וואס וואלסט דו געטוהן ווען.... ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

וואס וואלסט דו געטוהן ווען.... ?

שליחה דורך ידען »

שוין ווייטער קענעך נישט צוריק איינשלאפען. איך דריי מיך פון איין זייט צו די אנדערע זייט בעט און איך טריי נישט אויפוועקען מיין פארטנער אבער איך קען נישט פארמאכען מיינע אויגען.

איך טראכט פון זייער א סאך זאכן. איך עפען קאווע שטיבל און איך לייען איין אשכול און נאך איין. איך לייק ווען סיז מיך אינטערעסאנט און איך לייג אריין א תגובה אויב כאב עפעס צו זאגען. איך מאך צו מיין סעל און איך טריי נאך אמאל צו שלאפען, איך טראכט ווייטער און סע גייט נישט. איך עפען צוריק מיין סעל און איך גיי צו די whatsapp groups און איך לייען דארט. איך forward אינטערעסאנטע זאכן פון איין גרופ צו די אנדערע. איך מאך צוריק צו מיין סעל און איך טריי נאך אמאל. סע גייט נישט.

אלעס וואס כאב נאר געקענט טראכטען האב איך שוין גענעמען א מיינונג. יעצט איז מיך אריין א שרעקעדיגע זאך אין קאפ און איך טראכט אז סיז גוט פאר א אשכול דא אין קאווע שטיבל.

סיז אפשר שוין דא אזא אשכול און אויב סיז דא זאל מען מיך עס לייגען דא און מע וועט צאמשטעלען.

איך טרעף מיך אין א צימער מיט מענטשען און מע גייט אויס פירען א טויט אירטייל אויף א מענטש. איך ווארף מיך פאר פחד אז איך בין אנגעקומען צו אזא פלאץ אבער כאב נישט קיין ברירה. איך בין דא. איך ווייס נישט וויזוי איך בין דארט מיך געטראפען אבער איך בין מיט אזעלעכע בארבארישע מענטשען אנגעקומען און איך זעה א מענטש וואס מע וויל אוועק נעמען זיין לעבן. יעצט איז ער געהעריג א מענטש וואס לעבט און אטעמט און נאך אביסעל קען זיין אז ער וועט שוין נישט פילען קיין צער פון מורא האבען אז ״מע גייט איהם הרגענען״ ווייל ער וועט שוין נישט לעבען אויף די וועלט.

אלע שרעקעדיגע בילדער וואס כאב געזעהן וויזוי מע שיסט א מענטש קומט יעצט ארויף אויף מיין פענטעסי. מיין קאפ איז יעצט פיל מיט אייסיס ווידיאויס. איך זעה יעצט לייוו ווי מע שנייד אפ קעפ פון מענטשען און זייערע שטארקע יסורים מאכט מיך זיך ווארפען פון שרעק פאר זייערע ביטערע טויט.

איך גיי אויס פאר רחמנות און אפי׳ מיין קאפ איז אזוי דערשראקען פאר די מענטש וויל מארדען, קומט פליצלינג אריין אזא מחשבה אז אפשר קען איך נאך עפעס טוהן צו ראטעווען יענעם. איך זעה טאקע חיות מיט גרויסע מעסערס און גאנס אבער איך קען נישט שטיין און זעהן אז מע גייט אוועק נעמען א לעבן פון איינעם און איך זאל גארנישט טרייען צו העלפען.

איך ווייס נאך נישט וואס איך גיי טוהן און איך שטעל מיך אפ דא ווייל מיינע פינגערס טוען וויי און איך האב נישט קיין מושג וואס איך קען טוהן.

יעצט פרעג איך ענק. וואס וואלט עץ געטוהן?

ווענצעך וואס סיז די מעשה אדער ווענצעך אויב די טשענס איז דא צו ראטעווען יענע מענטש?

ענק וואלט געריסקט צו ראטעווען יענעם אדער אויב סיז דא גאנס געט מען אויף?


(כאב געברענגט א עקסטרים סינעריא ווייל פון דעם טראכט איך יעצט אבער סע קען זיין א סאך מיני מעשיות אזוי ווי די טי ווי show:
what would you do?)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר