רוצה מנה ויש לו מאתים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

רוצה מנה ויש לו מאתים

שליחה דורך גימפל »

ר' איד ווי רייך זענט איר? פיין, דיין נאמען ערשיינט טאקע נאכנישט אויף די "פארבס" ליסטע, ועוד חזון למועד.. און אייער נאמען איז אפשר נישט אויפ'ן עשירים ליסטע, אבער צו ווייסטו אז אויב דו פארדינסט אפילו בלויז $35,000 א יאר, וואס הייסט א קנאפער פארדינער, זענט איר אויפ'ן סאמע שפיץ ליסטע פון די עשירים אויפ'ן וועלט! עס הערט זיך אפשר אומגלויבליך, אבער יא, איר ליינט גוט.

אויב פארדינט איר בלויז $35,000 א יאר, זענט איר אין 0.81% פראצענט רייכסטע מענטשען פון די וועלט. יא איר הערט גיט, איר זענט אין די קאטעגאריע פון די העכסטע 1% פארדינער אויפן כדור הארץ.
1.-0.81.PNG
1.-0.81.PNG (24.12 KiB) געזען געווארן 1681 מאל


איר פארדינט טאקע נישטיגע $35,000 אין א יאר. אבער וואס איר פארדינט און איין יאר, וועט פאר אן אינדוניזען ארבייטער געדוירען 47 יאר צו פארדינען דעם זעלבער סכום.
2.-47.PNG
2.-47.PNG (45.6 KiB) געזען געווארן 1681 מאל


איר פארדינט טאקע נישטיגע $35,000 אין א יאר. דורשטיג? עס וועט אייך בסה"כ נעמען א קארגע 2 מינוט צו פארדינען וואס סקאסט צו באצאלען פאר א קען קאוק. לעומת זה וועט אן אינדוניזען ארבייטער דארפען שוויצען איבער א שעה כדי צו קענען הנאה האבען פון א קאלטע קען קאוק.
3.-Coke.PNG
3.-Coke.PNG (29.74 KiB) געזען געווארן 1681 מאל


איר פארדינט טאקע נישטיגע $35,000 אין א יאר. אבער אייער חודשליכע געהאלט קען באצאלען די חודשליכע געהאלט פון 215 דאקטוירים און מאלאווי.
4.-215.PNG
4.-215.PNG (18.75 KiB) געזען געווארן 1681 מאל


יעצט אז איר זענט אויף די וועלט'ס עשירים ליסט, שטרעקט אויס אייער האנד און גיבט א נדבה פאר סיי וועם, וואס איז באמת אנגעוויזען פאר אייער נדבה, בפרט די ארג. קעיר

אויסצוגעפונען דיין פונקטליכער מקום אויפ'ן עשירים ליסטע, כדי צו קענען געבען א שיינע נדבה ביד רחבה, אדער סתם פאר שוואוילטאג זיך צו שפירען בעסער אז איר זענט א אמת'דיגע גביר און נישט עפעס סתם א שוואכער פארדינער, דאן קליקט דא.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר