גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3088
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4496 מאל

גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

שליחה דורך מאטי »

שפרידלדיגע מוסר געדאנקן און ווערטלעך:
≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈


1) צוברעך נישט דעם שפיגל אויב געפעלט דיר נישט וואס דו זעסט דערין.

2) אויב דו ווילסט דאס נישט אליינס טון דאן  באפעל נישט דיין ארבייטער דאס צו טון. אויב דו ווילסט נישט גיין צום עמוד שיק נישט צו א צווייטן. 

3) איך וואלט שוין מוחל געווען צענזורירער, אבער נישט דאס זאגן אז דאס ארגינעלע איז צענזורירט.

4) אויב מעלדסטו נישט איין דעם שנארכער וועט ער קיינמאהל נישט וויסן דאס ער איז איינס.

5) ס'דא אזעלכע וואס קענען דיר דערמאנען אז דו האסט פארגעסן.

6) זאגן אז סייענס איז נישט בינדענד איז ווי פארמאכן דעם צייטונג וואס אלארמירט דעם רויכערער.

7) א שטעקן האט טאקע צוויי זייטן, אבער אויך א מיטלעסטע חלק וואס פארבינדט זיי ביידע.

8) "ברעך דיך קאפ" איז מער אמת ווי משל.

9) ס'וועט נאך קומען א צייט ווען ס'גייט קומען א צייט.

10) שוועריקייטן איז א גוטע באווייז אז ס'איז ווערד דאס וואס דו טוסט.

11) כ'האב פשוט מורא אז איך גיי מורא האבן.

12) ראובן פרובירט רעדן מיט שמעון, אבער שמעון איז פארנומען פרובירן רעדן מיט לוי, אבער לוי איז פארנומען פרובירן רעדן מיט ראובן, אבער....

13)  דאס בעסטע אריינפיר צו א שקר איז דאס  זאגן "אין אמת'ן אריין."

14) זיי זאגן מיר;  "אויב דו האסט נישט וואס צו טון, טו עס נישט דא." פיין, אבער וואס! זאל איך נישט טון דא?

15) ווען מ'וואלט געקענט פרעגן תירוצים וואלט מען נישט געדארפט פרעגן קושיות.

16) ביי וועם "ס'קען זיין" איז א פאקט ביי אים איז א "פאקט" א ס'קען זיין.

17) 1 מיט 1 איז טאקע אלעמאל צוויי, אבער נישט אלעמאל איז דאס 1 מיט 1.

18) אויב איך מיין אז איך נאר מיר,  האב איך מיר זיכער גענארט?

19) איידער די צייטן פון ר' נחמן מ'ברסלב איז ייאוש געווען פארהאנען?

20) כאפט אריין א לעבן ווילאנג איר האט נאך וואדקע, ווייל אויף די וועלט גייט דאס אינאיינעם.

21) ס'וועט נאך קומען א צייט ווען ''לשון סגי נהור'' וועט געזאגט ווערן די גראדע וועג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 149 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר