איך אויך האט געשריבן:יש להאריך אבער איך וויל מיך נאר באציען צו דיין לעצטע נקודה ,סאטמאר האט געפייט מיט דשאסט עבאוט יעדער און גם ליובאוויטש לא טמנו ידם בכיס איז נאטירליך אז מען רעדט פון זייער שטורמישע היסטאריע (ספעציעל ווען עס איז ביי זיי די מאדע צו פאלציפירן היסטאריע יעדע פראקציע לויט ווי עס שמעקט זיי) אבער פאפא? דער גרויסער ויחי יוסף האט נישט געטשעפעט קיינעם (אויב עפעס האט ער גענוג געליטן פון די בריונים און געשוויגן) און עס איז נישט אויף ק''ש סטאנדארט אזא מינע אשכול.
איך אויך האט געשריבן:נאט א פעט טשענס אין העלל! אויב וואלט די אשכול בארירט די שפיץ פינגער פון יענער אראבער אדער עפעס א פרייע משכיל/מסור וואלט עס שוין לאנג געווען פארשפארט אבער אז סך הכול מאכט עס חוזק פון א הייליגע איד ווי דער ויחי יוסף איז עס צו אומקאאל צו טוהן אזא שריט ווי פארשפארן.
איך אויך האט געשריבן:סאו זאגסטו אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור צו רעדן א ווארט אויף עם אבער וויבאלד ער לעבט שוין נישט און בחיים חיותו האט ער אויך עוסק געווען אין וויכטיגערס ווי ק''ש קומט זיך עם אזא חוזק אשכול. כ'הער.
דער אמת איז עפעס אנדערש אבער קעלנער איז זייער סענסעטיוו צו קריטיק און כ'ווייס אז איך וועל באצאלן א פרייז אויב איך שרייב עס.
admin האט געשריבן:ז) כדי דאס פלאץ זאל זיין אנגענעם פאר יעדן, איז נישט ערלויבט אראפצורייסן א צווייטן ניק. אנדערש ווי אישי הציבור וועלכע זאגן זייערע מיינונגען ברבים און וועמענ'ס פעולות אפעקטירן דעם לעבן פון טויזנטער מענטשן, געהערן ניקס צו פשוט'ע מענטשן וועלכע זענען נישט אינטערעסירט אראפגעריסן צו ווערן ברבים, און ווילן זיך שפירן פארזיכערט אז זייער שרייבן אויף א פארום וועט נישט גענוצט ווערן קעגן זיי אין דעם פארום זעלבסט.
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווען דער שרייבער וואלט געשריבן זיין אשכול מיט הכנעה ווי ער וויל פארשטיין, וואלט איך דערהערט אז מען זאל לאזן דעם אשכול , אבער דער שרייבער שרייבט דאך אזוי ביליג אויף א רב פונעם פריעדיגן דור. פוי טא
יתרו האט געשריבן:ובזה החלי בנוגע יוסל ראקאווער'ס אשכול בין איך נישט איינשטימיג מיט די אחראים פארן מעקן די אשכול. אז א איד פלאגט זיך אן צו שרייבן און מהנה זיין דעם עולם מעקט מען נישט אזוי כלאחר יד. ענדערש וואלט מען געדארפט רעדאגירין און ארויסנעמען די לשונות ווואס שמעקט מיט בזיון תלמיד חכם אבער מעקן א גאנצע אשכול? אתתממה!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט