דייעט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

דייעט

שליחה דורך פליקער »

דייעט

עס איז נישט קיין סוד אז רובא דרובא אידן זענען פעש, איבערוואגיג, זיי וועיגן מער וויפיל זיי מעיגן, זייער וואָגשָול איז אנטיסעמיטיש, עסן איז צי זיי אימ-יושר'דיג, אפילו די וועטער רעכענט זיך נישט מיט זיי, ווייל זיי האלטן נישט אויס די היץ, די שווייץ נידערט זיי צווישן די רגלים, און מאכט אן א חול המועד, אזא סאמעטאכע בין רגל לרגל, אבער קיין אחריות ווילן זיי נישט נעמען אויף זייערע מעשים.

איך וויל נישט דא צו-טיילן א דייעטע, איך וויל נאר אביסל דורך שמיסן די ענין, איך וויל ארויף ברענגען א געוויסע מאטעוואציע אז מען זאל זיין מער פארזיכטיג, לאמיר אראפ שטעלן קודם עטליכע פאקטן אדער כללים, ובזה החילו

כלל איינס, קיינער איז נישט פעש פאר גארנישט, פעש איז מען נישט ווייל מען איז קראנק, פעשקייט איז דער דירעקטע ריזאלטאט פון עסן די נישט ריכטיגע מאכל, און די נישט ריכטיגע צייט, אפילו אויב די עסן איז א מצוה ווי למשל עסן פאר א וויכטיגע צוועק, אדער עסן צי פייערן א שמחה, אדער א סיום מסכת אפילו א סיום הש"ס, אדער עסן לעילוי א נשמה פון א צדיק אדער א פשוטע נשמה, עסן טיט נישט דיסקרימענירן, עס מאכט יעדן איינעם גראב ציגלייך, ווען איינער זאמעלט עסן דורכן מויל מער וויפיל זיין גופ'ס געברויך ווערט ער א פעשער, פונקט אזוי ווי איינער וואס זאמעלט געלט ווערט רייך, איי יעדער איינער ווייסט דאך פון א ווייטע קאזן וואס עסט יא ווייס ברויט פאר פרישטאג אנגעשמירט מיט פיטער, און איז דאר ווי א שטעקעלע, זאל מען וויסן אז יעדע כלל האט א חוץ, מען דארף זעין די גאנצע הלוך ילך פון אזא אימעצען איידער מען קען אפווענדן דעים כלל, אויך קען זיין אז יענער איז ל"ע נישט געזינט.

כלל צוויי, מיר אידן גלייכן זייער צי עסן, מיר זענען אנדערש ווי אלע פעלקער, אנדערע קענען זיך טרעפן וואס צי טיען ביי זייערע יסוד איתן'ס, עפעס אינטערטעינמענט וואס טיט נישט מיינען קישקע מיט טשולענט, ווי למשל מערעטאן'ס, אדער א מאווי, קאנצערטן, בייקן, וכדומה, משא"כ מיר אידן זענען זייער ביזי מיט די אכילה, מיר ליגן אין אכילה מער ווי אלע פעלקער, לאו דווקא גיטע עסן, ווי מען זעיט אין פענצי רעסטאראנען, נאר כאפ לאפ עסן ווי סענדוויטשעס, גריל טשיקן ווי ליגט אינטער א יאך פון א טפח שוחק געפרעיגלטע צוויבל, גלאי געמישט מיט פאסטראמי מינע עסן'ס, ווי איי פי טשולענט מיט אווערנייט קיגל צי פראווענען ליל שישי'ס, שמאלץ הערינג מיט קריספי אייער קיכלעך צי דערהייבן נשמות שכבר הלכו לעולמם, קאם ענד גא שמחות, מיינט קאם עסס זיך אן ענד גיי שלאפן, ועוד שלעכטע געוואוינהייטן.

כלל דריי מיר ארבייטען כמעט קיינער נישט שווער, מיר ווייסן בכלל נישט מער וואס שווער ארבייטן מיינט, וויפיל היימישע זעיען מיר אראפ לאדענען טראקס, אדער ארויפלאדענען, לייגן ציגל, מישן ליים, די מאקסימום שווערע פיזישע ארבייטער וואס מיר זעיען, איז א באס דרייווער, און א קעש רעדזשיסטער'ס, די איבריגע זענען אפיס ארבייטער, כולל אינגעלייט, רבי'לעך, סעילס לייט, ועוד מינים וואס פארן מיט קארן צו און פון זייערע זיץ פלעצער.

כלל פיר, מחמת מיר זענען זייער א עסעריש פאלק, שטיפט מען דעים המון עם אן מיט פרעס, גענוי ווי אמאליגע גענז, ביי יעדע געלעיגענהייט מיז מען ארויס ווי כלבא שבוע, יעדער וואס וויל זיך אויפרייסן, צייגן אז ער האט אפאר דאלער, איז נאר דורך אויפרייסן א סעודת שלמה בשעתו, פארשטייט זיך לייכטע מוזיק ביי די זייט, סעודת שלמה מיינט מען אז יעדער איינער מיז איין נעמען לכל הפחות זעקס און צוואנציג מאל טויזענט קעלארי'ס, מרמז צי זיין אז אלעס איז לשם שמים, יעדע מסיבה מיינט אז מען ברויך דעים עולם דערשטיקן כפסע לבין המוות מיט כל ערליי עסן'ס, אזש אז א פיקל זאל מער נישט אריין גיין מער, צי זאל עס זיין א וואך נאכט צי א שיינע שבע ברכות, צי א קידוש, צי א באווארפן, צי סתם א מסיבת טיי, טיי בשמו יבורך, אדער די האַט פָוד מיט שמאגעז בערד ביי די חתונות, אלעס איז צי פארפרעסן דעים עולם מיט צעינליגע טויזענטער קעלאריס, שטיקער פעטע בשר, מיט מייענעיז שווארמע, סעסעמי אדער האני מאסטערד טשיקען, בקיצור עס איז דא איבריג מילאנען קעלעאריס אינעם קערפער וואס זאמלען זיך אן.

כלל פינף, ציפיל עסן עוועילעבל אין די גראסערי סטאר'ס, אלע מיני עסן'ס וואס זענען שטיקער ציקער ווי אלע סארטן קענדי מיט זיסווארג, און שאקאלאדן אדער אלע מיני פעטע זאלציגע נאשערייען וואס מען פאשעט אן די אינגווארג, אלע ערליי הערליכע באצירטע בעקערייען געשעפטן וואס שפראצען ארויס ווי שווערמער נאך רעיגן, אלע הערליך אויסגעצירט מיט מארמויער, און שטעלן צו אפילו ספירה מוזיק, די פרישסטע בייגל מיט באגעטער, און די אלע עסן'ס גייען דורך אלע אכט און פערציג מסעות ויחנו בתחת.

מען ברויך און אכט נעמען אז מען טאר זיך נישט לאזן, אויב וויל מען קענען אמאל קיקן ווי מען טאר נישט ווען מען שטייט גראד, מען קען נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך אלע עסן'ס און זיין דאר, עס גייט נישט בענעזאם, דעיס איז נישט שווער צי פארשטיין, וואס טיט מען מען גיבט זיך א נעם צים ספרעי דייעט, מען הרגעט זיך אויס פאר הינגער עד שנשמתו פורחת באוויר, און עס ווערט נמאס דאס חיות, און מען פאלט גלייך ציריק ביז מען טרעפט זיך פליצלינג ציריק שלעפן ציריק א ריזיגען געדערים.

מען ברויך נאר מאכן קליינע טוישן און זעין ריזאלטאטן, מען קען עסן נארמאל, מען קען עסן דריי מאל א טאג, אבער אויב לייגט מען צי אביסל קאפ, וועט מען נישט איבער לאזן רעשט פאר א בויך, א מאן מעיג עסן ביז צוויי טויזענט קעלארי'ס א טאג, מען ברויך ציילען און מחשיב זיין יעדע איינציגע קעלארי וואס מען עסט, למשל א עפל איז ניינציג קעלאריס, א גרעיפ פרוכט איז אכציג קעלאריס, א קען וואסער טונע איז הינדערט פיפצן קעלארי'ס, יעדע איינציגע מאכל האט א סכום פון קעלארי'ס, א איי איז זעכציג קעלארי'ס, איין אונץ טאמעיטא האט פינף קעלארי'ס, צעין אונצעס טאמעיטא איז פיפציג קעלארי'ס, און אזוי ווייטער, מען קען ניצן פיינע עפפ'ס וואס האלטן חשבון אויף די עסן, און די עפפ'ס האבן אינעם דעטע בעיס אלע סארטן מאכלים כמעט, על כן אז מען עסט א טעלער וועדשטעבל סעלעד מיט א קען טונע, עסט מען בערך לאמיר זאגן אפילו דריי הינדערט קעלאריס, און מען ווערט זאט, לעומת זה אויב טרינקט מען א קאפ אראנדש דזשוס האט מען אריין געריקט הינדערט צוואנציג קעלאריס און מען איז הינגעריג, ווייל מען האט דאך גארנישט געגעסן, וואס איך וויל ארויסברעינגען איז אז מען מיז לעיבן מיט א שטיקל חשבון, כאטשיג אזוי פיל חשבון ווי ווען מען ציילט געלט, אז איינס מיט איינס איז צוויי.

די אלע שנעלע פעטע עסן האבן אן א שיעור קעלארי'ס וואס מאכט בכלל נישט זאט, איין אונץ פרעצעלס איז הינדערט צעין קעלאריס, און ווער עסט נאר איין אונס, און עס איז נאר פאר א נאש, צווישן איין סענדאוויטש אינעם צווייטען, גיי ווייס וויפיל איז א סלייס קישקע, אדער א פיצע אדער פרענטש פרייז פארמאגט, האט איינער בכלל אריין געקלערט וויפיל קעלאריס איז דא אין איין טיש לעפל מייענעיז לייט, פיפציג, מער וויפיל סיז דא און און א גאנצע פעקל בודק לעטעס אדער קרויט, אדער אפילו א גאנצע גרויסע קאנטעינער זויער פיקל, נאר וואס דען, אז מען טראכט נישט ווייסט מען נישט, און מען איז בעפארן זיך זעצן צים סעודה שוין אנגעשטאפט מיט קעלאריס שאין בהם ממש, אבער דער זייגער לויפט, און סוף טאג קען מען האבן א באלאנץ פון צעין ביז צוואנציג טויעזענט קעלאריס איבריג, ני ווי גייט עס גיין, ספעציעל פאר אלע נאכט פויגל וואס עסן שפעיט און אלעס שלעפט מען מיט צים בית דין של מעלה ווען מען ברויך דארט אינטערשרייבן די חטאים, א שרעק וואס דאס לייגט אויפן וואג-שאל.

מען זאל חלילה נישט עסן ביי קיין שום שמחה, אפילו של מצוה, דעיס דארף זיין א כלל גדול, נישט קיין חיליק ווי גרויס די מצוה איז, זאל דער בעל שמחה בלייבן שטעקן מיט די סעסעמי, און האשפאפיס, קיינער האט אים נישט געבעיטן, נישט עסן ביי קיין שום תיקון, עס איז נישט קיין שום עליה פאר קיין שום נשמה ווען מען זעצט זיך צי פרישטאג ווען מען האט שוין איינגענימען דריי פיר סלייסעס קאקאש מיט עטליגכע טוראש דעלקעלעך בלויז ווייל עס איז געוועיזן ראפאגאש, און מען דערזעיט זיך מיט דריי טויזענט קעלעריס באלד ביי פרישטיג, דעיס איז א קבלה וואס מען טאר נישט עובר זיין, חלילה זיך אראפ זעצן צי א קידוש, און אהיים קימען צי א שבת דיגע סעודה אנגעפרעסן ווי א בעיזעם טראק, פארוואס, יעדער איינער ווייסט אז עס ווארט א פיינע טשולענט אינדערהיים, גיטע פיש מיט חלה, פארוואס עסן נאר ווייל עס איז דא, יעדער האט היינט פיר פינף קידושים א וואך, מען עסט זיך אן ביים ערשטן זענען דאך די איבריגע דריי ממילא אנגעווייטאגט פארן נישט מאכן א ברכה, על כן וואס ארט דיך אז דער ערשטער וועט אויך זיין ברוגז, עס איז דאך ממילא נאר א תקנה קידוש, עס איז דאך עקעלדיג צי עסן די קאמערשל ראלאש קרים קעיק.

טרינקען פיל וואסער, האבן א ספארט קעפ באטל לעיבן זיך אלעמאל, און טרינקען לכל הפחות פינף באטלעך א טאג, איינס ווען מען שטייט אויף, און צווישן נאכט מאל און קרישמע אויב מען ליינט, און נאך צוויי דריי דורכן טאג, אנהייבן מיט א עפל נאך פאר פרישטאג, דאס וועט דיך זאט מאכן אויפ אזויפיל אז די פרישטאג וועט נישט זיין פינף סלייסעס ברויט, נאר צוויי, אדער אפילו גארנישט, אויך פאר סאפער אנהייבן מיט א פרוכט ווי א גרעיפ פרוכט, עס פילט מורא'דיג אן.

וועקסל איין די פערוועל אדער שלישקעס פאר סטרינגבין'ס קארן אדער פיז מיט קערעץ, פון די קען, אדער מיקס וועדשטעבל געסטימט וואס נעמט צוויי מיניט צי מאכן, און מען עס דערפין ביז מען איז אנגעשטאפט, און נאך אלעם האט מען קוים קעלערי'ס, אויב ביזטו הינגעריג אינמיטן טאג און מען גייט ארויס עפעס קויפן, גיי נישט קויפן א דעיניש, גיי קויפ א שאכטל אויפגעשניטענע פרוכט באקימט א פלעסטיק גאפל בחינם.

אזוי מיט אזעלכע קליינע טוישן וועט מען זעין א ריזיגע חיליק מיט צייט, און אפילו אויב נישט, איז עס זיכער א געזינטערע וועיג פון לעיבן ווי ווען מען איז אנגעגעסן, און נאך סאפער עסט מען גארנישט אפילו פרוכט, נישט קיין חיליק די סיבה, דעיס איז א מאסט דא, אויב וויל מען עפעס קאנטראל אויפ זיך, די אלע חתונה סוויט טעיבעל'ס מיז זיך אויפהערן, די אלע זיסע קרים פָּאפס, אייז קרים עלה בראני ועוד, איז רחמנא לצלן שעידלעך מער ווי מיר שטעלן זיך פאר.

א גיטן שפאציר, זאל עס זיין צו די ארבייט, אדער יעדער קען אריין שטיפן עפעס א שפאציר פון א האלבע שעה, דאס איז ציפרי צים ארבייט פיפצן מיניט, און אהיים פיפצן מיניט, ווען מען ברויך גיין ביינאכט צי פרדס פיגא מיז מען נישט נעמען קאר טו גא, נאר א שפאנציר, עס איז ממש א מחיה, זיך אנטיען פיין ווארעם, זיין גרייט פאר אלע וועטערס, א היט פלעסטיק פינעם שמש איז א טולער וחצי, א רעיגן קויט אדער א ווינטער קויט פאר שפאט ביליג ביים 40 סעיל פון גיגי, א שאל מיט אויערן באשיצער, און וואלא מען איז גרייט פאר יעדן וועטער.

די קונץ איז אז די אלע קליינע טוישן וואס מען מאכט העלפט עפעס צו צים ציל, ציביסלעך וועט מען באמערקן איז די איבריג שטיקל געדעירם אדער אנדערע העינגעדיגע שטיקלעך בשר איז נישט דא מער, עס איז פארשווינדען, עס וועט פאלן שטיקר אפילו מען קאמיט נישט צי לידער'ס דייעט אדער מייזעלס דייעט, נאר אויב מען עסט נארמאל, און מען לעיבט מיט א חשבון וועט מען מצליח זיין כדרך הטבע.

500
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 193 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר