ויחלום והנה סולם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

ויחלום והנה סולם

שליחה דורך פליקער »

ויחלום והנה סולם

איך דערמאן זיך יעדעס יאר ווען עס נעמט גיין פרשת ויצא, ווי אקטיוו איך בין געוועין אלס קליינער, א גאנצע אינדאסטרי וואס פלעיגט ווירבלען, נעמליך מען האט געקויפט סולם'ס, עס האט געפאדערט מעילער'ס, קינדער וואס האבן געהאט דעים חוש פון מאלן, זיי האבן געמאלן אלע ערליי מינע סולם'ס, מען האט פארברעינגט גאר אסאך צייט, איבערגעמאלן צעינליגע שטיק ביז עס האט זיך געמאכט עפעס א לייטישער סולם.

עס האט דאך געהאט גאר שטרעינגע הלכות, ווי אזוי עס האט געברויכט אויס זעין, מען האט נישט געקענט מאכן עפעס אבי געמאכט, עס האט געפאדערט קודם א אויס שניט פינעם פסוק, א באזינדערע אויס שניט פינעם שווערן רש"י, און די אילאסטראציע, פון ווי יעקב איז ארויס, ביז ווי ער האט געברויכט אן קומען, ווי דער חלום איז צושטאנד געקומען, פינקטלעך ווי אזוי עס איז מעיגלעך אז עס זאל זיין ראשו מגיע השמימה, און ווי די העלפט זאל זיין, מיט א צייכען, נישט קיין גראדע נאר געהאקטע.

די מלאכי אלקים עולים ויורדים האבן געברויכט ווערן אילאסטרירט, אלזא אויב איינער האט געקענט אילאסטרירן א מלאך האט געקענט פארקויפן פיל מער ווי די וואס האבן נאר געשריבן עולים ויורדים, די מלאך איז געוועין עפעס א א חצי פייגל חצי עליאן, ושד באמצע מיט אזעלכע פארכטיגע פליגלען, איך פארשטיי נישט די איינפאל, הר המוריה האט מען געמיזט ווייזן גענוי די זעלבע בערג אויפ צוויי פלעצער, מיט אזעלכע ערוי'ס ווי עס איז געוועין די קפיצת הדרך, און ווי די בארג איז קעיגן געקומען, ביי באר שבע האט מען געברויכט מאלן א ברין, אויב נישט איז עס נישט געוועין קיין שיימות, ביי די שטיינער האט מען געברויכט צייגן די צוועלעף שטיינער, ואם יש לו פנאי האט מען צוגעשריבן אז אלע צוועלעף זענען געווארן איינס.

ירושלים איז געוועין באמצע שיפוע, האט מען געבויכט מאכן עפעס א וואלקען אויבן פונקט העכער צו אילעסטרירן אז עס איז פונקט כנגד ירושלים של מעלה, אויך די זין האט קלאר געשיינט אויף יעדען סולם, אפילו די חלום איז געוועין ביינאכט און עס שטייט און ערגעץ נישט אז יעקב אבינו האט געחלום'ט פון א זין, אדער אפשר האט פונקט דאן געגאסן א רעיגן, אדער פלעין שטארק פארוואלקענט.

ירושלים פארמאגט א מויער מיט עפעס א כופה מיט אזעלכע שפיציגע זאכן אפילו א ענטענע מיז מען מאכן, הגם עס איז זיכער נישט געוועין די אלע סארט, נאר עטליכע געצעלטן, קיין שום סולם איז נישט געוועין פערטיג נאר אויב עס האט געהאט די ווערטער איסור השגות גבול יודע, הגם עס איז געוועין אן א שיעור סולם'ס, און דער וואס האט עס געמאלן האט נישט געלייזט קיין סאך ווייל יעדער האט געוויזן וואס ער קען.

נאך דעים זענען קינדער מיט קאפי מאשין'ס וואס איז געוועין א יקר המציאות, זיי זענען געווארן דיסטריביוטער'ס, זיי האבן פארקויפט א דיים א שטיק, אויב איז געוועין א סולם געמאלן אביסל טרי-די האט עס שוין געקאסט פיפצען צענט, איך געדעינק איינער א פיפיג אינגעל האט באוויזן צי פראדאצירן די סולם אויף א סטיקער, אה דאס האט שוין געקאסט א קוואדער, און געלאזט פערמענאנטע שאדן אינעם חומש, אוי איז ער געבליבן נעבעך מיט אסאך סחורה, ווייל פרשת ויצא איז נעבעך נאר איין וואך.

יעדע קינד האט געהאט כאטש צוועלעף סולם'ס, אלעס האט געזאמעלט, מען האט געפליפט סולם'ס, ער קען דאך נישט פארשטיין די רש"י אנדערש, געוועינטלעך פלעיגט די רבי לאזן ארויסנעמען דעים סולם און קיקן אויפן סולם און לערנען פון דארט די רש"י, איין יאר האב איך געהאט גאר א בייזע רבי, ווי געוועינטלעך ווען מען האט ארויסגענימען דעים סולם, האט ער זיך געבייזערט וואס גייט דא פאר, כאילו ער איז אראפ פון די לבנה, ער האט געפירט קריג מיט די גאנצע מעשה, ער האט געשריגן ער איז נישט גורס די גאנצע מעשה, ער וועט שלאגן אויב איינער ווייגט זיך ארויס קיקן פינעם חומש, יעדער האט געקריצט מיט די ציין, גיי פארשטיי א נאצי געליטענער, מן הסתם האט עס אים דערמאנט פון די וואך טורעמעס פון לאגער וואס האבן געהאט לייטערס.

אבער די גאנצע אינדאסטרי וואס האט אזוי שטארק געבליט איז עפעס אינטערגעגאנגען, איך ווייס נישט בכלל צי איינער ווייסט וואס איך רעד בכלל, איך ווייס אפילו נישט בכלל ווען עס איז אינטער געגאנגען, ווער האט אויסגעריסן די סולם פירצא, וועים איז עס געשטאנען און וועיג, עס איז דאך געוועין גאר א וויכטיגע הפסק צווישן ביזנעס קארד און פלעי מאני, צווישן קאגעלעך מיט סעיפטי קארדס, פאר די וואס געדעינקען, אבער מיינע קינדער ווייסן בכלל נישט וואס דאס איז א סולם, די רש"י איז זיי גאר נישט שווער, איך האב מורה צו פרעיגן אויב זיי כאפן נאך פעטש ביי ואני, זיי וועלן נישט וויסן וואס ואני ווען ואני, די שוידערליכע ניגון ואני איך יעקב, ווער ווייסט וואס נאך מען האט אויסגעריסן, נע זיכער דעיס האבן נאך רי רבי'ס געלאזט, ווי קען מען פארקיקן אויפ א געלעיגנהייט אן צו מקלן די קינדער, אוי ווער ווייסט אפשר כאפן די קינדער היינט שוין נישט קיין פעטש, קינדער ווייסט איר וואס מיינט האלט די האנט, אדער פרעיגט עטס, ווי זאליך עס האלטן, הייסט מען נאך היינט קינדער טייטלען, איך וועל מיזן מאכן א גרינטלעכע אויספארשינג.

איצט איז שוין שפעיט ביינאכט און איך בין מיד, איך פאל אוועק און א טיפע שלאף, איך ציטער איך גיי חלום'ן פון סולם'ס מיט מלאכי אלקים, ווער ווייסט וואס נאך דער מלאך החלומות האט פאר מיר.

ערגעץ איז מיר דורך געלאפן א מחשבה, אז די סיבה פארוואס עס איז לייכטער געווארן פשט און רש"י, אז פשוט ציליב וואס מיר פארמאגן היינט דזשי-פי-עס טעכנעלאגיע, עס איז היינט פשוט, ווען מען לייגט אריין און וועיז אדער גוגל מעפס, באר שבע העדינג צו חרן, אלע פוינט'ס אויף אינטערעסט, אפשר וועלן זיי נישט וויסן אז אולם לוז שם העיר לראשונה, אבער מען קען נישט וויסן, מען וועט גלייך זעין ווי לאנג עס נעמט צו וואקן פון באר שבע ביז חרן, מען וועט גלייך פארשטיין אז עס פארלאנגט זיך קפיצת הדרך, פארשטייט זיך אז קיין הייוועיס איז נישט געוועין אבער אויך נישט קיין טרעפיק, עס איז יתכן אז וועיגן דעים איז דער סולם געווארן אים נויטיג ועדיין צ"ע גוגל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר