, און איך ווייס אז דער בעל הבית האט זיך א געהעריגע אפיס נעבן דזשי ענד דזשי, ער דארף נישט די אפיס דא, איך ווייס איין זאך, אז אונז האבן באקומען די אכסניא, און זיי דארפן זיך אויסלערנען וויאזוי מ'נעמט אויף פרעמדע געסט! זיי ווייסן נישט אז די הויז האבן זיי באקומען פון הימל צו ארייננעמען געסט?? נישט צו ליגן אין קאוטש ליינען צייטונגען, און אוודאי נישט צו רודפ'ן זייערע געסט, פון וואנען שטאמען זיי פון סדום ועמורה? פון לוט'ס ווייב?!

מאנטאג נאכט האמיר ענדליך געפונען א ביליגע דרייווער, וואו ארויס פון א גלות האמיר זיך אפגעטראגן פון דארט, אבער נישט אינמיטן טאג, נאר גאר שפעט ביינאכט, אז זיי זאלן נישט אפילו וויסן אז מיר זענען געגאנגען, זאלן זיי לערנען דעם לעסאן! פארשטייט זיך קיין יישר כח האבן מיר נישט געזאגט, יישר כח פארוואס? פאר נעמען א ארענטליך פארפאלק און אזוי אויספייניגען? אזוי צו פארשלאגן די אפעטיט די אפעטיט פון די גאנצע וואקעישאן? קיין מתנה פארשטייט זיך האמיר נישט איבערגעלאזט (דאס האב איך לכתחילה נישט געוואלט קויפן, מענטשן דארפן טון מצוות פאר קיין באצאלט, מצוה בשלימות איז נאר שלא על מנת לקבל פרס..) . אהיימקומענדיג אין שטאט האב איך באמערקט אז זייערע שליסלעך זענען געבליבן ביי אונז, גוט פאר זיי, עניוועי האמיר עס כמעט נישט גענוצט, כ'וועל עס שוין אמאל אפשיקן, אפשר זומער אויפ'ן וועג צום טאטן אין קאנטרי.. דערווייל וועל איך עס גוט באהאלטן, איך וויל עס נישט זען, פארוואס זיך דערמאנען די "מיסערעבל מעמאריס"?

האט נאך איינער דא אין קאווע שטיבל געהאט אמאל אזא אדער ענליכע עקספיריענס מיט שלעכטע גאסטגעבער? לאזט אייך הערן!







נ.ב. דאס איז נישט קיין נאוועל, דאס איז א ריכטיגע מעשה אפגעשפילט דעם ווינטער, איך האב גראדע נישט געהערט די מעשה פון דעם אנגעלייגטן גאסט, דער טייערער אינגערמאן וועלכער איז געוואקסן אין א רייכע שטוב געבעט אין זיידן, געפלעגט מיט פויגל מילך וואס די גאנצע וועלט איז אים אלעס שולדיג, נאר פון דעם "שלעכטן בעל אכסניא" וואס האט אין א שווערע אנגעשטרענגטע צייט אריינגעמומען דעם צדיק מיט זיין בני בית, און ער ווארט נאך יעצט אויף די יישר כח, איך מיין די שטיינער.. , מחמת קוצר הפנאי האב איך אויסגעלאזט פיל פרטים פון די "אומגעלונגענע וואקאציע"..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קפנדריא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר