קליפס פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

קליפס פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל

שליחה דורך עזריאל »

היות נעכטען איז אויפגעברענגט געווארן די ענין פון קליפס פון סאטמאר רב, און איך האב געזעהן אז דער עולם דא איז פרעמד דערצו, ע"כ לזיכו הרבים (ווי ובלכתך בדרך) בין איך מלקט דא די קליפס פון וואס איך ווייס, אויב איינער ווייסט פון נאך ביטע ארויפלייגען.
איך הייב אן מיט איינס וואס איז לדעתי (לדעתי לדעתי) די שענסטע ווי מ'זעט דעם רבין אין א גארטען אינמיטען די נאכט מיט רי' נתן יוסף זיך מפלפל זיין און א עפעס א ספר אינמיטען שרייבן דעם על הגאולה, מ'זעט די רבי קאכט ווי פייער. מ'זעהט אויך סתם די חיי יום יום.
https://www.youtube.com/watch?v=0SkoQc4puy0

ווי באקאנט פלעגט די רביס קאר (געדרייווט דורך סענדר ענגעל) זיך עפענען די דאך. דא קענט איר עס זעהן
https://www.youtube.com/watch?v=gLY2pTX3CtA

די רבי פלעגט פאר פחד נישט פארן מיט א פליגער (נאר איינמאל בסוף ימיו איז ער געווען אויף א פליגער קיין מיאמי) במילא ווען ער פלעגט פארן קיין א"י פלעגט מען גיין מיטן שיף, ס'פלעגט נעמען היבש צייט, אין זייער אסאך הוראות אין פסקים קומט פון ווען די רבי איז געווען אויפן שיף {למשל לערנען ספרי ברעסלב, זמנים ובפרט זמן שבת ביאפאן, ועוד} דא קען מען זעהן דעם רבין אויפן שיף, מזעהט די באגלייטען צום שיף, לערנען אויפן שיף, הבדלה, פייערדיגע ריקודים נאך הבדלה דורך די משמשים, חלק מקבלת פנים בישראל, און נאך. ס'איז כדאי אנצוצייכענען אז די שיף איז געווען די קווין מערי.
https://www.youtube.com/watch?v=PWUbAMPuuHk

דא זעהט מען דעם רבין אויפן באן און א"י
https://www.youtube.com/watch?v=FKArdVRBats

דא איז דא א לענגערע אוםקלארע קליפ פון די קבלת פנים אין א"י
https://www.youtube.com/watch?v=03VSWnOUw7s

כ"א כסליו
https://www.youtube.com/watch?v=qUQrfnysP80

א אנדערע יאר כ"א כסליו
https://www.youtube.com/watch?v=Wf8CpMduLak&app=desktop

ווי אויך איז דא איינער וואס האט צוזאם גענימען עטליכע פון די קליפס און געמאכט איינס דערפון. אבער ער האט אויך דארט אפאר נייע זאכן
https://www.youtube.com/watch?v=0WrX-X62swc

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר