אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:30 am

איך זיך א ראבינאוויטש צו קאנטאר בעלענסען די צד הטומאה. איך בין גרייט צו צאלן פאר קארטלעך צו טיילן פאר קינדער צו ווייזען די שיינקייט פון טעקנאלאדזשי ווען געניצט ערליך. מעלדט זיך אין אישי.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 262
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:42 am

שיטה מקובצת האט געשריבן:איך האף ס'וועט קענען איבערלעבן די צענזור דא אין איי-שטיבל.

כמעט געמיינט דו רעדסט פון איי & צוויבל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15313
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18560 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:35 am

בנוגע די רע-בינאוויטש סומאטוכע: איך בין נישט קיין חסיד פון צייגן פינגער על מה עשה ה׳ ככה, דאס לאז איך פאר די רבנים און דעם באטרעפענדער פון וועם מיר רעדן, ער פלעגט ארומגיין און בתי מדרשים צייגן פינגער אז וועגן דעם און יענעם איז דאס און יענץ געשעהן. איך האלט מיר אבער אביסל מער מאראליש פון אים מילא האלט איך אז סאיז נישט פאר מיר צו אנצייגן צוליב וועלכער סיבה ס׳גייט פאר יענעם שלעכט, און צוקומען צו א מסקנא אז דאס קומט צוליב די מערכה וואס איך האב מיט אים. פוי, דאס איז עקלדיג...

כאטש אנדערע וואלטן ווען געקענט זאגן אז ווען ס׳קומט צו אים וואס ער האט דאס געטון מיט גאנץ כלל ישראל מעג מען עס צוריקטוהן צו אים, דארף מען אבער נעמען אין באטראכט אז מיר טארן נישט אראפנעמען אונזער נארמאלקייט צוליב יעדן צערידעטער, מיר טארן זיך נישט לאזן ווערן אריינגעפירט ווערן אין אומענטשליכקייט צוליב איין ירושלימ׳ער שנארער וואס מאכט פרנסה, מיר בלייבן ווייטער א עם הנבחר און מיר טארן זיך נישט לאזן ווערן מיטגעשלעפט מיט די שוואכע עלעמענטן וואס דרייען זיך צווישן אונז.

דאס איז אמאל זיכער אז ער טוט א אומרעכט, און ער וועט באשטראפן ווערן דערפאר, ווען און וויאזוי ווייסן מיר נישט, אבער מיר גלייבן אז יש דין ויש דיין, פארן אוועקנעמען די השפעה אפילו נאר פון איין פאטער אויף זיין קינד וואס דערמיט איז ער א הורג נפש במזיד, און דערמיט מאכט ער חרוב א אידישע משפחה און די תוצאות פון אזא זאך איז געווענדליך גענוי ווי דער צאר האט געטוהן אין רוסלאנד, ווער רעדט נאך ווען ער דרייט אן א דור, מאכט חרוב דאס יוגענט, נוצט מיטלן ווי העצן קינדער קעגן עלטערן און מאכן א פירוד לבבות וואס קיין שום ערליכער רב בישראל האט נישט גענוצט בעפאר אים און האט נישט קיין שום הדרכה דערויף, ער טרעט אויף די תורה און אויף די רבני זמנינו, ער האט זיך באפרייט פון יעדער תורה׳דיגער שיעבוד מיטן אויסרייד אז ער איז גאר דער קנאי, מיר גלייבן אז צו זיין שטראף פארשטייען מיר נישט ולא ישיגוהו משיגי הגוף, און מיר גלייבן נישט אז ער קען דאס אפילו אפקומען אויף די וועלט.

אנדערשט ווי אלע רבנים למיניהם וואס זענען געקומען טייל מיט א עכטע און טייל מיט א מכלומרשטע סלושען פון א פילטער, (איך שרייב מכלומרשט ווייל ווען א פילטער בלאקירט אלעס חוץ די קאלקולעיטער איז עס נישט קיין סלושען) איז דער ראבינאוויטש פארנומען מיט א העצע קעגן יעדער מאן דהו וואס פארמאגט א סמארט פאון, כאטש אלע רבנים זאגן קלאר אז זיי פארשטייען אז מ׳דארף עס האבן און אלע זענען מתיר מ׳זאל עס האבן מיט א פילטער, דער גאנצער כינוס כלל ישראל איז געווען געבויעט אויף די נקודה, איז ער זיך מתחצף קעגן די פסק הרבנים, און גייט ארום מבייש זיין מענטשן, אנהעצן קינדער וכו׳ אלעס אויף זיינע אייגענע חומרות אויף וואס ער האט נישט קיין שום בעקינג פון א פסק הרבנים, סאיז זיכער אז פון הימל וועט מען אים נישט שולדיג בלייבן, יבוא יומו.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 522
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1811 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 6:04 pm

כ'האב ארויפגעשטעלט די איבערגעארבייטע ארטיקעל. כ'האב ארויסגענומען יעדע אפענע רעפרענץ צו ראבינאוויטש'ס מחלה, און עס נאר געלאזט בבחינת וד"ל, ווער עס פארשטייט פארשטייט.

viewtopic.php?f=24&t=10862
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

הודעהדורך פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 6:23 pm

לאמיך עס בליץ שנעל פרינטן איידער עס ווערט פארשמירט אדער פארמעקט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 7:37 pm

פערינא האט געשריבן:איך זיך א ראבינאוויטש צו קאנטאר בעלענסען די צד הטומאה. איך בין גרייט צו צאלן פאר קארטלעך צו טיילן פאר קינדער צו ווייזען די שיינקייט פון טעקנאלאדזשי ווען געניצט ערליך. מעלדט זיך אין אישי.

געב ארויס רע-בנים קארטלעך יעדע רבי האט א סעט פון פינעף קארטלעך
1 א בילד פונעם רבין
2 א בילד פון זיין פאלאץ
3 א בילד פון זיין וויקאציע פאלאץ אדער בית המדרש
4 א בילד פון זיין קאר
5 א בילד פון זיין גבאי מיטן סמארטפאון
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 7:56 pm

גר ותושב האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:איך זיך א ראבינאוויטש צו קאנטאר בעלענסען די צד הטומאה. איך בין גרייט צו צאלן פאר קארטלעך צו טיילן פאר קינדער צו ווייזען די שיינקייט פון טעקנאלאדזשי ווען געניצט ערליך. מעלדט זיך אין אישי.

געב ארויס רע-בנים קארטלעך יעדע רבי האט א סעט פון פינעף קארטלעך
1 א בילד פונעם רבין
2 א בילד פון זיין פאלאץ
3 א בילד פון זיין וויקאציע פאלאץ אדער בית המדרש
4 א בילד פון זיין קאר
5 א בילד פון זיין גבאי מיטן סמארטפאון

גר ותושב: די רשימה קען נאך גיין א סאך ווייטער.
5) די חנופה לרשעים. ווען ער ווייסט אז ער האט אפענע רשעים וועלכע זענען עובר אויף די מצוות התורה אין זיין ביהמ"ד און ער חנפ'עט זיי. שטאטס זאגן מוסר.
6) די פעלשונגען ביי הכשרים אין וועלכע ער באטייליגט זיך.
7) .די בייזוויליג פאלשע דיני תורה'ס וואס ער פיהרט אן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:40 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:איך זיך א ראבינאוויטש צו קאנטאר בעלענסען די צד הטומאה. איך בין גרייט צו צאלן פאר קארטלעך צו טיילן פאר קינדער צו ווייזען די שיינקייט פון טעקנאלאדזשי ווען געניצט ערליך. מעלדט זיך אין אישי.

געב ארויס רע-בנים קארטלעך יעדע רבי האט א סעט פון פינעף קארטלעך
1 א בילד פונעם רבין
2 א בילד פון זיין פאלאץ
3 א בילד פון זיין וויקאציע פאלאץ אדער בית המדרש
4 א בילד פון זיין קאר
5 א בילד פון זיין גבאי מיטן סמארטפאון

גר ותושב: די רשימה קען נאך גיין א סאך ווייטער.
5) די חנופה לרשעים. ווען ער ווייסט אז ער האט אפענע רשעים וועלכע זענען עובר אויף די מצוות התורה אין זיין ביהמ"ד און ער חנפ'עט זיי. שטאטס זאגן מוסר.
6) די פעלשונגען ביי הכשרים אין וועלכע ער באטייליגט זיך.
7) .די בייזוויליג פאלשע דיני תורה'ס וואס ער פיהרט אן

8) א בילד פון זיין בעקיטשע קלאזעט.
9) א בילד פון זיין ברודער מיט וועם ער רעדט נישט.
10) זיין באהאלטענע סעלפאונ'ס בראוזער היסטארי.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7612 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:34 am

האט מען פארמעקט אן אשכול דא היינט?
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1589
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 4:37 am

יא, וועגן די מונסי אבראהאם קינדער און די אמאזאן סקעם פרשה.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3371
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5527 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2879 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:59 pm

איך בין מוחה אויף דעם פאקט אז די הנהלה האט פארמעקט דעם אשכול פון "איך הייס בערל רוקח".
ווען איך האב עס געליינט האב איך עס צו דער ערשטער מינוט ניטאמאל אנגעקוקט ווי אן אטאקע אויפ'ן בעלזער רב, נאר ווי געבויעט א פאנטאסטישע כאראקטער וואס הייסט בערל רוקח וואס זאל דינען ווי אן עקא אויף די גאנצע חרדישע פירערשאפט...
ערנסט גערעדט, ס'איז געווען א וויכטיג שטיקל קונסט מיט קריטיק אויף אונזערע מנהיגימ'ס רעספאנס צו קאוויד-19, די טענה אז מ'דארף רעדן רעספעקטפול איבער א מנהיג קומט נישט דא אריין ווייל מ'קען נישט שרייבן קיין פאעזיע פון דעם הויכן רמה ווען מ'העט שרייבן איך הייס כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי בערל רוקח מבעלזא שליט"א און ס'וואלט פארלוירן זיין גאנצע משמעות און צורה.
כ'האלט אז ס'איז א געפערליכע אווערריעטש אוו פאוער פון אונזער הנהלה זיך אריינצולאזן אין אזעלכע דקדוקי עניות און איך בין מוחה מיט מיין גאנצן הארץ ווייל איך זע עס ווי א דירעקטע אטאקע קעגן אונזערע ווירדן פון אויפריכטיגקייט, קריטיק קעגן טיראניע און א פלאטפארמע פאר אומגעפילטערטע און בראווע קונסט.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7354 מאל

הודעהדורך מנהל » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 10:05 pm

איך רעספעקטיר דיין מיינונג. אבער למעשה איז עס קעגן אונזערע תקנות אזוי צו שרייבן קעגן א רבי'ן. הלוואי קען דער שרייבער עס אביסעל איבערארבייטן אז ס'זאל יא שטימען מיט די תקנות.

אז ס'וואלט געווען פון א וועטעראן שרייבער וואלט מען אפשר געקענט מאכן אן אויסנאם. אבער א נייע שרייבער קומט דא אויסנוצן אונזער אפענקייט און טרעט גלייך איבער די תקנות מוזן מיר זיך האלטן צו די תקנות. דער שרייבער איז קענטיג מלא טאלאנט און מלא מחשבה, און מיר האפן אז ער וועט ווייטער שרייבן און מהנה זיין דעם עולם.
מנהל
מנהל
מנהל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:05 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 10:22 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:ובזה החלי בנוגע יוסל ראקאווער'ס אשכול בין איך נישט איינשטימיג מיט די אחראים פארן מעקן די אשכול. אז א איד פלאגט זיך אן צו שרייבן און מהנה זיין דעם עולם מעקט מען נישט אזוי כלאחר יד. ענדערש וואלט מען געדארפט רעדאגירין און ארויסנעמען די לשונות ווואס שמעקט מיט בזיון תלמיד חכם אבער מעקן א גאנצע אשכול? אתתממה!

רצוני לדעת עד מתי יתמהמה כבודו אצלנו?...איהר האט זיכער געמיינט צו זאגן...אתמהה...וועלכער מיינט איך וואונדער מיך...און ס'איז ארויסגעקומען אתמהמהה...וואס איז טייטש. איך טו מיך פארזוימען...!

אדורכבלעטערנדיג דעם העכסט אינטרעסאנטן אשכול האביך מיך אפגעשטעלט איבער איין תגובה. און איך האב אינסטינקטיוו געוואלט דרוקן דעם ..."לייק"... באטטאן. איך זוך עס . אבער ס'איז נישט דא. ביז כ'האב באמערקט אז דער כותב המאמר איז גאר בערל בעל עגלה אליינס. ביניך געווארן א ביסל אנטוישט. (מאוכזב/דיסאפוינטעד). ס'הייסט? ער זאגט דאך אזוי גוט.

אמת. ס'שטייט אין פסוק..."יהללוך זר ולא פיך"... און די גמרא זאגט דאך..."עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה"... אבער כ'האב מיך געוואלט (ברוב ענוותנותי) צושטעללן צו די אנדערע ..."לייקערס"...(נישט חלילה ..."לעיקערס"...!

אשר על כן, ווילל איך פארשלאגן פאר די חשוב'ע הנהלה (נישט צום ערשטן מאל) אז א יעדער מחבר פון א מאמר אדער תגובה זאלל האבן די מעגליכקייט צו ..."לייקן"...זיין/איהר אייגענע תגובה או מאמר...! פארשטייצעך. נישט גלייך אויפ'ן ארט. נאר לכה"פ נאך 6 חדשים ווען ער באגעגנט זיך מיט דעם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 10:42 pm

כוכב: במחילת כבודך הרמה ביניך נישט מסכים מיט דיין אפשאצונג, לימוד זכות און ברייטקייט. ווייל א יעדער ארנטליכער מענטש. און ספעציעל אן ערליכער איד דארף האבן גבולים. אויסער די שטארקע יסודות'דיגע תקנות פון נישט שרייבן (ח"ו) כפירה אדער ניבול פה זענען דא נאך זאכן און אופנים פון שרייבן וואס ס'פאסט נישט.

זיכער. אויב א מנהיג טוט אן עוולה מעג מען און מ'דארף מוחה זיין. אבער בדרך כבוד. מיט רעספעקט. אפילו אויב ער ווערט געשילדערט אויף אן ארטיסטישן און קונצליכן אופן.

איך קען ברענגען א סאך דוגמאות פון די גוי'אישע וועלט פון ..."ארט"... וואו קונסטלערס/ ארטיסטן פון אידישן אפשטאם (נאר ליידער נישט קיין ערליכע אידן) האבן פראדוצירט ..."ארט"...וואס טוט אפשפעטן און חוזק מאכן פון א פארעהרטע פערזענליכקייט ביי א גרויסן טייל פון די גוי'אישע באפעלקערונג. און דאס האט אנגעמאכט א סומאטאכע אין די ברייטע וועלט. און אפילו פארמערט שנאת ישראל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:32 am

מנהל האט געשריבן:איך רעספעקטיר דיין מיינונג. אבער למעשה איז עס קעגן אונזערע תקנות אזוי צו שרייבן קעגן א רבי'ן. הלוואי קען דער שרייבער עס אביסעל איבערארבייטן אז ס'זאל יא שטימען מיט די תקנות.

אז ס'וואלט געווען פון א וועטעראן שרייבער וואלט מען אפשר געקענט מאכן אן אויסנאם. אבער א נייע שרייבער קומט דא אויסנוצן אונזער אפענקייט און טרעט גלייך איבער די תקנות מוזן מיר זיך האלטן צו די תקנות. דער שרייבער איז קענטיג מלא טאלאנט און מלא מחשבה, און מיר האפן אז ער וועט ווייטער שרייבן און מהנה זיין דעם עולם.

וואס פאלט אייך ביי אז ס'איז א נייע שרייבער? ס'איז א נייע ניק....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1469 מאל

Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 1:05 am

אויב איז דאס א נייע ניק, דאן ווייזט דאס אז די מחבר אליין האט געהאלטן אז עס איז נישט אינגאנצן ראוי, טא, ער האט דאך געעפנט א פרישע ניק דערפאר......
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 943
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 943 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 3:19 am

פאליטיקאנט: און אין דעם נייעם ניק ליגט אויך א ביסל (אפשר מער ווי א ביסל) סארקאזם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך בעבעלעך » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 8:07 am

מנהל האט געשריבן:איך רעספעקטיר דיין מיינונג. אבער למעשה איז עס קעגן אונזערע תקנות אזוי צו שרייבן קעגן א רבי'ן. הלוואי קען דער שרייבער עס אביסעל איבערארבייטן אז ס'זאל יא שטימען מיט די תקנות.

אז ס'וואלט געווען פון א וועטעראן שרייבער וואלט מען אפשר געקענט מאכן אן אויסנאם. אבער א נייע שרייבער קומט דא אויסנוצן אונזער אפענקייט און טרעט גלייך איבער די תקנות מוזן מיר זיך האלטן צו די תקנות. דער שרייבער איז קענטיג מלא טאלאנט און מלא מחשבה, און מיר האפן אז ער וועט ווייטער שרייבן און מהנה זיין דעם עולם.

איך רעספעקטיר אייער באשלאס נאר:
1. במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב.
2. דער בעלזער רב זעלבסט האט מזלזל געווען אין די וואס האלטן אנדערש ווי אים. ער האט סארקאסטיש געזאגט אז די תורה ליגט זיי אין קעשענע און אז זיי ווילן געפעלן פאר דער רעגירונוג. יויך פאר דער גאנז...
בעבעלעך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 18, 2020 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך בת קול » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:03 am

סאיז געווען זיס צו ליינען, אבער עס שמעקט פון איינער וואס איז נאך אינטער די רושם פונעם קריג צווישן סאטמאר און בעלזא.

(נישט נאר א טענה אויף קאראנע.)

למעשה דארף מען נאר ארום טוישן די ערשטע און לעצטע שורות אביסל עס זאל פאסן לויט די תקנות. נישט אוממעגליך.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 793
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

הודעהדורך הרב שיף » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:52 am

איך האב א געוואלדיגע הנאה געהאט צו ליינען דעם פיעס אף ארט "איך הייס". ס'איז הערליך געווען ארטיסטיש פויעטיש סארקאסטיש וויאזוי איר זאלט עס רופען, איז עס געווען א געלונגענ טשולענט.

ווי אויך מצד טבע האדם וואס האט ליב לשון הרע און רכילות און מוציא שם רע, האב איך זיך פארשטייט זיך באלעקט די פינגערס, ווי איך האב ערווענט און מיין תגובה דארטען אונעם אשכול.

אבער אודאי בין איך מסכים אז עס א געוואלדיגע בזיון אויף א מנהיג בישראל, ואס קען זיין אז ער האט געהאט רעכט מיט וואס ער האט געטוען. [מען קען מחולק זיין, אבער דאס איז א געווען געשריבען אויף א אופן פון ליצנות].

משל למה הדבר דומה עס איז דא הערליכע ארט וואס איך גיי משוגה צו זעהן, אבער אסאך פון זיי, וואס איך האב ליב צו זעהן, זענען פון פרויען אנגעטוען בכתנת עור און קיין סימ'ס. עס איז באמת דא פון זיי וואס זענען הערליך, ארטיסטיש קריעטיוו, ותאווה היא לעינים, און איך האב ליידער א הנאה בכמה אופנים, זעטיגט די אויגן און מוח, [און צומאל דאס הארץ] פון עס באטראכטען.

איך וואלט פערזענדליך געזאגט דעם ארטיסט ווי גוט ער טויג, אבער איך וואלט נישט געשטיצט דאס צו פאסטען אויף ק"ש, (כדי שלא לבייש את מי שאין לו).
הרב שיף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 10:16 am

הרב שיף: איך האב שטארק הנאה געהאט פון ליינען די משל. ייש"כ
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 943
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 943 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 1:30 pm

איינער (כנראה א בעלזער חסיד) האט מיך געפערליך אונטערגעריסן אין אישי, וועל איך דא געבן מיין שטעלונג.

קודם כל, איך זע עס נישט ווי גערעדט אויפ'ן בעלזער רב, וועלכער איז א חשוב'ער מנהיג, נאר אויפ'ן פירערשאפט פון בעלזער רב ביחס צו קאראנע. חשוב'ע מנהיגים זענען אויך נישט אומיוניזירט צו טעותים, אדער שוואכקייטן, אדער עגאאיזם, אדער און חשוב'ע מנהיגים, ערשט זיי דארפן מען מבקר זיין און פארלאנגען פון זיי מער און בעסער.

איבער דעם שארפן טאן פון בעבעלעך: ווען מ'רעדט פון קריטיק קעגן מאכטפולע מנהיגים וואס האבן דעם גאנצן כלל מיט זיך, די גאנצע מאכט, אלע צייטונגען וכו' וכו' אז ווער עס זאגט א ווארט נישט צום טאקט זעט אויס ווי א וואנזיניגער, מוז עס קומען מיט א שארפקייט און טראציגקייט און מ'קען נישט שרייבן "אחרי קידה והשתחוי' מול הדרת גאון וקדושו מאן יבוא אחרי המלך וחלילה לי מעשות דבר כזה שלא אכשל בדבר המהרהר אחרי רבו כמהרהר אחרי השכינה". יעדער פארשטייט אזא סארט קריטיק איז נישט קיין קריטיק און באפעסטיגט נאר די מאכט פון די מאכטפולע.

אלנפאלס, כ'קען האלטן ווי דיר אז דער בעלזער רב איז גערעכט און נישט בעבעלעך און ער האט יא גוט געהאנדלט מיט דעם ווירוס, כ'וועל אבער קעמפן מיט אלע מיינע כוחות צו געבן פאר בעבעלעך די רעכט אים צו קריטיקירן און טאקע בכל התוקף, מיט'ן זעלבן שארפקייט וויאזוי דער בעלזער רב וואלט דערלאנגט א פארציע וועמען ער האלט ס'קומט זיך.

הצלחה וברכה.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7354 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 1:33 pm

געפעלט מיר וויזוי מ'האט עס גע'כשר'ט דורך טוישן די נאמען פון חיים שטינקאוויטש צו משה שטינקאוויטש......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1469 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 2:10 pm

די באהאנדלונג פון די מנהלים איז נאך צום פארשטיין, און צו בארעכטיגן.

אבער די רעאקציע פון פארשידענע מייקרא קעפ ניקס, מיט זייערע פאפי סידס מוחות איז צו דערצערענען.
"שוטה! רשע! גס רוח! שפיל מיט פייער!" א חוץ וואס דאס דערמאנט פון אייערע שונאים, מיט זייערע תש"מ טשענטס; אבער איר קענט נישט למען ה' דערהייבן א צווייטנ'ס מיינונג?!
ער האט מיט אייך א פונדאמענטאלע מיינונגס פארשידנהייט, ער ברויך נישט האלטן אז בערל וואטעווער איז צדיק הדור, און ניטאמאל צדיק סתם.

די אלע לאזונגען העט איר לאזן ביי אייך אין שטיבל, ווי דארט איז ער מלך על מקלו, און דארט קענט איר בריען דעם עולם מיט א פייער שפיל, און פראדוצירן רשעים שוטים און אנגעבלאזענע רוחות.

דא איז פארהאן מנהלים! אז איר האט א פראבלעם, לייגט אריין אין אייער דשי פי עס "באריכט אויף דער הודעה", און עס וועט אייך צואווייזן אויף דער נענסטע באריכט קנעפל
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 4:21 pm

דער בעבעלעך האט געבאבעלט בלעזעלעך איבער בערעלעך, און געלאזט בלאטערלעך אויף די בעלזארלעך.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 687
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2568 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2996 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט