באבי'ס גאבליין...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

באבי'ס גאבליין...

הודעהדורך בשבילי! » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 12:13 pm

א שיינעם טאג האבן מיר באשלאסן אז שוין א לענגערע צייט וואס מיר האבן נישט באזוכט אונזער חשובע באבע זז"ג, וועלן מיר היינט ארויפגיין אויף א באזוך מיט די ב"ב און די קינדער. ס'פונקט געווען א שיינע וועטער. זי וועט זיכער הנאה האבן, מיר וועלן הנאה האבן, און ביידע זייטן וועלן ארויסגיין בענעפעטירט.

א באזוך ביי די באבע מאכט זיך נישט יעדן טאג, די באבע האט שוין קע"ה דערגרייכט א גאר הויעכער עלטער לאויש"ט. איז עס פאר די קינדער א עקסטערע עקסייטמענט.

אומר ועושה, איך הייב אויף א טעלעפאן צו די באבע.

טררר...

העלאו. יא דא רעדט... כ'האב געוואלט וויסן צו מיר קענען אפשר ארויפקומען...

"אוודאי, אוודאי זאלט עטס קומען, איך בין אזוי פרייליך צו זעהן די משפחה קע"ה, ווייסטע אפילו, איך האב יעצט, ממש יעצט, געענדיגט אפבאקן פרישע קאקאש קעיק אקארשט ארויס פון אויבן, וועט כאטשיג זיין וואס צו עסן, ווייסטעך אז אין די יארן עסט זיך שוין נישט אזוי..."

צוזאמען זענען מיר ארויס אויפן וועג, ווען די קליינע הערן נישט אויף מוטשענען "ווען קומט מען שוין אן"?? און אינצווישן רופט שוין די באבע אריין אויפן סעל וואו אונז זעמער ווייל זי קוקט שוין ארויס בכליון עיניים אויף די באזוך און זי ווארט אונז שוין ביים פענסטער.

דארט ביי די 'עטרת זקנים' אויף פארעסט רד. אויפן צווייטע שטאק, דארט וואוינט זי די באבע. א קליינע דירה'לע, דריי צימערן, א קליין קעכל וואו די באבע רעכט צו אירע רייכע אונגארישע מאכלים גענוי ווי 'אינדערהיים', מיט די אלטע טעפ און אפגעדינטע שעפ לעפלען ווערט זי נישט מיד פון אנגרייטן נאך און נאך עסן, ווען דער אלטער האלב פארברענטער אויוון רוהט נישט קיין סעקונדע פון אפבאקן פרישע בילקעלעך און טארטן צו די וועכנטליכע שמחות אין די געבענטשט פארצווייגטע משפחה. און אויך, עס זאל זיין אין פריזער...

אנקומענדיג טרעפן מיר די באבע מיט די ברילן אויף די אויגן און א תהלימ'ל אין די האנט, קיין מינוט רוהט זי נישט, אין יעדע ליידיגע מינוט וועט זי כאפן איר באליבטע תהלימ'ל א ירושה נאך פון איר מאמע, א תהלימ'ל וואס האט שוין איינגעזאפט אין אירע פארגעלטע בלעטער צוויי דורות הארציגע טייערע מאמישע טרערן וואס האבן - און טוען ווייטער - פארגיסן הייסע זודיגע טרערן פאר זייערע קינדערלעך אייניקלעך און אור-אייניקלעך זיי זאלן גיין אויף גוטע ערליכע וועגן.

די באבע האט אונז ווארעם ענטפאנגען. און די קליינע זענען גראד געגאנגען מאכן א יד אחת אויף די פרישע קאקאש... ווילאנג די עלטערע זענען פארנומען געווען צו פארציילן זייער אייגענע חכמה'לעך פאר די באבע וואס קוועלט פון נחת.

אזוי שמועסנדיג איינגענעם, טוט די באבע אונז מיטטיילן און צוריקמישן אירע זכרונות פון יענע יאר'ן אין די אלטער היים... ווי גליקליך און געשמאק און אונטערסאנט יעדע ריר אין לעבן איז דעמאלט געווען...

ווען מיין בליק איז פלוצלים געפאלן אויף א אלט שטיקל סחורה וואס איז געליגן דארט אין א זייט, ס'האט פארכאפט מיין אויג.

א האלב גענייעטע געוואנט, געשניטן אומגלייך און פול מיט פעדימער, א סחורה פול מיט לעכער, און פון דעם ציען זיך ארויס צענדליגע קאלירן פאדעם, רויט, ווייס, גרין, בלוי, העל בלוי און אזוי נאך צענדליגע קאלירן. פול מיט קניפען און נאדל שטאכן. פעדימער פון אלע פארעמען און-וועגן ציען זיך אויף די לענג און די ברייט פון די סחורה.

זייער נייגעריג באטראכט איך מיר אויף די שטיקל סחורה, ווען די באבע באמערקט מיינע בליקן און זי דערמאנט זיך, "אה, נאך טאקע גארנישט געגאנגען ווייטער היינט, גיב אהער, לאמיר מאכן דא אביסעלע".

שטארק באאיינדרוקט פון דעם מאדנע ספעקטאל, זעה איך וואו די באבע נעמט א נאדעל און הייבט אן שטעכן אין די סחורה אן קיין שום חשבון, רעכטס לינקס, ארויף אראפ. מאדנע.

באבי – גיב איך א פרעג – ווען די נייגער האט שוין געהאלטן ביים פלאצן, וואס איז פשט פון די שטיקל סחורה?

אוי, ניין ניין מיין טייערע אייניקל. גיב א קוק - ווען אין די צייט דרייט זי איבער דאס שטיקל סחורה אויף די צווייטע זייט - דאס איז א "גאבליין" איך ניי דא א הערליכע בילד פון א אויגפארכאפנדע פאנאראמע מיט הערליכע פילפארביגע קאלירן, ווען דאס וועט פארטיג ווערן וועט עס באשיינען מיין הויז אין א הערליכע ראם!

דאס וואס דו האסט געזעהן דאס איז נאר די אונטערשטע זייט, אוודאי, דארט איז עס פול מיט קניפען און אומפארשטענדליכע נאדעל שטאכען. דארט פון אונטען פארשטייסטו נישט פארוואס די אלע קאלירן און קליינליכע דעטאלן פעהלן אויס. אבער מיין קינד גיב א קוק דא פון אויבן, אט אט איז די בילד פארענדיגט, יעצט זעהסטו אז יעדע שטיקל פאדעם פעהלט אויס?

צוקוקנדיג, טראכט איך אזוי צו מיר...

בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין.

וויפל מאל טרעפט זיך א איד אין א מצב וואס ער פארשטייט נישט וואס גייט פאר, ער פארשטייט נישט וויאזוי עס קען פאסירן, ער זעהט פאר זיך א צומישעניש א כאאס, זיין זעהלישע מצב צו גשמיות'דיגע מצב איז פארלוירן, פול מיט קניפען, מאדנע שטריכן וואס ציען זיך ארום און ארום וואס באדראען איהם צו פארכאפן. עס וואונדערט די מחשבה, צו וואס פעהלט דאס אויס? ווער ברויך די אלע קאלירן פעדימער? זענען די פארקניפטע שטרויכלונגען ח"ו א שלעכטס פאר מיר? און צו האבן זיי בכלל א ציהל?

די פרנסה ווערט נאר שווערער פון טאג צו טאג, די דירה איז שוין אויסגעוואקסן, און די שכר לימוד בילל ווערט נאר העכער, איינער פון די קינדער פארלאנגען אמאל ספעציעלע אויפמערקזאמקייט צו טיפול. און דער מענטש פלייש און ביין, דער קליינער מענטשעלע פארשטייט נישט, רבוש"ע פארוואס?

דארף מען זיך נאר גוט איינ'חזר'ן און געדענקן, אונז זעהען נאר איין זייט פונעם בילד!

יא, עס קוקט טאקע אויס מאדנע און אומפארשטענדליך און צומאל ביטער און ווייטאגליך. אבער דאס איז אלעס נאר מיט אונזער בליק, א בליק פון אונטן אויף ארויף...

אבער דארט אויבן, דארט זעהט מען א הערליכע בילד! א מאיאסטעטישע מייסטערווערק וואס האלט אינמיטן פארמירט ווערן. א בילד וואס וועט איין טאג אויפגעהאנגען ווערן מיט כבוד און פראכט, און דאן וועלן מיר פארשטיין אז יעדע שטאך, קניפ, און ריר האט פונקטליך אויסגעפעהלט צו ערגענצן דאס בילד!

ווען מיר וועלן זוכה זיין בקרוב צו הערן דעם אזוי געגארטער שופר של משיח, אז ימלא שחוק פינו. מיר וועלן אלע עין בעין זעהן דעם התגלות, השי"ת וועט נעמען דעם גרויסן גלות-בילד און ווייזן "קוקטס טייערע קינדערלעך יעדער פון ענק האט אין דעם א חלק! יעדע צרה'לע, עגמת נפש, יעדע קליינע שטאך האט געהאלפן צוזאמשטעלן דאס בילד"!

*

קאווע שטיבל. אזא הערליך בילד. כלל ישראל אין 2015 האט באוויזן אהערצושטעלן א פאלאץ, א מקום מוכשר פאר ערליכע אפגעהיטענע אידישע קינדער וואו צו פארברענגן אויף א שיינע פאנאראמע, א האריזאנט פון קדושה, א לופטל פון טהרה, א ריח פון שמחה און אנגענעמקייט, א גייסט פון חסד. א שטאלץ און פראכט פאר אידישע קינדער.

די מעלער פון דעם בילד איז אבער יעדער יחיד באזונדער! די שיינע אויסקום איז א געמיש פון יעדנס אייגנארטיגע קאליר.

א ייש"כ אייך מנהלים פארן צושטעלן אייער חלק פונעם בילד.

און א פערזענליכע הארציגע ייש"כ פאר אלע טייערע חשובע חברים וידידים שרייבער און ליינער אויף קאווע שטיבל פארן ערפולן אייער עיקר חלק פון בילד.

און א דאנק פאר דיר רבוש"ע אז איך קען האבן א חלק אין אזא הערליכע בילד!

*

וואס? נישטא מער קיין קאקאש קעיק?! קינדער גיימער...

(גרעסערער חלק פון די ארטיקל איז C/p פון ע''ה)
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: רביה''ק זי''ע און 2 געסט