איך בין קראנק און מיד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

איך בין קראנק און מיד

שליחה דורך פליקער »

איך בין קראנק און מיד

אנגעהויבן האט זיך עס ווען איין ציפרי קים איך אין שיל, און עס איז פארהאן א דורכזיכטיגע פאפיר האלטער אנגעפילט מיט פאפיר, עס האט אויף זיך געהאט עטליכע שמחת, זיי האבן אפיר געקראצט די שמחת פון יענעם טאג, האב איך געטראכט צי מיר אז עס איז גאנץ א גיטע איידיע, זיי וועלן ליפטערן יעדען טאג ווער עס מאכט א שמחה, נישט שלעכט, מען וועט נישט ברויכן מער ריפן צים שמחה, מיר ווערן מער פארגעשריטן, ב"ה מיר האלטן אויף א וועיג, ווייניג האב איך געוויסט אז איך פאל דא אריין אין א נעץ, מיר וועלן דאס נאך ביטער באוויינען, נאר צרות האט דאס געברעינגט פארן כלל, די דבר יום ביומו האט נישט אנגעפילט קיין שום לאך, עס האט נאר געגראבן א טיפערע גריב, עס האט נישט פארטראגן מיט די ארוינים, זיי האבן זיך געשפירט באגרעינעצט.

אה א גיט מארגן, עס האט זיך געווידמעט א גיט מארגן וואס דאס איז געווארן די פלאטפארמע פאר די ארויניש געשטימטע ציבור, דערנאך די קלעסיפיידס, דערנאך אשת חיל, קול ברמה, ועוד וואס האבן אויספראבירט, ווי א גיטן אווענט, מיט לוח המודעות, פאפיר בשמו יבורך, אלעס כדי איך זאל חלילה נישט פארפעילן קיין שמחה, אבער די נעץ איז נאך געוועין אויסגעשפרייט, איך בין נאך בכלל נישט געוועין אין קיין פראבלעים, איינמאל מיר זענען געווארן געבינדן צים פאפירל, האבן זיך א זעץ ארויפ געטיען די אלע מזכה את הרבים, און אנגעהויבן ליפטערן זייערע דיעות, יעדען טאג מיט א פרישע פאריקטע דעה, היינט זאגן זיי מיר בשם די רבנים הגאונים שליט"א אזוי און מארגן אזי, בקיצור יעדען טאג האב איך א פרישע מנהג הגון וואס א נייער פריק לאזט ליפטערן, און דער דבר יום ויום לאזט דאס דורך טאג טעיגלעך.

וויל איך וויסן פארוואס פאר א שווארץ יאר לאזט ער ליפטערן די זאכן וואס קיינער איז נישט נייגעריג צי ליינען, אלעס ווייל דו ווילסט מאכן דיינע פארשטינקענע פאר דולר, זענען מיר דיינע בהמות, האלסטו אז מיר קיקן ארויס יעדען טאג אויף א טפח שוחק מופתים פון די כוללים גנבים, אלעס ווייל דו פארדינסט, שעים זיך, ווען איינעם שטיקט א עין הרע גרעבאכץ און זעקעלט ערגעץ פינף און צוואנציג טולר, מעגסטו עס ליפטערן און די גאנצע שטאט, ווי איז דיין שכל מיסטער דבר יום ביומו.

איך וויל דיר מיט דעי מעסעדש דא ווארענען, אין עונשין אלא אם כן מזהירין, דו האסט נישט קיין שום רעכט צו ליפטערן איינעמס פערזעינליכע בויך קרעמפען אדער ביזנעס עדווערטייזמענטס, מיר זענען נישט נייגעריג, דיין אויפגאבע איז בלויז שמחת מיט השבת אבידה קלאסיידס.

ואם לא תשמעו לנו, אויב גייסטו נישט גיין צו קיין בעסערינג, וועלן מיר דיך אינטערברעינגען, מיר גייען מער נישט ליינען דיינע שטותים, מיר וועלן מאכן א נייע בלעטל וואס איז נאר געווידמעט פאר שמחת, פריי פון אפצאל, יעדער קען אריין לייגן זיין שמחה, און מיר וועלן מאכן זיכער אז יעדע בלאג מיט גרופע סיי אויף וואטצעפ, טעלעגראם, קאווע, איי, קרעטשמע, יא נעים איט, דו וועסט קענען פארשפרייטן דיינע וויכטיגע טיי'ס פאר די דרייצען יעריגע זאלן האבן וואס צו ליינען אין טוילעט, מיר וועלן זיך גרופירן און לייגען אלע דיינע פאפירן אינעם גארבידש ביים ערשטן געלעיגענהייט, ווייל איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן ליינען וואס עס פאסירט ווען מען זאגט שיר השירים אכציג מאל און באשלאסן מפרצין צי זיין, און וואס עס איז דיין מיינינג איבער מענערישע קערידש שטיפער'ס.

פון וואנעט ווייס איך ווי אזוי דו האלסט, ווייל דו טיסט גאנץ פיין שטיפן די שקר, והא ראיה בטעות איז נאך נישט אריין געקומען קיין עד וואס עס איז נישט לפי רוח וויליאמסבורג, ווי למשל א עד פון א מעיקאפ לעידי, אדער א שייטל מאכערקע, אדער א בארבער, נאר איינער וואס שטאפט אויף טוילעט'ס, מען ברויך זיין בלינד נישט צו זעין אז דיין מיינונג איז א פאריקטע, ווילן מיר דיר ווארענען אז מיר וועלן נישט דילדן דיינע מיינינג, אדער ביזטו סטריקטלי ביזנעס, אדער וועלן מיר דיך מיטן הילף פון רבנים, עסקנים, עשירים, סתם אנגווייטיגטע איינוואוינער, נארמאלע מענער און פרויען, מענטשן וואס זענען סיק ענד טייערד פון דיר, אינטערברענגען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר