צדיקים אמאל, און צדיקים היינט...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

צדיקים אמאל, און צדיקים היינט...

שליחה דורך קאך_לעפל »

געלויבט איז דער באשעפער, אז אין די לעצטע תקופה זענן מיר ב''ה באגליקט געווארן מיט בילדער פאבליקאציעס, וואס וואקסען ארויס וואו שוואמען נאך א רעגען, וואס פאבלעצירן בילדער פון די צדיקי הדור, ווי זיי שטייען אין א גיטע בילד-פאזיציע, אנגעטאן מיט בגדי מלכות, מיט א גאנצע שטאב פון גבאים פון הינטערוויילעכס, דעריבער נתתי ליבי למחשבה להתבונן, צו אנעלעזירן דער אמאליגער צדיק און להבדיל אלף אלפי הבדלות די היינטיגע צדיקי הדור.

דער באדייט פון א צדיק:

מיט אן ערך פון 200 יאר ציריק האט דער הייליגער בעל שם טוב זי''ע מחדש געווען דעם דרך החסידות, וואס איז א מהלך אין עבודת ה' נאנטער צו ברענגען אידישע קינדער לאביהן שבשמים.
און איינע פון די עיקר יסודות אין חסידות איז: צו זיין דבוק אין א צדיק אמת, וואס זאל מדריך זיין דעם חסיד זיך צו פירן בדרכי ה', און ארויף ברענגן דעם חסיד אויף א העכערע מדריגה, אין משפיע זיין שפע ברכה והצלחה ברו''ג אויף די המתתופפים בצילו, און משפיע זיין רחמים וחסדים אויף די וועלט, און עוסק צו זיין אין יחידים מקרב צו זיין די גאולה שלימה, וואס דאן וועט דאך זיין דער תיקון השלם, און עס וועט זיין אך טוב לישראל כל הימים.

דער אמאליגער צדיק:

דער צדיק איז געווען א עני ואביון וואס האט זעלטען געהאט מיט וואס שבת צו מאכן, ער איז אויפגעשטאנען חצות, און געלאפן צום טייך ברעכען די אייז, און זיך געטויבעלט ש''י טבילות אין די אייז-קאלטע וואסער, דערנאך האט ער געזאגט תיקון חצות מיט בכיות נוראות, ער האט געוויינט אויף צער גלות השכינה. דערנאך האט ער געלערענט זוהר מיט די תיקונים ביזן נץ החמה, און ביים נץ האט ער זיך געשטעלט דאווענען פארן הייליגען באשעפער מיט א דביקות עילאה, און מיט א פלאם פייער, און נאכן דאווענען איז ער געזיצן איינגעהילט מיטן טלית און די ר''ת תפילין א היפש פאר שעה, און געלערענט תורה בקדישה ובטהרה, ביז ער איז אהיים געקומען קרוב לחצות היום עפעס צו פארבייסען.

דאס פארבייסען איז באשטאנען פון שטיקל שווארץ ברויט, מיט דעם עק פון א הערינג, מיט גלעזעל יי'''ש. (קרעדיט די מעשה ביכלעך)

דערנאך האט דער צדיק עוסק געווען אין מצוות מעשיות, ווי הכנסת כלה, פדיון שבוים אד''ג, און אויסגעהערט צו בראכענע הערצער און זיי מחזק געווען און געגבען עיצות ווי אזוי צו קענען ווייטער ספאראווען מיט די טאג-טעגליכע מיטמאכענישען, דערנאך האט ער געדאווענט מינחה מעריב, און געגסען א ארימע וועטעשערע, וואס איז באשטאנען פון א פשוטער טעלער קאשע (קרעדיט די מעשה ביכלעך) מיט א גלעזעל שווארץ קאווע, און זיך געגאנגען לייגען אויף א פאר שעה ביז חצות.....

אזוי בערך האבן אויסגעזעהן די אמאליגע צדיקים, וואס האבן פארשיינט די וועלט מיט זייער צדקות און קדישה, און זענען געבליבן פארהייליגט ביים כלל ישראל ביזן היינטיגען טאג, און טויזענטער אידן לערנען שטענדיג אין זייערע הייליגע ספרים, ווי זיי טרעפן התחזקות און ווארעמקייט צו אידישקייט.

דער היינטיגער צדיק:

דער היינטיגער צדיק איז ע''פ רוב א גרויסער עושר, וואס פארמאגט ריעל עסטעיט, מיט א שיינע קאר, און א זימער הייזקע, מיט א גאנצע טוץ פון יוצר משרתים ואשר משרתיו, קעכער און בעלי עגלה'ס, שרייבער, און שלעגער, אויף א מאסיווע פארנעם, ער פארמאגט א צדקה קאסע וואס באשטייט פון געלטער וואס זיינע ארימע חסידים ברענגען אריין, און פון וואס זיינע בחורים גייען ארום שנארן, און פון די דאזיגער קאסע איז דער צדיק מיט זיינע קינדער נהנה במידה גדושה, ער איז ערליך מקיים דער מכניס ואינו מוציא, אפי' ווען איינער פון זיינע חסידים שטארבן פון הינגער.... ער גיבט טאקע גאר ווארימע ברכות און אומפראקטישע עיצות... אבער א רויטער גרייצער גייט נישט ארויס פון די הייליגע קאסע, וואס איז מיוחד פארן צדיק ובניו.....ער פארמאגט א שאפע מיט בעקישעס פאר יעדען טאג באזונדער, מיט סטראקעס און אן סטראקעס.... זילבערווארג האט ער מער ווי באראן ראטשילד, פארט ארום מיט א גאנצע מאטארקאדע, און מיט א פריוואטער פליגער, און שפאצירט אראפ אויף א רויטער טעפיך ווי קייזער פראנץ יאזעף זעלבסט....

דער סדר היום איז מען שטייט אויף צום דאווענען, מען דאווענט אפ און דערנאך טרינקט מען א לחיים מיט א שטיקל קיכען גבוה שבעה קומות ...... מען עסט א פרישטאג פון א געשמאקע ראנטאטאש מיט געדינצטע צוויבעל, מיט הייסע פענעץ געשמירט מיט צולאזטע פוטער..... מיט א פלאכע טעלער געזאלצענע פארמאדארן, לא להנאת גיפי ח''ו. דערנאך איז מען עוסק אין געשעפטען און אין פאליטקא ביזן צאת הככובים.... דערנאך פארט מען ארום, מיט די באגלייטונג פין די גבאים, זיך פיקטעשערן ביי אלע צוזאמקומפטן און מסיבות.... און דערנאך גייט מען פאפן..........

און ביי ש''ס וויינט מען היתכן אידישקייט איז אין דער ערד...... דער אינגווארג פאלט אוועק..... אינטערנעט....... און נאך שטיתים מיט הייסע בארשט.......

צדיקים..... עטס זענסט משוגע? אדער איר האלט די מענטשהייט אלס משוגעים? עטס זענטס שולדיג אין די ירידת הדורות......... אז דער צדיק איז אזא באם.... וואס זאל שוין דער חסיד זיין?

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר