דייעט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

Re: דייעט

הודעהדורך הערסטע » פרייטאג יולי 21, 2017 3:32 pm

עליכם השלום, איך בין שוין א מיטגליד א שיין שטיק צייט און איך האלט מיט אביסל דא דארט וואס טוט זיך דא, יישר כח יעדן פארן אהערשטעלן אזא שיינע וועבסייט, יא איך האב מער ווייניגער דורכגעליינט דעם אשכול פון אנהויב ביזן סוף, און געזעהן אז דו ביסט דער פותח האשכול, און ביסט גערעכט מיט דעם אז איינמאל מען איז שוין גראב איז שווער צו גיין אויף דייעט, נאר איי געס ווי אונז דיסערגריען איז די פוינט אז דו ביסט א סוקסעספולער מענטש וואס האט שוין דורכגעמאכט דעם שווערן וועג און שיין פארלוירן, משא"כ איך בין נאך אויף די אנדערע זייט פונעם בילד, ממילא ווען דו קוקסט צירוק און דו זעסט גיין הצלחה האלסטו און דו גלייבסט באמונה שלימה אז יעדער איינער קען עס טוהן, און ווער עס טוט עס נישט איז ממש משוגע, ער איז זיך אליינס שולדיג וכו. און איך אן דעי אדער הענט, קוק אן דעם בילד פון די אנדערע זייט, סא איך זע אז ס'איז בכלל נישט דער גראבער'ס שולד אויף אזוי ווייט, ס'איז מער א נאטור!
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » פרייטאג יולי 21, 2017 3:44 pm

דאס איז דיין טעות, ווייל איך האב אנגעהויבן די אשכול ווען איך האב אנגעהויבן דייעטן, און די אשכול פארט שוין באלד 3 יאר
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך טרויבן88 » מוצ"ש יולי 22, 2017 8:54 pm

@פליקער עס איז נישט אז די ביסט אומגערעכט, נאר די ווילסט שטופן די איידיע אז א גראבער קען ווערן דאר, און איך בין מחולק מיט דיר, און רוב מענטשן וואס זענען איבערוואג וועלן זייער גאנצן לעבן זיך בלייבן פלאגן מיט איבערוואג, און דאס איז נאר גערעדט פון איבערוואגיגע וואס זענען פון 180 ביז 250 וואג און זענען איבערוואגיג לויט די בי.עם.איי. (BMI) וואס לעבן מיט יסורים טאג טעגליך, און ס'איז אפשר גרינג פאר דיר זיך איינצוהאלטן טאג טעגליך און אויסצופאלגן א ליסט פון פרינציפן, דאס מיינט נאכנישט אז דאס איז א דבר השוה לכל נפש, און מיטן שטופן די איידיע ביזן עק לייגסטו ארויף די אחריות אויפן גראבע מענטש, וואס זיין מאגן/מוח פילט פלעין נישט זאט און עסט "נאר" צי די זעט לדעתו, זיינע הארמאנען ארבייטן נישט, און זיין מוח רעגיסטרירט נישט אז ער האט געגעסן, אין קורצן צי באשילדיגן די גראבער און פונקט אזא אומרעכט, נאר וואס דען? אוודאי איז די גרינגסטע צי זאגן פארן גראבער ער זאל סטאפן פרעסן און ס'האט אפשר א תועלת אויכעט, אבער וויאזוי קענען מיר זאגן פאר א גראבער פון 220 פונט וואס איז געגאנגען אויף דייעט פאר א גאנצע יאר און זיך איינגעהאלטן יעדע מינוט פון פרעסן, אין דערנאך צירוק באקומען דאס גאנצע וואג שטאטליך? אז ער זאל נאכאמאל גיין אויף דייעט? און מ'רעדט נישט פון אנפאנגען פרעסן נאכען דייעט, נאר צי שטאטליך נישט כאפנדיג האט ער צירוק באקומען די גאנצע וואג,
עס איז דא איין ענטפער פאר דעם, א "סליוו" עס הערט זיך עקסטרעם, און אפשר איז, אבער איך שוין געזען גענוג, כעת בין איך קאנווינסט אז נאר א סליוו קען ארויסהעלפן די מענטשן, אפגערעדט אז ווער ס'ווערט מער ווי 230 240 אינטער עני צושטאנד זאל מאכן די סליוו,

און לגבי דיין פראבלעם אויב מיר באשילדיגן די גענעס פארשטיי איך שוין בכלל נישט, ווי קומט עס אריין? אויב מיר זע'ען אז די גענעס אדער אז א מענטש פילט זיך נישט זאט נאך 5000 קאלעריס מיזן מיר זאגן אז ער איז שולדיג ווייל מ'קען נישט זאגן אז זיין גענעס זענען שולדיג?

איך פארשטיי אז די אשכול איז געעפנט פאר חיזוק, אבער לדעתי איז דא נאך א מיינונג צי די נושא, וואס איז זיכער א צד שני,
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » מוצ"ש יולי 22, 2017 10:17 pm

וואס מיינט חיזוק, און מיינע אויגן מיינט עס אריין ברענגען איינעם וואס איז לאמיר זאגן אויפגרעגט, און ער איז ביי די מיינדסעט אז יעדער איז אים שילדיג, ער איז בייז אויף אלעם, דאן קומט איינער וואס איז אים מחזק און רעדט צו זיין הארץ און דרייט אים איבער פון זיין פארווייטיגטע גיסטע און מאכט אים פריילעך.
נישט אלע סארט מיינד סעט'ס איז גרינג צי איבערקערן, ציגארעטלעך רויכערער איז שווערער מסביר צי זיין אז ער זאל שולט זיין אויף זיין תאווה, און אויפהערן רויכערען, איך בין מודה מיט דיר אז עסן איז די שווערסטע זאך צי קאנטראלירן, עס פארלאנגט די מערסטע וואכזאמקייט און שטארקייט, און ספעציעל ווען ייאש איז אין שפיל, אז מען קען נישט, נישט מעגלעך געדאנקען, און פילע גראבע בעלי תאווה זענען בא בטענה אז זיי עסן נאר ווייל זיי שפירן נישט זאט, און די גראבע וואס בלעימען זייערע גענעס און אלעס און יעדען נאר נישט זיך, דאס איז אלעס א מיינדסעט אישו, און על כולם איז דא די לאליפאפ וועט ווערט געפאכעט פאר דיינע אויגען, דאס איז די סליוו סערדזשערי, דאס אלעס מאכט די מיינדסעט שווערער צי פארשטארקען.
גלייבט מיר אז עס איז יא מעגלעך צי טוישן די מיינדסעט, אבער גענוי ווי דער עושר פארשטייט נישט דעם ארימער, פארשטייט נישט דער גראבע מיינדסעט דעם קאנטראל מיינדסעט, עס איז נאר פאר מיר צי מסביר זיין די בעסט איך קען, און ווען עס וועט איין טאג קליקען מיט דיר, וועסטו פארשטיין וואס איך מיין.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יולי 22, 2017 10:47 pm

סטאטיסטיק איז בעצם נערישקייטען, ווייל ס׳נעמט אריין צו פיהל עניינים אויפצוווייזען דער אמת׳ער בילד.

א מענטש וטאס וויל פארלירען וואג, דארף צו וויסען א. אז ס׳איז שווער, און ב. אז ס׳איז מעגליך.
די דייעט קאמפאניס מאכען כאילו ס׳איז גרינג כדי צו מאכען געלט, און ווען ס׳ווערט שווער, אנטלויפט דער דייעטער.
ווידער ווען איינער מיינט ס׳איז אוממעגליך, וועט ער זיך נישט אריינטוהן מיט׳ן רמ"ח און שס"ה, נאר בעצלתיים. און פאר דעם וועט עס נישט געלונגען.

מ׳דארף וויסען אז ס׳איז שווער און מ׳דארף נאכאנאנד זוכען עצות. איינער וואס האט א פראבלעם ביי די נעכט, זאל טרעפען אן עצה פאר דעם. דער וואס קען נישט צוזעצען צו א קידוש אן אריינשלינגען טעץ קוגען און שיסלעך טשאלענט, זאל בכלל נישט מאכען קידוש. דער וואס עסט יעדער נאש אין קלאזעט, זאל אפשר אויפהערען קויפען אומגעזונטע זאכען. יעדער מיט זיין עצה. אבער מעגליך בלייבט עס.

דאס איז דער מעסעדזש פון פליקער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש יולי 22, 2017 11:28 pm

טרויבן איז נישט גערעכט פאר איין סיבה, אוודאי איז דער גראבער נישט "שולדיג" פאר עסן צו דער זעט, אבער פין דארט ביז זאגען אז נאר די סליוו איז דער מהלך, איז דא א גרויסע א חלל.

מען קען פארלירן אויב מען איז דיסיפלינד אויף דעם, און טאמער איינער האט א פראבלעם מיט דיסיפלין, האב איך פאר אים נייעס, עסען איז מן הסתם נישט די איינציגסטע שעדליכע זאך וואס ער "קען" פשוט נישט קאנטראלירן, עס איז זיכער דא נאך זאכען.

ממילא ברויך ער זוכען עצות ווי ליטוואק זאגט, עצות וואס לערנען אלעס צו זיין דיסיפלינד, אמאל איז עס ראשית חכמה, אמאל פיעסעצנע, און אמאהל פין טעראפיסטען וכו'.

אבער עס איז דא א וועג.

און א סליוו האלט נישט אויף אייביג, און מען ווייסט נאך נישט די עפעקט ווען איינער טוט עס אויף נאך צוואנציג יאר.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך איך אויך » מוצ"ש יולי 22, 2017 11:30 pm

און יעך זאג, עטץ זענטס אלע (אביסל) גערעכט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7676 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:08 am

איך שפיר ווי מען ברויך אימברענגען דעם אשכול נאך וואס איך האב געזען די עד אינעם יום כיפורדיגע ווערסיע פונעם גוט מארגען.
בילד
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 5:30 am

איך האב מיר געפוילט צו זוכן די אשכול, אבער אז ס'איז דא, וויל איך עפעס צולייגען.

אפט מאכט זיך אז מ'דרייט זיך אין שטוב צי אינדרויסן און מ'איז נישט הונגעריג אבער ס'ווילט זיך עפעס עסן אדער נאשן. מ'גייט אין פרידזש צי אין שאפע אדער געשעפט, און פון ליידיגייען עסט מען דאס אדער יענץ, און מ'כאפט אביסל פון א דריטן, און א גאנצע סעודה האט זיך אריינגערוקט נאך איידער מ'האט עספייעט צו טראכטן וואס מ'טוט.

ווען מ'איז אין אזא גוסטע, איז עס זייער שווער זיך אפצוהאלטן. איינער זאגט אן עצה אז ווען מ'כאפט אז מ'זוכט עסן פאר גארנישט, זאל מען מאכן א נדר. דאס איז אבער א הארבע זאך, און איינשטעלן די קינדער'ס לעבן איז צופיל. אן אנדערע עצה איז פוצן די ציין. די טעם פון טוטפעיסט נעמט אוועק סיי וועלכע טעם פון מויל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:02 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:21 am

איך וואלט קיין נדר נישט געטון, אבער אויב זעי איך אז איך גיי אויס לאמיר זאגן אויף א גאר פרישע נאסע קלעיביקע האניג קעיק וואס זי האט נארוואס אנגעשמירט מיט כרמל שמיר, און ס'שפאב רינט ווי פון זית שפכוני, דאן מאך איך א מזונות און עס פחות מכשיעור.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:04 am

נאך אן עצה (פאר די פראבלעם וואס איך האב דערמאנט) איז עסען א פיקל. דאס האט א טעם אין די גאנצע מויל, אבער נישט קיין קעלאריס. נאר די וואס עסען נישט פון חמשה עשר באב ביז סיום ימי השובבי"ם קיין זויערס דארפען דעמאלס בלייבען גראב.
און מיט דעם איז פארענטפערט אן אנדערען קשיא........
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך הערסטע » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:09 am

וויפל שאכטלעך טשאקלאד טשיפס מיט קרוטאונס מהאמער שוין אפגע'אכל'ט אין די שפעטע נאכט שטונדן, אוי טאטער זיסער.
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך וואלווי » מוצ"ש אקטאבער 07, 2017 10:33 pm

הערסטע האט געשריבן:וויפל שאכטלעך טשאקלאד טשיפס מיט קרוטאונס מהאמער שוין אפגע'אכל'ט אין די שפעטע נאכט שטונדן, אוי טאטער זיסער.


:D קראוטאנס.... דאס איז איין טריט אוועק פון פלעיווארד ברעד קראמס, ווען ס'איז כבר ספו ותמו מן השוק און די קלאסעטס הייבן אן לער צו ווערען...

דאס איין מאל א יאר וואס עפעס האלט צירוק פאר א פאר מינוט איז סוכות ווען מ'דארף נעמען די עסען אין סוכה אריין. אדערווייז העלפט נישט ליטוואקס עצות ווייל ביז ווי וואס ווען מ'מאכט א חשבון איז מען זיך שוין גאר שנעל מסדר
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2262
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2941 מאל

הודעהדורך וואלווי » מוצ"ש אקטאבער 07, 2017 10:58 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אנדערע עצה איז פוצן די ציין. די טעם פון טוטפעיסט נעמט אוועק סיי וועלכע טעם פון מויל.


אנטעסעמיט איינער. איך גיי אויס פאר א טעימה זאל איך מיך שטאפען מיט טוט פעיסט? אתמהה!

פאר מעסקיטו בייטס געט מען טוט פעיסט!!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2262
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2941 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אקטאבער 08, 2017 4:20 am

וואלווי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אנדערע עצה איז פוצן די ציין. די טעם פון טוטפעיסט נעמט אוועק סיי וועלכע טעם פון מויל.


אנטעסעמיט איינער. איך גיי אויס פאר א טעימה זאל איך מיך שטאפען מיט טוט פעיסט? אתמהה!

פאר מעסקיטו בייטס געט מען טוט פעיסט!!!


האסט אוואדי munchies :) אז מרייכערט גרינע גראזן איז עס נאטורליך צו שפירן הונגער. אבער סאיז נישט קיין אמתע הונגער! סאיז א פאלשע בעל אין קאפ וואס זאגט הונגער...

די בעסטע עצה איז אפצושטופן די עסען אין קאפ. יא איך גיי גייען עסען אויב איך וועל באלד זיין הונגעריג. זאג נישט ״ניין״ איך בין אויף דייעט וכודומה, נאר פשוט שטופ עס אפ- מוועט זעהן באלד אויב איך בין נאכאלץ אזוי הונגעריג. ס׳ארבעט געוונטליך.


אדער האב איך פשוטערע עצה נעם דיך אינטער טעניתים- ווארף אוועק אלע Desires וועסטו קענען זוכה זיין אנצוקומען צי Nirvana- אמתע שמחת החיים קען מען נישט האבן ווילאנג מאיז עדיקטעט צו גשמיות, אז מ׳ווארפט אוועק אלע תענוגי עולם הזה- זאגט בודהא אז מ׳וועט אנקומען צו א שטאפל פון מנוחה ושמחה אור ליהודים. סאיז א פשוטע חשבון למעשה. אז מ׳גוואוינט זיך צו א לעבן מיט מינימיום דארף מען גארנישט צו זיין פרייליך, פארשטייט זיך מ׳דארף קודם איינזעהן דעם אמת אז לעבן איז נישט קיין פיקניק פאר רוב בעלי חי׳. סאיז א שוערע ארבעט, אבער א גערעכטע חשבון איז עס.
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג אקטאבער 10, 2017 1:41 am

וואס רעדסטו, פאר די מאנטשיס אליינס איז ווערט א דשוינט!
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2262
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2941 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך פליקער » דינסטאג אקטאבער 10, 2017 3:52 am

איך קוק אויף מיין וואגשול, און עס גיבט מיר א שטאך ביים הארץ קאסטן, איך ציטער אימת מות, זיכער פיל מער ווי די פיש אין וואסער ערב חודש תשרי, און מער ווי די כפרות ווען זיינע פליגלען ווערן אים אנגעהאלטן אויף הינטערוויילעכץ און זעט א מעסער ערב דעם הייליגען טאג, איך ציטער פיל מער פון מיין סקעיל חול המועד
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג אקטאבער 10, 2017 4:12 am

וועגען דעם קוק איך טאקע נישט. ס'איז יום טוב!!!

אלע הוצאות קצובין לו מר"ה. אפילו די G&G ביל פון חודש חשון...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2262
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2941 מאל

Re: דייעט

הודעהדורך הערסטע » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:55 am

פליקער האט געשריבן:איך קוק אויף מיין וואגשול, און עס גיבט מיר א שטאך ביים הארץ קאסטן, איך ציטער אימת מות, זיכער פיל מער ווי די פיש אין וואסער ערב חודש תשרי, און מער ווי די כפרות ווען זיינע פליגלען ווערן אים אנגעהאלטן אויף הינטערוויילעכץ און זעט א מעסער ערב דעם הייליגען טאג, איך ציטער פיל מער פון מיין סקעיל חול המועד
אוי טאטער זיסער!!!
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 20, 2018 12:27 pm

און וואס איז מיט מיר געווארען? וועל איך אייך דערציילען. איך מיין אז אסאך מענטשען ווייסען שוין אז אלול\תשרי צייט איז נישט די צייט צו מאכען אונטערנעמונגען אין אידישקייט. פארוואס? ווייל מ׳איז אין די אלול גוסטע, די תשובה צושטאנד, און מ׳ווייסט נישט ווי מ׳שטייט אויפ׳ן אמת. א פאר וואכען נאך סוכות איז מען אביסל מער אין טאטש מיט די מענטשהייט, און דעמאלס פארגעסט מען פון די אלע אונטערנעמונגען וואס זענען א וויסטע חלום, בכלל נישט צוגעפאסט צום מענטש.

יעצט האב איך געלערנט אז אין גשמיות איז אויך אזוי. וואס איז לייכט אלול און תשרי, ווען מ׳איז פארנומען מיט דערהויבענערע זאכען און זיך צוריק האלטען איז די מאדע פון טאג, איז גארנישט אזוי אין מיטען ווינטער, ווען זיך צוריק האלטען מיינט נאר איין סענדוויטש נאך נאכטמאל. מוצאי יוהכ"פ האב איך געשפירט דארער ווי חמשה עשר באב, אבער די ווינטער האט עס נישט ווייטער אנגעהאלטען. מ׳גייט פאראויס צוויי טריטען און מ׳גייט צוריק איינס.

יעצט, נאך פורים, האב איך זיך פראבירט מיט די Slow carb diet. ביזדערווייל בין איך צוויי וואכען דערויף און איך קען זאגען די יעצטיגע איינדרוקען מיינער אויף דער דייעט.

די יסוד קומט פון א בוך, אשר בשמו יכונה The 4 hour body. דער וואס וויל עס אויף פי.די.ף. זאל זיך ווענדען אין אישי. די בעיסיק יסוד איז אז מ׳עסט נישט גארנישט ווייס, אדער וואס קען זיין ווייס, דהיינו מעהל, רייז, קארטאפעל וכו׳. מ׳עסט 30 גר. פון פראטין אין די ערשטע דרייסיג מינוט פון טאג נאכ׳ן אויפשטייען. מ׳עסט נישט קיין פרוכט, מילך צו צוקער. איין טאג א וואך רוקט מען אלסדינג אריין, כל המרבה הרי זה משובח.

די חכמה דערפון איז אז ביי אסאך דייעטס, זאגען מאנכע צייטונג פארשערס, ווערט די גוף צוגעוואוינט צו די הונגער צושטאנד, און עס טוט פראצעסירען די עסען שטאטער און מ׳הערט אויף צו פארלירען. דורך עסען פארטאגס און אריין רוקען איין מאל א וואך, ווערט דער גוף נישט איינגערעדט אז זי דארף שפארען אויף מארגען.

פאר מער חכמה, גוגל איז דיין חבר. אויף רעדדיט איז פארהאנען פיהל הילף ועוד מקומות.

מיין ערפארונג, אין די קורצע צייט איז אזוי. די ערשטע פאר טעג, האט מען א שטיקל קאפוויי. די גוף בענקט זיך נאך איהר צוקער, און עס קומט נישט. ביי מיר איז עס געווען א קליינע קאפוויי, נישט קיין גרויסע, און נאך א פאר טעג איז עס פארגאנגען.

מ׳עסט אסאך בעבעלעך, פון אלע סארטען. ארבעס זאל מען נאר עסען אביסל, לויט eslowcarbdiet.com אבער יענער סייט איז זייער מחמיר אין די עניינים. די חכמה איז צו פארזאמעלען פארשידענע ספייסעס מטעים צו זיין די בעבעלעך, פעם בכה ופעם בכה, אזוי ווערט מען נישט פארלאנגווייליגט פון די זעלבע עסען טעגליך.

למעשה איז עסען בעבעלעך א שטיקל ארבעט. מ׳דארף זיי ווייקען פאראויס וכו׳. דאס האט מיר געהאלפען אין א פסיכאלאגישע זינען. אין איינער פון די סאמע ערשטע טעג בין איך אריבער עפעס א פרעס געשעפט, און עס האט זיך געכאפט די תאווה זיך מוחל צו זיין עפעס גראב און פיהל מיט קארבס. נאר ווען איך האב מיר דערמאנט אז די ווייב מוטשעט זיך אין די טעג פאר פסח מיר אנצוגרייטען די בעבעלעך, האב איך געטראכט אז עס נישט שיין ארויס צו ווארפען איהר ארבעט אין מיסט אריין.

געווענדליך, א פאר שעה נאך פרישטיג, ווער איך הונגעריג. איך שלאג זיך דערמיט און איך גיי ווייטער און עס גייט אוועק. עס ווערט אבער שווער אביסל צו טראכטען און האלטען קאפ אין ארבעט צו אין לערנען. נאכ׳ן זיך אביסל אפגעוואוינען פון די קארבס אין די צוויי וואכען, פיהל איך אנדערש. אפילו מ׳ווערט הונגעריג, ווערט די קאפ נישט צושטערט. מ׳קען אנגיין מיט'ן לעבן אן זיך צו שלאגען מיט די הונגער. ווי אויך האב איך באמערקט אז די געפיהל פון הונגער איז נישט איינס מיט די רייץ צו עסען. מ'קען זיין הונגעריג און די עסן זאל זיך נישט רייצען אזויפיהל.

גרינס איז א געוואלדיגע זאך, אבער בעיקר מיט פראטין. אואקאדא זאל מען נאר עסען ווייניג, אבער א קען טונא מיט א סאלאט זעטיגט מורא׳דיג.

פאר פסח וועל איך זע׳ען נאר צו עסען איין כביצה יעדער סעודה (מ'דארף זיך דאך וואשן, און וואספארא טעם האט עס אן א ברכה?) ותו לא. לאזען די קניידלעך מיט די מצה האקען פאר די קינדער.

עסען אינדערפרי איז נישט לייכט. איך נעם צוויי אדער דריי געקאכטע אייער, מיט א האלבע קען בעבעלעך. איך האב געפרעגט א ת"ח וואס האט געזאגט אז די איסור פון עסען פאר'ן דאווענען איז אלס דרך גאווה, און דרך רפואה איז נישט קיין איסור (להוציא פון די צד אז רפואה איז היתר פאר א חולה, וואס דאס איז שוין א שווערערע גדר וואס איז נאר גראב)

פאר די וואס לעבן אויף א בודזשעט, איז די מהלך טאקע טייערער, מ'קען דאס נישט לייקענען. וועדזשטעבעלס זענען נישט ביליג, בפרט די וואס זענען מוחזק בתולעים און מ׳דארף קויפען ספעשל אידישע. א טעלער רייז איז ביליגער ווי בעבלעך, און מער פראטין ווי פיש און פלייש איז טאקע טייערער. איך האלט אינמיטן זוכען עצות דערפאר. א קען טונא איז דאך ביליגער ווי פרישע פיש און פלייש, וועלען מיר זעהן אויף ווייטער.

למעשה דענק איך, אז די מהלך איז בעיקר אויף א זעלבסט באגרעניצונג אין די מאס עסען. ווען מ׳קען נאר עסען געוויסע מאכלים, ממילא עסט מען ווייניגער, ולזה אנו מקוים. איך האף טאקע דערמיט נישט נאר צו פארלירן וואג, נאר אויך זיך צוגעוואוינען צום הונגער געפיהל.

איך האף ענק צו קענען באגריסען מיט גוטע נייעס בקרוב. ביז דערווייל רוקט זיך די וואגשאל פאמעלעך. איך האף אז דאס וועט זיך בעסער אנהאלטען אין די צוקונפט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג מערץ 20, 2018 2:33 pm

If someone doesn't get along with chickpeas,is there any other substitute?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2527 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 20, 2018 3:44 pm

יעדער סארט לעגו"ם. עס איז דא צענדליגע סארט בעבעלעך, יעדער מיט איהר טעם.
Black beans
Pinto beans
Black eye beans
Lima beans
Butter beans
Kidney beans
ועוד ועוד
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך מערץ 21, 2018 11:06 am

אין די וועלט איז אנגענומען אז מען איז מער מיקל לגבי טרונקען פארן דאווענען, אלזא קענסטו נעמען א פארעווע פראטין שעיק. דער פראבלעם איז נאר, אז בלויז די מיליכיגע זענען גוט, די פארעווע איז נישט אין מויל צו נעמען.

פארוואס איז די דייעט אנטקעגן מילך? די מילך צוקער איז אזא פראבלעם? אויב ביסטו נישט מקפיד אויף חלב ישראל קענסטו אפשר נוצן לעקטאוס פרי מילך מיט פראטין פאודער.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2275
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1791 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 21, 2018 11:18 am

עס איז דא חלב ישראל לעקטאוס פרי מילך.

פראטין פאודער איז נישט גענוג, מ'דארף עסן די פראטין. די תכלית איז אז די מעטאבאליזם זאל אנהייבן ארבעטן ווי אמשנעלסטן, און מיט די פאודער פאסירט עס נישט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:58 pm

ווען א דייעט פאדערט עסן ווייניגער, איז מען טעגליך און מינוטליך אין די הענט פון דער יצר הרע. אז מ׳וויל עסן נאר א דריטעל טעלער לאקשען, זאל עס זיין האול וויט ארגעניק, ווייסט מען אז דארט וועט זיך עס נישט אפשטעלן. מיט בעבעלעך הערט זיך עס אויף פיהל שנעלער. די עצם עסען איז ווייניגער.

סתם אזוי, אפילו נישט לגבי די דייעט, נאר אלע דייעטס און לעבנסשטייגער טוישן. צופרי זענען רוב מענטשן מער אין די גוסטע זיך איינצוהאלטען פון תאוות. שחרית דאווענט זיך בעסער, און א געזונטע פרישטיג עסט זיך לייכטער. נאכמיטאג און ביינאכט איז די צייט פון די יצה"ר. אפשר איז עס אן עצה זיך צוצולייגען נאכמיטאג פאר א האלבע שעה, צו דערפרישען די גוסטע. איך ווייס אז נישט יעדער ארבעט אויף זיין אייגענע זייגער, און עס איז אפט נישט מעגליך, אבער טאמער מ'קען, קען עס זיין א שטיקל עצה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט