דעבאטירן און קאמענטירן אויף אלטע אשכולות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19793
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
קאנטאקט:

דעבאטירן און קאמענטירן אויף אלטע אשכולות

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב לעצטנס אנטדעקט דא אין קאווע שטיבל אן אוצר פון אלטע (נישט אקטיווע) אשכולות.
וויאזוי איך האב פארזען דעם אוצר, ווייס איך נישט. אבער דער פאקט איז אז כ'האב עס אדורכגעליינט מיט גרויס געשמאק. בבחינת "שש אנוכי על אמרתיך כמוצא שלל רב".
און איך האב אויך קאמענטירט איבער א סאך פון זיי. האט זיך אויפגעהויבן א שטורעם דא אין קאווע שטיבל. כמעט א סומאטאכע. איך האב געהערט פון צוויי מנהלים. אויך פון עטליכע ניקס. "ס'הייסט איך האב געטון אזא שרעקליכע עוולה, און קאמענטירט אויף פארשלאפענע אשכולות. עד כדי כך אז מ'האט אפילו שפעקולירט אויב איך בין דער ניק המכנה את עצמו "אשכולות אויפוועקער".
לפענ"ד זעה איך נישט וואס איך טוה דא נישט ריכטיג מיט קאמענטירן לפי ראות עיני אויף די גאר אינטרעסאנטע סובדזשעקטס וואס ווערן אדורכגעלופטערט אין די אשכולות.
אדרבה. ס'געט צו צו די לעבעדיגקייט פונ'ם שמועס.
מילא ווען מ'דעבאטירט אויב מ'זאל פארן צום חוזה מ'לובלין אדער צום יוד הקדוש, פארשטיי איך אז ס'איז עבר זמנו. די דעבאטע און די מענטשן זענען שוין לאנג נישט דא בעולם. אבער זאכן וואס זענען אדורכגעשמועסט געווארן מיט צוויי יאר צוריק אדער נאך שפעטער, זעה איך נישט פארוואס דאס קען נישט נאכאמאל אויפגעברענגט און דעבאטירט ווערן.

אשר על כן, ווענד איך מיך צו די חשוב'ע חברי השטיבל. ירא הקהל וישפוט. זאלל דער עולם ארויסזאגן א מיינונג אויב ס'איז ריכטיג אדער נישט צו קאמענטירן און דעבאטירן איבער אומ-אקטיווע אשכולות.

אויך. וואס איז די הגדרה פון אן אלטן אשכול, אדער סובדזשעקט, וואס מאכט א סאך מענטשן ארויסגיין פון די כלים...נאך צוויי חדשים? זעקס חדשים? א יאר, אדער מער?... :o
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר