וויקיפידיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וויקיפידיע

הודעהדורך גרונם » מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:57 pm

איך שרייב אפט אויף די אידישע וויקיפידיע, גרינד איך דעם אשכול וואו איך זאל האבן די געלעגנהייט זיך צו דורכשמועסן בדיבוק חברים אלעס ארום וויקיפידיע.

וויקיפידיע אין אידיש איז א ריזיגע מישמאש צווישן אידיש, יידיש און יודיש, און ווי ס'שטייט דארט אז אזוי ווי א אידישע ליינער פארשטייט וואס א יידישע שרייבער שרייבט, ממילא זאל יעדער שרייבן אין די Yiddish וואס ער קען.

אגב, די ארטיקלן אויף די חסידישע גזע'ס איז די איינציגסטע אוואו אלע ארטיקלן זענען אין אידיש...

הכלל, מיין ערשטע שאלה;
ווי אזוי קען איך 'לינקן' פון איין שפראך אויף די אנדערע?

(איך האף אז ס'איז דא נאך אידן דא וואס שרייבן אויף וויקיפידיע)
גרונם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:20 pm

זייער חשוב, און ס'איז א געוואלדיגע מצווה דאס שרייבן אויף וויקיפידיע.

א זייטיגע הערה נאר: איך וואלט מציע געווען אז עמיצער וואס איז גרייט אריינצולייגן צייט און כח אז די אידישע וויקיפידיע זאל ווערן א דערפאלגרייכע זייטל, זאל ליבערשט פראבירן צו פארריכטן די צאללאזע גרייזן – טייפאוס ווי אומריכטיגע דאטא צוגלייך – פון צווישן די בלעטער וועלכע זענען שוין ארויפגעשטעלט געווארן, און דערנאך זיך אריינלייגן אין שרייבן פרישע. דאס הימל-שרייענדע אמעראצעץ דארט טרייבט אוועק לייענער.
וועקער #18 - סטעי טונד!
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5952 מאל

הודעהדורך גרונם » מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:43 pm

איינע פון די זאכן וואס זיי שרייבן דארט איז אז מ'זאל נישט קיין אין מלחמה צווישן די ספעלינג פון אידיש יידיש און יודיש, ממילא איז אפטמאל שווער מבחין צו זיין צו ס'איז נישט גוט געספעלט אדער פשוט אן אנדערע יידיש...
גרונם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:19 pm

עס איז אינטערעסאנט צו זען טאקע ווי וויקיפידיע אויף די אנדערע שפראכן גייען אן מיט א פעסטקייט, ווען יעדן טאג שפראצן ארויס צענדליגער ארטיקלען למיניהם, בעת ווען דער אידישער וויקיפידיע איז מער-ווייניגער פאר'יתומ'ט. עס קומען טאקע צו נייע ארטיקלען, אבער אויף זייער א קליינע פארנעם. די סיבה פארוואס קלער איך איז צוליב די צומישעניש פון אידיש-יידיש, ווי מ'האט שוין דא אויבן געשריבן.

ס'אינטערעסאנט צו ברענגן אן ארטיקל וואס @יידל האט געשריבן ווען זיי האבן אפגעצייכנט 10,000 ארטיקלען.
עס איז קאמיש אז ביים צען טויזענטסטער ארטיקל ליידט נאך אלץ דער וויקיפעדיע פון די זעלבע פראבלעם וואס עס האט געליטן פונעם ערשטן טאג, נעמליך אז עס איז נישטא קיין געהעריגער איבערזיכט, און אנדערש ווי די ענגלישע וויקיפעדיע ווי אביעקטיוויטעט איז איינע פון די וויכסטיגסטע חלקים פון אן ארטיקל, איז אין די אידישע וויקיפעדיע כמעט נישט פארהאן דער מושג.


אין אן ארטיקל אין אידישען פארווערטס פון אקטאבער 27, 2006 שרייבט דר. שלום בערגער איבערן אידישן וויקיפעדיע. לויט דר. בערגער, איז דער ערשטער ארטיקל אין אידיש וויקיפעדיע געווען אויף צעטיל קטן. בערגער'ס ארטיקל איז געשריבן געווארן אין 2006. לויט ווי ער שרייבט אין זיין ארטיקל, איז דער ערך אויף צעטיל קטן באשטאנען פון דעם פאלגענדעם זאץ: "צעטיל קטן איז אן אויפפירינגס צעטל געשריבן געווארען דורך ר' אלימלך פון ליזענסק." עס איז איז שוין באלד 7 יאר נאך בערגער האט געשריבן זיין ארטיקל און 9 יאר זייט אידיש וויקיפעדיע שטייט, און דער בלאט באשטייט נאך אלץ פון די זעלבע 13 ווערטער. עס איז אינטערעסאנט וויאזוי אזויפיל פרטים איבער דעם וויקיפעדיע וואס בערגער שרייבט זענען שוין נישט נוגע, אבער וויאזוי דאס כלליות'דיגע אפשאצונג פון בערגער איז נאך אלץ גילטיג.
עס איז שוין עטליכע פארריבער זינט יידל האט געשריבן דעם ארטיקל, און נאך עטליכע יאר זינט די פארווערטס האט געשריבן יענעם ארטיקל, און די צעטל קטן בלאט באשטייט נאך אלץ פון די זעלבע 13 ווערטער...


אז מ'רעדט שוין, איז אינטערעסאנט צו ברענגן לינקס צו אינטרעסאנטע וויקיפידיע בלעטער
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך עמינדב » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:17 pm

ס' דא היינט צו טאגס מענטשן וואס וועלן ענדערש ליינען אינפארמאטיווע ארטיקלען אין יידיש ווי סיי וואס פאר אן אנדער שפראך למשל ענגליש? די יידישע ארטיקלען זעהען אויס אסאך מאל אז ס'נישט מער ווי טראנסליטעראזירט * פון ענגליש.
וואס פאר א בעקגראונד האבן זיי?

*מזל טוב, א נייע ווארט געבוירן.
עמינדב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:36 pm

עמינדב האט געשריבן:ס ס'נישט מער ווי טראנסליטעראזירט * פון ענגליש.
*מזל טוב, א נייע ווארט געבוירן.


ס'דא א פשוט'ע ווארט, איבערזעצן/איבערטייטשן.
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך עמינדב » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:41 pm

טיכטיגער האט געשריבן: ס'דא א פשוט'ע ווארט, איבערזעצן/איבערטייטשן.

ניין, איך מיין transliterate, ווי למשל איינער פון די גרויסע שרייבערס דא פירט זיך, וואס איך קען צום באדוירן נישט ליינען ווייל יעדער ווארט דארף מען צוריקטוישן צו ענגליש און איך בין מייאש נאך צוויי ווערטער.
אפשר איז וויקי אנדערש.
עמינדב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:43 pm

עמינדב האט געשריבן:די יידישע ארטיקלען זעהען אויס אסאך מאל אז ס'נישט מער ווי טראנסליטעראזירט * פון ענגליש.

*מזל טוב, א נייע ווארט געבוירן.

אנדערע האבן דיר שוין אויסגעכאפט..
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2881 מאל

הודעהדורך עמינדב » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:50 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אנדערע האבן דיר שוין אויסגעכאפט..

מיין ווערסיע איז אסאך בעסער. קוק ווי שיין די ז' זיצט דארט. ווי קען זיין א דויטשע ווארט אן א z ערגעץ וואו.
עמינדב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט