דייעט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:35 pm

פליקער האט געשריבן:א גיטן וואלווי האלב פון מיינע תגובות אין דיזען אשכול איז געשריבן פאר דיינע הערות דאכצעך


דער אמת שטעכט נעבעך ווי א מחט בבש"ר החי...

מ'טרייעט זיך מחזק זיין. אלזא, שרייב ווייטער והיו הדברים האלה על לבבנו און אפשר וועט מען נאך זוכה זיין צום מחצית השק"ל לכפר על אכילתנו. אבער זעט אויס אז ס'וועט נאך נישט געלונגען ביז פאר אחד באדר משמיעים על השקלי"ם.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 11:46 pm

נארמאל האב איך זייער ליב דעם ניק וואלווי, אבער יעצט וועל איך מוזן נעמען די דרייסטקייט און זאגן פאר ר' פליקער, הער נישט אויס דעם וואלווי, לאז דיך נישט איבעררעדן, דו ביסט שטערקער פון אים! האלט זיך פעסט, גיי אן, פארליר פונט נאך פונט, און ווער נישט געשטרויכעלט פון די וואס פרובירן אפצושוואכן דיין התלהבות!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 12:29 am

אדרבה פליקער, prove me wrong איך פארגין דיך באמת. הלואי ס'געלאנגט מיר אויך. זיי ווייטער מבשר בשורות טובות, נאר נישט בשורה טובה מדשן...

וואס קלענע"ר דער עולם אלס גרעסער דער שמחה.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 7:42 pm

איצט און די פסח צייט בעט איך נאך אמאל דעם עולם זיך צו האלטן צו מיינע תקנות אויפן אשכול 'פסח אויף דייעט',
אגב איצט ווערט צוויי יאר מיט זעקס חדשים וואס איך בין שטעקן ווי א דאר.
קראכן זאלן די אלע וואס האבן זיך געיאוועט אויף מיינע פלאגענישן, און ווי איך לאך פון זיי ווען עס קומט איצט זימער און זיי טראכטן שוין וואס זיי וועלן טיען צי א שוויץ במקומות המכוסים.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3645 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג מערץ 31, 2017 12:19 pm

פליקער האט געשריבן:איצט און די פסח צייט בעט איך נאך אמאל דעם עולם זיך צו האלטן צו מיינע תקנות אויפן אשכול 'פסח אויף דייעט',
אגב איצט ווערט צוויי יאר מיט זעקס חדשים וואס איך בין שטעקן ווי א דאר.
קראכן זאלן די אלע וואס האבן זיך געיאוועט אויף מיינע פלאגענישן, און ווי איך לאך פון זיי ווען עס קומט איצט זימער און זיי טראכטן שוין וואס זיי וועלן טיען צי א שוויץ במקומות המכוסים.


ווי אזוי זינגט מיכאל און א מענטש לאכט און גאט לאכט?

פליקער לאכט און וואלווי קראכט, פליקער לאכט און וואלווי קראכט, ווייל נאר דער, מיט פליקער'ס געווער, קען אויספירן דעם פלאן.......
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך הערסטע » מיטוואך יולי 19, 2017 1:31 am

מיין עקספיריענס איז, גיין אויף א גוטער דייעט מיט א נארמאלער ניוטרישעניסט קען מען שיין פארלירן און זיך האלטן, איך בין געווען איבער 400 פונט! אין אזוי לאנג ווארטענדיג אויף מיין זעקס חדשים צו ווערן עפראווד פארן סליוו בינעך יעדן וואך געגאנגען צום ניוטרישעניסט, (און איר ניטאמאל געפאלגט הונדערט פראצענט ( און פארלוירן בערך 20 פונט, און 4-5 חדשים! היינט האלט איך שוין א שיין שטיק צייט נאכן אנהויבן צוריק צו עסן ווי א גראבער און איך האב נאכאלץ נישט צוריקגענומען אלעס וואס איך האב פארלוירן... סא די בעסטע איז אז דו ארבעט'ס שוין יא אזוי שווער זע עס צו טוהן אויב די ריכטיגע וועג אזוי וועט זיך עס אויסצאלן אויף שפעטער.

איך האב אביסל געזוכט אויב עס איז שוין דא א אשכול וואס מ'רעדט ארום פונעם "סליוו", נאכנישט געטראפן, אויב איינער קען מיר צופירן וועל איך שטארק דאנקבאר זיין.
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך פליקער » מיטוואך יולי 19, 2017 3:05 pm

הערסטע האט געשריבן:מיין עקספיריענס איז, גיין אויף א גוטער דייעט מיט א נארמאלער ניוטרישעניסט קען מען שיין פארלירן און זיך האלטן, איך בין געווען איבער 400 פונט! אין אזוי לאנג ווארטענדיג אויף מיין זעקס חדשים צו ווערן עפראווד פארן סליוו בינעך יעדן וואך געגאנגען צום ניוטרישעניסט, (און איר ניטאמאל געפאלגט הונדערט פראצענט ( און פארלוירן בערך 20 פונט, און 4-5 חדשים! היינט האלט איך שוין א שיין שטיק צייט נאכן אנהויבן צוריק צו עסן ווי א גראבער און איך האב נאכאלץ נישט צוריקגענומען אלעס וואס איך האב פארלוירן... סא די בעסטע איז אז דו ארבעט'ס שוין יא אזוי שווער זע עס צו טוהן אויב די ריכטיגע וועג אזוי וועט זיך עס אויסצאלן אויף שפעטער.


איך וויל דיר זייער צורעדן אז דו זאלסט מאכן דעם סליוו ווי אמשנעלסטן, איך בין זייער פראוד פון דיר פארן פארלירן צוואנציג פינט, אבער דיין געזינט וועט נישט שטיין און ווארטן, דו ברויכסט פארלירן א ציפער וואס דו קענסט ניטאמאל חלומען פון דערגרייכן, ובכן איז דיין עקספיריענץ מיט פארלירן אויך זייער נישט מאנסטגעבען, והא ראי' דו האסט זיך ציריק גענימען עסן ווי א גראבער און אויב האסטו נאך נישט צוגענימען עד הנה וועט עס אבער נישט נעמען לאנג און דו וועסט זיך טרעפען מיט א שמיצקעל אריבער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3645 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך הערסטע » מיטוואך יולי 19, 2017 3:30 pm

יישר כח,

ניין, איך בין שוין געווען אויף אסאך מיני דייעטס דורכאויס מיינע יארן, רוב דייעטס וואס איך בין געווען האב איך תיקף ווי נאר איך האב אנגעהויבן עסן, אנגעהויבן צירוק צונעמען אלעס וואס איך האב פארלוירן, חוץ די מאל וואס איך בין געגאנגען אויף א נארמאלער ערוואקסענער דייעט, נישט צו איבערגעטריבן און יא מען פארלירט ווייניגער, אבער ביסט אסאך מער פארזיכערט מיט וואס דו האסט פארלוירן...

יא, איך גיי אי"ה מאכן דעם סליוו און לאמיר האפן אז איך וועל קענען טוישן מיין לעבן שטייגער, און מער פון דעם האף איך אז צו לעבן ווי א דארן יונגערמאן איז געשמאק, ווייל א גראבערס לעבן נאך אלעם איז זייער פיין און געשמאק... שוין די עיקר איז אז מ'זאל לעבן.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך newkave » מיטוואך יולי 19, 2017 3:41 pm

@ליטוואק פון בודאפעסט, וויפיל האסטו פארלוירן זייט דיין סליוו?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 19, 2017 4:01 pm

איך האב נישט קיין סליוו, איך האב אביסל געדייעט. איך האב פארלוירען א שיינע ציפער, אבער איך האב נישט ווייטער געטוהן. דעריבער בין איך נאך דארער ווי איך האב אנגעהויבען, אבער סטאביל. איך דארף נאך פארלירען א שיינע פאר פונט.

איך האב זיך אויסגעלערנט א געוויסע מאס איינהאלטונג, אבער נישט גענוג.

איך פלאן עפעס ווידער אנצוהויבען נאך תשעה באב. ונזכה ונחיה ונראה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8580 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יולי 19, 2017 4:18 pm

פארוואס ווארטען ביז נאך תשעה באב?
אױב נישט יעצט, ווען פין נאך תשעה באב ווערען נאך שבת נחמו וכו'.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2287
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1193 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 19, 2017 4:49 pm

ס׳האט מיט מיין התחייבות׳ן און מיין לעבען, נישט סתם א דאטום. דאס דארף ריכוז המחשבה, פון היסח הדעת קען איך נישט דייעטען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8580 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך ביליג » מיטוואך יולי 19, 2017 5:11 pm

הערסטע האט געשריבן:יישר כח,

ניין, איך בין שוין געווען אויף אסאך מיני דייעטס דורכאויס מיינע יארן, רוב דייעטס וואס איך בין געווען האב איך תיקף ווי נאר איך האב אנגעהויבן עסן, אנגעהויבן צירוק צונעמען אלעס וואס איך האב פארלוירן, חוץ די מאל וואס איך בין געגאנגען אויף א נארמאלער ערוואקסענער דייעט, נישט צו איבערגעטריבן און יא מען פארלירט ווייניגער, אבער ביסט אסאך מער פארזיכערט מיט וואס דו האסט פארלוירן...

יא, איך גיי אי"ה מאכן דעם סליוו און לאמיר האפן אז איך וועל קענען טוישן מיין לעבן שטייגער, און מער פון דעם האף איך אז צו לעבן ווי א דארן יונגערמאן איז געשמאק, ווייל א גראבערס לעבן נאך אלעם איז זייער פיין און געשמאק... שוין די עיקר איז אז מ'זאל לעבן.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

וועלעכע דייעט ביסטו געגאנגען ווי די האסט פארלוירן 20 פונט ?
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך הערסטע » מיטוואך יולי 19, 2017 5:21 pm

די ניוטרישעניסט האט מיר אויסגעשטעלט א דייעט, עסן נארמאלע עסן, נישט קיין דזשאונק, נארמאלער צייט, נארמאלער פארשעין סייז... נישט געהונגערט, געגאנגען יעדעס וואך זיך וועגן ווי א וואויל יונגל, אויסגעהערט אלע עיצות פון ווי אזוי צו איינצוהאלטן פון נאשן, דאונלאודעד אלע עפפס, וואס האלטן חשבון וויפל דו האסט שוין היינט געגעסן, און אזוי ווייטער.
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג יולי 20, 2017 7:34 pm

הערסטע האט געשריבן:מיין עקספיריענס איז, גיין אויף א גוטער דייעט מיט א נארמאלער ניוטרישעניסט קען מען שיין פארלירן און זיך האלטן, איך בין געווען איבער 400 פונט! אין אזוי לאנג ווארטענדיג אויף מיין זעקס חדשים צו ווערן עפראווד פארן סליוו בינעך יעדן וואך געגאנגען צום ניוטרישעניסט, (און איר ניטאמאל געפאלגט הונדערט פראצענט ( און פארלוירן בערך 20 פונט, און 4-5 חדשים! היינט האלט איך שוין א שיין שטיק צייט נאכן אנהויבן צוריק צו עסן ווי א גראבער און איך האב נאכאלץ נישט צוריקגענומען אלעס וואס איך האב פארלוירן... סא די בעסטע איז אז דו ארבעט'ס שוין יא אזוי שווער זע עס צו טוהן אויב די ריכטיגע וועג אזוי וועט זיך עס אויסצאלן אויף שפעטער.

איך האב אביסל געזוכט אויב עס איז שוין דא א אשכול וואס מ'רעדט ארום פונעם "סליוו", נאכנישט געטראפן, אויב איינער קען מיר צופירן וועל איך שטארק דאנקבאר זיין.

איך קען אסאך מענטשן גראבע, יעדער איינער פון זיי איז שוין געגאנגען אויף צוויי מינע דייעטס מינימום,
הצד השווה אז ווילאנג מען איז געווען אויפן דייעט האט מען פארלוירן, און ווי נאר מען איז אראפ פונעם דייעט האט מען צירוק באקומען די זעלבע וואג למחצה ולשליש,

עב ווערט מיר קלארער און קלארער מיט די צייט, אז פאר איינער וואס איז שוין גראב, וועט גארנישט העלפן, (איך רעדט נישט פון יחידים) נאר א אפעראציע, און פערצופאל די סליוו איז א גאנץ זיכערע אפעראציע,

איז אזוי, ווען מ'רעדט פון 50 פונט איבערוואג, איז שוין, איך קען הערן אז מען זאל זיך סליוון, אבער אז מ'רעדט פון 400 פונט, האלט איך אז זאלסט מאכן די סליוו אן טראכטן, וועסט האבן אסאך א בעסער לעבן אין אלע הינזיכטן, אלע אפעראציעס זענען נישט גרינג, און נאכדערצו א סליוו קומט מיט אז די קערפער פאלט איין נישט גלייך איבעראל, איז עס נאך אלץ א בעסער לעבן... צים בויך ציזאמען מיט עקסערסייז ווערט עס בעסער, אדרבא גיט און מאך די סליוו.

און סתם אזוי צי וויסן, אז א גראבע איז 80 פארצענט נישט שולדיג פארוואס ער איז גראב, און די גאנצע דייעט ביזנעס שפילט אריין און די נאראטיוו אז אויב א גראבער וויל, קען ער גיין אויף דייעט, די אמת איז אז רוב מאל קען מען נישט אויסהאלטן א דייעט, אפילו ווען מען גייט א יאר צי אפילו צוויי געשענט נישט גארנישט צים סוף, איז דעריבער זאל יעדער (80 פארצענט) וואס איז גראב וויסן אז דעס וואס ער איז גראב האט כמעט נישט מיט עם, אין זיך סליוון וועט עם געבן א פרישע לעבן וואס ס'קומט זיך עם,
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך הערסטע » פרייטאג יולי 21, 2017 12:33 am

אויף די חלק ווי דו זאגסט אז יעדער נעמט צו, איינמאל מ'גייט אראפ פונעם דייעט, בין איך זיך אינגאנצן מחלק, איך בין היינט געווען ביים דאקטאר, איך האב נישט גארנישט צוגענומען די לעצטע 3 וואכן, און איך האב בכלל נישט געוואטש וואס איך עס... און נארמאלערהייט נאכן גיין אויף דייעט נעמט מען אלעס צו אויב גיט מען נישט אבאכט, חוץ אז דו גייסט מיט א חשבון, און א סאלידער רואיגער דייעט, דויערט עס אסאך לענגער.

בנוגע די אלע אנדערע חלקים בין איך אלל דעי וועי אויף דיין זייט, און יישר כח פארן ארויסברענגן די נקודה, אז 80 פראצענט גראבע מענטשן זענען אומשולדיג. וכו. ס'איז א גרויסער טעות וואס מענטשן מיינען אז יעדער גראבער איז זיך אליינס שולדיג, און מען קיינעם מיינען ער קען זיך נישט איינהאלטן אביסל? פארוואס מוז ער ענדיגן א גאנצע בעג עסטרייכער טשאקלאד טשיפס קוקיס אויף איינמאל? אים איז נישט גענוג צוויי קוקיס? נו שוין! נעם דריי.... אבער דו כאפסט נישט, דער איד'ס מאגן איז שוין קעניינע הארא ווי א גאלן וואסער, און ניין ער גייט נישט זיין צופרידן ביז ווילאנג ער גייט פילן אז די קוקיס פילן אים אן אביסל דאן וועט ער האבן א שטיקל פארגעניגן פון דעם עולם... סא זאג דו מיר? איז עס זיין פראבלעם? ער איז בכלל נישט אויף דיין מדריגה... איינמאל ער איז שוין גראב איז שוין ביטער שווער צו פארלירן און צומאכן דאס מויל... אבער ווען ער האט אנגעהויבן צו צונעמען וואָג האט ער מער ווייניגער געגעסן וואס יעדער עסט, נאר וואס דען זיין הייקעלע מאגן האט עס נישט אזוי גוט געקענט דערהייבן און נאכדעם האט ער שוין פארלוירן קאנטראל... שוין גענוג געווען מיט די טענות.

יישר כח פאר יעדעם פארן מחזק זיין צו מאכן דאס סליוו, אי"ה בלי נדר, וועל איך פרובירן צו אפשרייבן אביסל וואס די דורכגאנג איז, און אפשר וועט עס קענען העלפן אנדערע.

גוטע נאכט.
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » פרייטאג יולי 21, 2017 1:16 am

@טרויבן88 איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו רעדסט און וואס דו צילסט.
איך קען אויך גראבע מענטשען וואס זענען געגאנגען אויף עטליכע דייעט'ס, אלע גראבע מענטשען פריוון דייעט'ס יעדע שני וחמישי, און שרייבן זיך איין ווי אימער איינער האט עפעס א סאקסעס.

דיין צד השווה איז טאטאל נישט ריכטיג, אוודאי ווען מען הערט אויף דייעטן נעמט מען צו, וואס האט איר געמיינט גייט געשען ווען מען נעמט זיך צוריק עסן מער וויפיל מען מעג.., די צד השווה איז אז מען פארלירט די אפעטיט פון גיין אויף דייעט, געווענטלעך איז עס ווען מען באקומט אזעלכע תגובות ווי עטליכע דא אין אשכול, וואס לייגען צו זאלץ אויפן גראבער'ס וואונדען, אז מען קען נישט פארלירן, די צד השווה איז אז מען פארליכט קאראש, מען פארלירט די מיינד סעט פון וועלן זיין דאר, די צד השווה איז אז מען איז זיך מייאש, און די צד השווה איז אז מען פאלט אדורך, און די צד השווה איז אז זיי זענען ראנג.

די ציל פין די אשכול איז אז מען זאל נישט דורך לאזן אזעלכע ווערעמליך, מען זאל לאזן הערן אז עס איז יא פארהאן סאקסעס סטארי'ס, זיין אפטעמיסטיק און פאזעטיוו, פאר אזעלכע וואס די ווילן פון זיין דאר שטייגט איבער עסן ביי א וואכנאכט אדער ביי א קידוש, פארציילן פאר אנדערע פעשליכע אז יא מען קען יא אנקומען צים ציל פון זיין דאר, און א סליוו איז נישט די איינציגע אפציע, נאר ווען מען איז גאר גרויס, און די געזינט צישטאנד איז אויפן באלאנץ, אוודאי האלט איך פון א סליוו ווען א 400 פינטיגער זאגט דיעות ווען ער האט פארלוירן 20 פינט, ער ברויך א אפעראציע אויף א געהאל, ער האט פארפאסט דעם דייעט שיף ביי 250-300, ערגעץ דארט קען מען נאך שמיעסן מיט א נאטרישעניסט, אבער ווען איינער ברויך שוין א רעידל אויפן בויך דאן ווי קען ער חלומען פון א דייעט, ער איז דאך א ים חזיר, ווי האט ער זיך געקענט אנפרעסן ביי א רעסטאראנט ווען זיין סיט בעלט ברויך אן עקסטענשאן פאסיק, און נישט כאפן אז עפעס איז נישט אין ארדענונג.

דיין לעצטע פאראגראף אז די גראבע זענען נישט שילדיג דאס נעמט מיך ארויס פון די דישעס, ווער דען איז שילדיג איך? ער לאזט זיך וואוילגיין אויף צוויי דריי סענדוויטשעס פאר פרישטאג און איך בין שילדיג, ער עסט מכל טוב אדוניו און איך בין שילדיג, איך בין אוודאי שילדיג אויך אז זיין אפעטיט איז אימגעהויער ווייל עס שטייט דאך משביע רעב, און קען גיין פרעסען ביי א וואכנאכט נאך א פילן מאלצייט, און נאך א קנאק יאנקל אהיים קומען עסן א פרישטאג אויסגעהינגערט ווי גלייך ער קומט זאגאר פין בערגען בעלזען, און איך בין שילדיג אויף אלעם.

צי גיין אויף דייעט סאקסעספולי ברויך מען קודם מאכט א אפעראציע אויפן מוח, מען ברויך האבן א אייזערנע רצון נישט ווערן פארשלעפט מיטן היינטיגען שוואנג וואס איז איין שטיק פרעס ווי שוין אזויפיל צאמגעשריבן דא אין אשכול, מען ברויך קענען קאנטראלירן דעם געפערליכען דראנג צי עסן מער וויפיל מען מיז, און יא מען קען זיין פיין סאקסעספול ווען דער מוח ווערט דאר, ווען דער מוח שליט על המגן, און מען איז מחליט א החלטה שיש בו ממש, אז איך הער אויף פרעסן פאר אייביג זעט מען די נויטיגע סאקסעס.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3645 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יולי 21, 2017 1:34 am

פליקער האט געשריבן:דיין לעצטע פאראגראף אז די גראבע זענען נישט שילדיג דאס נעמט מיך ארויס פון די דישעס, ווער דען איז שילדיג איך? ער לאזט זיך וואוילגיין אויף צוויי דריי סענדוויטשעס פאר פרישטאג און איך בין שילדיג, ער עסט מכל טוב אדוניו און איך בין שילדיג, איך בין אוודאי שילדיג אויך אז זיין אפעטיט איז אימגעהויער ווייל עס שטייט דאך משביע רעב, און קען גיין פרעסען ביי א וואכנאכט נאך א פילן מאלצייט, און נאך א קנאק יאנקל אהיים קומען עסן א פרישטאג אויסגעהינגערט ווי גלייך ער קומט זאגאר פין בערגען בעלזען, און איך בין שילדיג אויף אלעם.

ח"ו, וואס עפעס, פארוואס טראכסטו אז דו ביסט שולדיג אויף אלעם?.. ער באשולדיגט נישט קיינעם אויסער מאמע נאטור. ס'באמת פאראן מענטשן וואס זייערע גענעס זענען אויסגעשטעלט צו ווערן שנעלער גרעבער ווי אנדערע, ואין לאל ידם זיך צו העלפן. זיי זענען נאך שוואכער ווי אנדערע מענטשן אין דעם הינזיכט, זיי מוזן זיך אכטונג געבן יותר מכפי יכלתם, ווייל יעדעס שטיקל קאקאש מאכט זיי פיל גרעבער פונעם שכן וואס האט געגעסן דעם זעלבן סלייס! ער מוז נישט עסן 3 סענדוויטשעס פאר פרישטאג, איינס איז פונקט גענוג צו אנווערטשאפטן א גראבן בויך, בעת דער שכן זיינער קען רואיג עסן 2 סענדוויטשעס און בלייבן דארער.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » פרייטאג יולי 21, 2017 1:42 am

אוודאי זענען דא וואס קענען עסן עד מקום שידם מגעת ולא נודע כי באו, דאס איז נישט די נארם, פארשטייט זיך אויך אויפן אנדערען צד זענען דא ווי איך, וואס קוקן נאר אויף א קאקאש און ווערן אויף געבלאזן און אנגעבלאזן.

מיר רעדען פון רובא דרובא וואס ווען זיי עסן מער וויפילזיי ברויכן און ציען אויס זייער מגן מוסקלען, און עסן ביז עס גייט שוין נישט אריין אדער ארויס אפילו א גרעפעץ, און דערנאך ווינדערען זיי זיך אז ער ברויך איינעמען א גאנץ פעקל עסטרייכערס איידער ער שפירט אז ער האט בכלל עפעס געטון פאר יענע נשמה, אנטולדיגט פארוואס עסט איר בכלל עסטרייכערס קוקיס צי סיי וועלכע אנדערע קוקי'ס דו ביזט 400 דו טארסט נישט אפילו קוקען אויף די זייט וואס האט א חשש בליעה פון א קאקי,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3645 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » פרייטאג יולי 21, 2017 1:49 am

אז מיר באשילדיגען אינזערע גענעס איז עק וועלט, דאס איז זייער שיינע תורות אבער אויף למעשה א אידישע בליק באשילדיגט נישט זיין גענע, נאר קאנטראלירט און ארבייט אויס זיין גען, ווייל אויב זענען מיר נידט שילדיג דאן זאג און וואס מיר זענען יא שילדיג, לאמיר זאגן אז ער גנבעט אדער רצחעט אדער נואף'ט, איז ער דען באמת שילדיג, ער האט ניטאמאל קיין בחירה, עס איז דאך די גענע וואס זאגט אים וואס ער ברויך צי טון און וויפיל ער מעג זיך איין רעדען אז ער קען זיך גובר זיין דאס איז אויך נאר מוגבל צי זיין בלופרינט די גענע, אפילו ער איז זיך יא גובר, איז עס אויך נאר ווייל זיין גענע לאזט, און ער ווערט נאר געוואויר אז זיין גענע האט נישט געהייסן זינדיגען.
אבער דאס איז נאר פאר פיליזאפיע, און פראקטיק ארבייט עס נישט אזוי, נאר יעדער מענטש איז אחריות אויף זיינע מעשים, און איז נישט ערלויבט צי ניצען זיין טענות גענע פאר א תירוץ.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3645 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג יולי 21, 2017 7:40 am

דאס, אז פארשידענע מענטשן קענען עסען ככל העולה על רוחם און זיי נעמען נישט צו קיין וואג, איז א מיטאס וישתקע הדבר.

איך פערזענליך האב אויסגעפרעגט אסאך פיט מענטשן, און דער אמת איז אז זיי פרעסן נישט, פשוט. צומאל רעדען זיי זיך איין אז זיי זעלבסט עסען אסאך, און ביי זיי איז אסאך וואס ביי אונז גראבע איז עס בלויז קינוח סעודה.

צומאל טאקע איז דא וואס קענען יא, און זיי זענען באמת נישט געזונט, שנעלע הארץ קלאפענישן וכו', וואס מאכט דער גוף ארבעטען שווערער און דאס ברענגט אראפ די וואג, אבער עס איז בכלל נישט געזונט. עס איז א מחלה.

לעומת זה, איז דא גאר א שיינע נאמבער וואס זייער טייראד איז אביסעלע אונטער די געווענליכע ראטע, און זיי מעגען עסען ווייניגער וואס איז רעקאמענדירט. אבער ווייל זייער טייראד הייסט פאנקשיענעל, וועט מען עס נישט טריטען מיט קיינע מעדיצינען, און זיי וועלען פשוט דארפען לעבען מיט זייערע נסיונות.

ר' הערשעל מייזעלס האלט אז מען זאל יא טריטען די טייראד אפילו ווען עס ווערט נישט געטריטעד דארך דאקטוירים, און די וואס גייען צו אים ווערען טאקע געהאלפן.

אגב, כ'בין נישט א חסיד פין אלע שיטות פין ר' הערשעל, אבער איין זאך וואס ער האט מורא'דיג אויפגעטאן​ ביי אונז איז אריין ברענגען אווערנעס אויף דער ענין פין איבערוואג, און האט מען הסתם געראטעוועט אומצאליגע מענטשען פין מחלות וכו'.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2287
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1193 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך הערסטע » פרייטאג יולי 21, 2017 11:01 am

@פליקער!

איך בין נישט דא קיינעם צו באשולדיגן, און זיכער נישט דיר, איך פארצייל נאר דעם פאקט וואס איך מיט מיינע גראבע חברים לעבן מיט, ניין איך גיי מיר נישט מאכן פאר די וועלטס רחמנות, און שרייען אז מען מאכט חוזק און איך באקום נישט קיין חיזוק פון קיינעם און קיינער פארשטייט מיר נישט אא"וו. אבער איך גיי דיר יא זאגן אז אויב שרייסטו אנטשולדיגט פארוואס עסט בכלל עסטרייכער קוקיס אדער סיי וועלכע אנדערע קוקי, האב איך מורא אז דו כאפסט בכלל נישט וואס א גראבער איז!

גיי פרעג דיר נאך ביי די ריכטיגע גראבע אידן און הער וויפל זיי האלטן אז ס'איז זייער שולד, איך רעד נישט אז ס'איז אסאך אין זייער הענט צו פארעכטן די פראבלעם, איך רעד נישט פון ווען זיי זענען שוין גרויס וואס דעמאלטס פארלאנגט​ שוין די מאגן אסאך אסאך מער ווי אן עוורעדזש מענטש, איך רעד פון די וועג ארויף, כאפ א שמועס מיט די אידן, וועסטו געוואר ווערן אז רוב מאל האבן זיי נישט געטון ציפול אנדערש ווי די דארע אידן, נאר וואס דען? זייער מאגן און סיסטעם איז שוואכער אדער סתם אנדערש ווי יענעם'ס און זה הו!
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » פרייטאג יולי 21, 2017 11:17 am

@הערסטע: קודם כל שלום עליכם א נייע ניק, יהא בואך לברכה איך האף אז דו האסט דורך געליינט דעם אשכול מיט אירע אלע כמעט 150 תגובות, ווייל אויב יא וואלסטו שוין געוויסט אז איך דער פותח האשכול בין בטבע א גראבער און סטראגעל מיט דייעטע'ס, און ב''ה פיין מצליח שוין באלד דריי יאר, און נאך דערווייל נישט צוגענימען.
אוודאי איז שווער צי דייעטען, אוודאי גייט א גראבער זיך נישט אזוי שנעל באשילדיגען, עס איז א דבר פשוט, ווייל עס איז שווער צי גיין אויף דייעט, און בשעת ווען מען פרעסט איז דער מוח באמת א רחמנות. וויפיל מאל בין איך געזיצען נעבען גראבע ביי א קידוש ווי איך עס באמת גארנישט, און דער גראבער עסט אבסעלוטלי נעבעך גארנישט, אבער צווישען אינז איז אויפגעפרעסן געווארן א טאץ קאקאש, און איך זעי ווי ער נעמט איין איין סלייס נאכן אנדערען, און איך שטייצעך מאך ניטאמאל קידוש, איך זעי ווי קוים ער אטעמט, און ער זאגט מיר קלאר ווי טאג, אז ער האט גארנישט געגעסן, ממש נאר אויף קידוש במקום סעודה, נאטאמאל כאפט ער אז ער האט איינגענימען כאטש 4500 קאלעריס, און ער קומט אהיים נעבעך אויסגפייגערט פאר הינגער.
כדי דא, צי פארעכטען מיז מען מאכען פאלעסיס, מען ברויך האבן גיידליין'ס, נישט עסן גארנישט אין די פרעמד, גארנישט עסן ביינאכט, גארנישט מיין איך גארנישט, אפילו קיין פירות אדער נאר צי כאפן ס'הארץ, און פאר מער גיידליין'ס הייב אן דיזן אשכול פון אנפאנג ותמצא נחת.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3645 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » פרייטאג יולי 21, 2017 1:42 pm

טאקע נישט קיין רעדל אבער דאך פאניבילד
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3645 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג יולי 21, 2017 2:36 pm

גילוי...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט