אפהאנדלונג איבער די עירליינס איבער די וועלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

אפהאנדלונג איבער די עירליינס איבער די וועלט

שליחה דורך שמעקעדיג »

אמעריקאנער עירליינס זענען פון די ערגסטע אין די אינדוסטרי!

די לעצטע פאר יאר, ווען אימער כ'האב געזוכט רעוויואס פון די אמעריקאנע עירליינס, אויף מערערע סייטס, האב איך זיי כסדר געפינען כמעט-כולו שלעכט, יעדער מיט אנדערע סארט קאמפלעינטס. אפילו די געציילטע עירליינס וועלכע פלעגן זיין ברייט-בארימט מיט אויסגעצייכענטע און צוגענגליכע סערוויס (א שטייגער ווי דזשעט-בלו) גייען אויך צעביסלעך מטה מטה, אין מערערע הינזיכטן, צו די אנטוישונג פון די אפטע פליערס. עס איז מיר געווען א פלא, און כ'האב געטון אביסל ריסורטש אין די נושא.

די עיקר טענות וואס קאסטומערס באקלאגן זיך זענען: מען שפירט זיך בלויז ווי א נומבער, מען גיט כמעט נישט קיין נארמאלע סערוויס בשעת די פלייט, טראץ די געצווינגענע פאלשע שמייכל פון די סטוארדעס; אפילו אין ערשטע קלאס איז נישט עפעס אזוי איי איי איי; און בכלל די עראפלאנען (אסאך וועלכע זענען שוין עלטערע) האבן זייער שמאלע זיצן – און זיי פרובירן יעצט צו מאכן שמאלער; אווערבוקינג, ד.ה. אז צב"ש אויף אן עראפלאן מיט פלאץ פאר 400 פאסאזשירן וועט מען בוקן מיט א 10-20 מער מענטשן, און די עירליינס האפן אז אזוי אפילו אויב איינער וועט נישט אנקומען וועט דער פלייט זיין גענצליך פול און נישט פארלירן אפאר טאלער, וואס דאס האט גורם געווען פאר פילע פאסאזשירן צו בלייבן סטאק און זיין געצווינגען צו נעמען שפעטערדיגע פלייטס; אן אנדערע שטארקע קאמפלעינט איז ווי די עירליינס 'ניקל-ענד-דיים-יו', ד.ה. פאר יעדע פיצעלע שטות דארף מען צוצאלן גרויסע געלטער. ביז נישט לאנג צוריק זענען די אלע זאכן געווען אסאך גרינגער און ביליגער. צב"ש אינטערנאציאנאלע פלייטס האבן אמאל ערלויבט מיטצונעמען פאר יעדן רייזענדער 2 רענצלעך פון 70 פונט איטליכע, היינט צו טאגס איז בלויז ערלויבט 1 רענצל פון 50 פונט, אן איבעריגן רענצל וועט אייך קאסטן צווישן 150-200 טאלער. אזוי אויך אנדערע סערוויסעס וואס פלעגן אמאל קומען אינקלודעד, קאסט היינט עקסטער, טראץ וואס די פרייזן פון די טיקעטס זענען דראסטיש געשטיגן (ווער געדענקט נאך 15-20 יאר צוריק ווען מען האט געקענט טרעפן אינמיטן זומער פלייטס קיין א"י פאר 700-800 טאלער).

די אלע קאמפלעינטס זענען שוין אחוץ דעם שווערן גיהנם וואס דער פאסאזשיר גייט אדורך אין עירפארט, פון גאר לאנגע רייעס צו שטיין און ווארטן (צוליב שניטן אין פערסאנאל), זיך אויסטון די שיך און דעם פאסיק, אויספאקן אלע טאשן, מען טוט אדורכסקענען דעם גאנצן גוף מכף רגל ועד ראש, נעסטי סערוויס פון די TSA, מ'קען אויסשטיין שווערע קרייץ פארהערן פאר יעדע פארדעכטיגע קלייניגקייט אונטערן אויסרייד פון 'סעיפטי' אא"וו. אונטערשטע שורה, דאס פליען היינט איז געווארן א שרעקליכע אפקומעניש, אנשטאט וואס אמאל איז עס געווען א איינגענעמע איבערלעבעניש. (זעלבסטפארשטענדליך אז טעראר האט א חלק דערין, אבער מער איבער דעם בל"נ א צווייטע מאל). עכ"פ ווען מען טשעקט די רעוויאוס אנליין, זעהט מען דאס קלאר אז אונזערע אמעריקאנע עירליינס באקומען די נידריגסטע סאטיספאקציע ראטעס. מען וועט זיי קיינמאל נישט טרעפן אין די "טאפ 10" קאטעגאריע.

ווער איז בעסער?

געציילטע אייראפעישע עירליינס קומען ע"פ רוב ארויס אביסעלע העכער, בפרט די "בעסערע" עירליינס, ווי לופטהאנזא (ר' בערל, ביטע האלט זיך איין...), סוויס עיר, הגם אנדערע זענען נישט צו גוט, ווי אליטאליע. ווי אויך געוויסע אזיאנישע עירליינס זענען אויף א העכערן ראנג, ווי צב"ש סינגאפאר, יאפאן עירליינס, אד"ג.

דער חידוש איז אבער מיט עטליכע אראבישע עירליינס, באזונדערס פון די רייכע לענדער וועלכע זענען לאקירט ביים פערסישן גאלף. בעיקר די דריי: עמירעטס, און קאטאר, און עטיהעד, וועלכע צייכענען זיך אויס מיט אויסערגעווענליכע גוטע סערוויס. פאסאזשירן וועלכע זענען שוין געפלויגן מיט יענע עירליינס, זאגן אז די אמעריקאנע (און ניטאמאל די אייראפעאישע) קומען נישט נאנט צו די פינף-שטערנדיגע סערוויס וועלכע די אראבישע שטעלן צו. די פרייזן זענען לכתחילה ביליגער, נישט יעדע זאך קאסט עקסטער, ומצד שני סערווירט מען יעדן ווי א מלך, מיט א אמת'ע פריינטליכקייט און געטריישאפט, זיי פארמאגן נייערע און באקוועמערע פליגערס, זיי האבן די מערסט-פארגעשריטענע אינטערטעינטמענט סיסטעמ'ס וואס איז שייך, סערווירן פיל בעסערע קוואליטעט עסן און פולערע מאלצייטן, אפגערעדט אין פירסט/ביזנעס קלאס באקומען צוגעשטעלט אלעס אויף גאר א הויכן פארנעם, ווי שאוער'ס אין ערשטע קלאס, און געשמאקע בארס אין ביזנעס קלאס. די קינדער וועלכע פליען דארט באקומען צוגעשטעלט קינדערישע געימ'ס און אינטרעסאנטע אקטיוויטעטן, מיט א "נעני" וועלכע נעמט קעיר פון זיי.. פאסאזשירן וועלכע זענען שוין געפלויגן מיט יענע עירליינס ווילן שוין מער נישט וויסן פון די אמעריקאנע עירליינס. (אגב, אויב עס אינטרעסירט אייך, איר קענט זעהן יוטוב קליפס פון זייערע ערשטע קלאסן פלייטס, די שפייעכץ וועט אייך רינען פאר קנאה....)

qatar-airways.jpg
qatar-airways.jpg (13.19 KiB) געזען געווארן 2584 מאל


"איך בין געפלויגן אויף אן אמעריקאנע עירליין אין ביזנעס-קלאס פון רוים צו באסטאן" – פארציילט א פאסאזשיר – "איך האב זיך נישט געקענט אויסציען געהעריג די פוס; די זיצן האבן זיך נישט פולשטענדיג רעקליינד; איין פאסאזשיר איז געווען נאנט און כמעט צושטופט צום צווייטן; און באקומען האב איך א פשוט'ע מאלצייט. ווידעראום פליענדיג פון ניו יארק צו אבו-דובאי, איז געווען דער חילוק הימל און ערד. די שיינע לעקטערלעך העכער מיר האבן אויסגעקוקט ווי שטערן פון הימל; באקוועמע זיצן בין יושבין ובין מסובין, כ'האב אויסגעצויגן מיין זיץ ווי א קעניג, פולקאם אויסגעלייגט; די עסן איז געווען עפעס שלא מעלמא הדין; ווען מיין פאספארט איז ארויסגעפאלן פון מיין טאש שלאפענדיג ערגעצוואו אינעם פלושענעם זיץ האט דער סטוארדס געטון אלעס אין זיין יכולת מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, געעפנט יעדן שפאלט אינעם זיץ, זוכנדיג בחורין ובסדקין, ביז ער האט עס סוקסעספול אפגעפינען", ענדיגט ער מיט התפעלות.

Emirates-airliner-001.jpg
Emirates-airliner-001.jpg (28.68 KiB) געזען געווארן 2584 מאל


און זייערע לוקסוריעזע עירפארטס זענען גארנישט אינטערשטעליג. זיי שטעלן צו באקוועמליכקייטן און לוקסוס וואס אמעריקאנער קענען נאר חלומ'ען דערפון. ווי סווימונג פול'ס, וכדומה.

יגעת ומצאת תאמין, זייער הצלחה שפעטיגט נישט צו קומען. זייער קאנסומער באזע וואקסט אויף גאר א שנעלן פארנעם, און זיי זענען די גרעסטע קאסטומערס פון ביידע עראפלאן מאנופעקטשורערס, באואינג און עירבאס, בפרט פון די גרויסע דזשאמבא דזשעטס, ועוד ידם נטויה, זיי האבן א געוואלד עראפלאנען אויף ארדער. וואל סטריט דזשורנאל שרייבט אז אין נאוועמבער האט עמירעיטס געגעבן א ארדער פון 150 777 פליגערס פון באואינג, פאר 76 ביליאן דאלער! (די גרעסטע ארדער אין אוויאציע היסטאריע), און קאטאר, אן ארדער פאר 50 שטיק, פאר די סומע פון 19 ביליאן, בשעת עטיהעד האט געקויפט 25. ווי אויך האבן זיי שוין געארדעט א ריזיגן מספר פון די גאר נייע באואינג 777x וועלכע אנטשפרעכט צו זיין איינע די בעסטע פליגער ווען עס וועט ערשיינען, ערגעץ צווישן 2017-2020, אזוי וועט אויסקומען אז אין די קומענדיגע יארן וועלן זיי פארמאגן די אויבערהאנט אין די הימלען. קאטאר האט גאנץ לעצטנס באקריגן איר ערשטן באקוועמען דריעמליינער 787 עראפלאן, די ערשטע פון א ארדער אויף 30 שטיק וואס וועט נאכפאלגן. קאטאר האט געפייערט דעם אינצידענט מיט אפענע פרייד און פאמפע, און געמאכט א ברכת שהחיינו מיט גרויס כוונה..

qatar-airways-.jpg
qatar-airways-.jpg (59.61 KiB) געזען געווארן 2584 מאל


א בליק אין זייערע ערשטע און ביזנעס קלאסן

Qatar Airways 787.jpg
Qatar Airways 787.jpg (46.12 KiB) געזען געווארן 2584 מאל

Qatar_Business_Class_cabin.jpg
Qatar_Business_Class_cabin.jpg (56.52 KiB) געזען געווארן 2584 מאל

emirates_249.jpg
emirates_249.jpg (273.27 KiB) געזען געווארן 2584 מאל


די אמעריקאנער עירליינס ציטערן

דער פענאמען לייגט אריין די אמעריקאנער עירליינס אין א ערנסטע קלעם, און זיי שלאפן נישט רואיג ביינאכט איבער דעם מצב. הגם די אראבישע פליען נאך נישט איבעראל ווי די אמעריקאנער עירליינס פליען, זייער ווייניג דעסטינאציעס פון/צו אמעריקע, פארט גייען זיי צוביסלעך אבער זיכער, און נעמען איין איין מארקעט נאכן צווייטן. זיי האבן זיך לכתחילה שטארק אויסגעשפרייט אין די אזיאנער, אפריקאנע און אייראפעאישע קאנטינענטן, אבער זיי שפרייטן זיך אויס אויך אין אמעריקע. וואל סטריט דזשורנאל שרייבט אז די לעצטע יאר זענען זיי געוואקסן אין די יונייטעד סטעיטס ביי א 47% וואוקס ראטע, און סערווירן 11 סיטי'ס, און האבן שוין פלענער פאר 15 סיטיס'ס. על בעיקער, א ווארטזאגער פון קאטאר, זאגט פאר יו.עס.עי. טודעי, אז די נעקסטע גרויסע ציל איז שיקאגא, און בקרוב וועט נאכפאלגן אטלאנטא, דעטרויט און באסטאן.

קאסטומערס זענען פארשטענדליך ענטוזיאסטיש פאר די קאמפעטישאן, און דאס לייגט אריין די אמעריקאנע עירליינס אין א סכנה. ווי א א ווארטזאגער גיבט איבער, פרובירן שוין געוויסע אמעריקאנע עירליינס צוצושטעלן געוויסע בעסערע סערוויס, לכה"פ פאר די ערשטע קלאס פאסאזשירן. יאפ, קאמפעטישאן איז גוט פארן קאסטומער. כאטש מאנכע קרומען נאך מיט די נאז און טענה'ן אז בנוגע סעיפטי זענען אמעריקאנער טאפ-אף-די-ליין, און ווי איינער קאמענטירט אז "ער וואלט געציטערט זיך ארויפצוזעצן אויף אן אראבישן פליגער", מאכט אבער קאטאר אוועק די זארג. "איך פארשטיי אז מאנכע אמעריקאנער זענען שוין צוגעוואוינט צו זייער אייגענע עירליינס, האבן שוין דארטן אויפגעבויעט א טראסט, און וועלן שווער פועל'ן ביי זיך צו טוישן, ארויסצוגיין פון זייער קאמפאורט זאון און פרובירן פרעמדע עירליינס" – טענה'ט דער אויבנדערמאנטער על בעיקער פון קאטאר עירליינס – "אבער איך קען זיי פארזיכערן, אז טעמו וראו כי טוב, איינמאל איר וועט אונז פרובירן וועט איר נישט חרטה האבן און מער נישט צוריקקוקן".

כדי צו אריבערגעווינען מער אמעריקאנער צו זייערע עירליינס, פרובירן זיי פארשידענע טריקס. ווי למשל צו מאכן שותפות פאר מיילעדזש מיט געוויסע אמעריקאנע עירליינס. צב"ש עמירעיטס האט זיך צוזאמענגעשטעלט מיט אלאסקא עירליינס און דזשעט-בלו אויף זייער "פריקווענט-פלייער" פראגראם.

די סיבות דערצו

וואס זענען די סיבות אז זיי טויגן בעסער ווי די אמעריקאנע קאמפאניס? נאך דערצו פאר ביליגערע פרייזן?? עס זענען פאראן מערערע. דער עיקר סיבה גיבט מען אן ווייל יענע עירליינס באלאנגען צו די רעגירונג וועלכע טוען סובסידירן די עירליינס און גיסט אריין גרויסע געלטער זיי צו האלטן אויפן בעסטן פארנעם, אנדערש ווי די אמעריקאנער עירליינס וועלכע זענען פריוואטע קאמפאניס. יונייטעד עירליינס האט פרובירט צו שתדל'ען ביי די אבאמא אדמיניסטראציע פרובירן צו ענג מאכן יענע עירליינס און פארקלענערן זייער איינפלוס, מיט די טענה אז עס פארלעצט די ביזנעס רעגולאציעס און עס איז נישט 'פעיר קאמפעטישען'. עס איז דערווייל נישט געקומען קיין שום אנטווארט פונעם ווייסן הויז. עמירעיטס לייקנט די באשולדיגונגען אז די גאווערמענט העלפט זיי ארויס פינאנציעל.

די צווייטע פארשטענדליכע סיבה איז, אז אויל/גאז איז פיל ביליגער אין יענעם ראיאן, ממילא קענען זייערע עירליינס זיך ערלויבן צו טיילן ביליגערע טיקעטס.

נאך א שטארקע סיבה זענען די אמעריקאנע געזעצן כלפי ביזנעסער און ארבעטערס און, ווי געווענליך, די ארבייטער יוניאן, וועלכע פארלאנגען גדולות ונצורות (טיפיקל אמעריקע). אין פארגלייך צו די דארטיגע געזעצן. דארט קען מען באצאלן ביליגער, און פארלאנגען מער פון זייערע ארבייטערס, בשעת דער אמעריקאנער געזעץ טוט פארבאטן צו פארלאנגען צופיל שעות וכדו'. ווי אויך געוויסע טייערע טעקס וואס אמעריקע טשארדזשד, עקזיסטירן נישט ביי די אראבישע. ביי אמעריקאנער עירליינס, ארום 20% פון דעם טיקעט פרייז גייט אראפ פאר 17 סארט טעקסעס, א זאך וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש.

לי מאועק, דער פרעזידענט פון "וואשינגטאן די.סי. עירליינס/פילאטן אסאסיאציע", טענה'ט אז ביי די אראבישע לענדער קוקט אויס ווי מען טוט פראקלאמירן און שטיצן צו פליען, בעת אין אמעריקע טוט מען כלומר'שט באשטראפן די פאסאזשירן מיט גאר הויכע טעקס ראטעס. אויך זאגט ער: "איך גלייב אז די יו.עס. עירליינס קענען קאמפיטן מיט די אראבישע, אבער מאמענטאל איז עס זייער נישט "איווען" (נישט קיין פארגלייך) און די יו.עס. עירליינס שטייען אויס צו פארלירן דעם געים".

אלענפאלס, ווי עס קוקט אויס לויט רוב שאצונגען וועט פארקומען א שיינע רעוואלוציע אין די הימלען די קומענדיגע פאר יאר, און דער וועג פון פליען וועט זיך האפענטליך פארבעסערן, צו יעדנ'ס צופרידנהייט (אפשר אחוץ פון די עירליינס...).

ימים ידברו.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר