בלאט 1 פון 1

פון בלעק פריידעי ביז סייבער מאנדעי

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 12:36 am
דורך פליקער
היות איז קומט איצט שוין אן דער בלעק פריידעי, און ווי מיר ווייסן דער מנהג אז דאן נעמט מען זיך ממית'ן איינעם דעים צווייטן פאר א סעיל, אלעס מיז כאפן א סעיל, עס איז א מצוה אוועק צו געיבן זאכן פאר שפאט ביליג, אלע וואס זענען און ביזנעס צו פארקויפן מאכן עפעס א סעיל, מיז מען דאך דא ביי אינז מאכן א מקום ווי מען קען פאבלעצירן די סעילס.

היינט ווי מיר ווייסן אז די אלע סטארס זענען נישט גארנישט ווערט ווייל יעדער קויפט אנליין, ממילא האט מען מתקן געוועין סייבער מאנדעי, פארוואס מען האט דאס אפגעשטיפט ביז מאנטיג איז נאר אמאל געוועין נוגע, ווייל היינט האט שוין יעדער א קאמפיוטער, אלעס האט סמארט טעלעפאן'ס, אבער א מנהג איז א מנהג, מען טאר נישט משנה זיין, יעדער מיז געיבן א דיל סיי פרייטאג, און א באזינדערע דיל פאר מאנטיג, מיר וועלן זיך מחיה זיין, אבער מען ברויך דאך וויסן פון אלע דילס, זאל מען עס דא ארויפלייגן, יעדער זאל קענען כאפן מציאות.